ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זינאָווי זיניק.
עמיגראַציע ווי אַ ליטעראַרישער מכשיר. מאָסקווע׃ "נלאָ", 2011

זינט דעם אויפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם אינעם 19טן יאָרהונדערט באַטראַכט מען ליטעראַטור, ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע סימנים פֿון אַ "קולטורעלער" נאַציע. אָבער ווײַט ניט אַלע ליטעראַטן, וואָס מען האַלט איצט פֿאַר "נאַציאָנאַלע", האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין זייערע היימלענדער. אַ סך פֿון יענע קלאַסישע ווערק, וואָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלן קאַנאָן, זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין "גלות", ווי למשל, אייניקע קלאַסישע רוסישע ראָמאַנען פֿון גאָגאָל, טורגעניעוו, דאָסטאָיעווסקי. בײַ אייניקע איז דער גלות געווען אַ פֿרײַוויליקער; די אַנדערע זײַנען געוואָרן נע־ונדניקעס צוליב פּאָליטישע סיבות.

דער רוסיש־ענגלישער שרײַבער זינאָווי זיניק געהערט צו דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע פֿון די 1970ער. נאָכן לעבן איין יאָר אין ישׂראל, האָט ער זיך אין 1976 באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט באַקומען אַ שטעלע אויף דער רוסישער דינסט פֿון "בי־בי־סי" און, מיט דער צײַט, זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ליטעראַרישע ווערק אויף רוסיש און ענגליש. זיניקס הויפּט־טעמע איז עמיגראַציע און איר השפּעה אויף ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, און זײַן נײַ בוך איז כּולל זײַנע עסייען פֿאַר דרײַסיק יאָר.

"עמיגראַציע איז אַ פּערזענלעכע רעוואָלוציע", שרײַבט זיניק. ער קערט זיך כּסדר אום צוריק צו זײַנע אייגענע איבערלעבונגען פֿון אַ "רויטן" אימיגראַנט, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן סאָוועטיש היימלאַנד. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געחלומט וועגן דער פֿאַרווערטער פֿרײַער מערבֿ־וועלט, אָבער אין אויסלאַנד בענקט ער נאָך דעם "פֿאַרלוירענעם גן־עדן". דערבײַ ווייסט ער אַוודאי גוט, אַז קיין גן־עדן איז דאָס סאָוועטן־לאַנד קיין מאָל ניט געווען. "אויבֿ איך טראַכט נאָך אַמאָל זיך אומצוקערן קיין מאָסקווע, איז דאָס די מאָסקווע פֿון מײַן יוגנט, וואָס איך האָב זיך ניט געקענט אויסמאָלן, כּל־זמן איך האָב דאָרט געלעבט" — האָט ער אָנגעשריבן נאָך אין 1983, ווען ער האָט ניט געקענט אַפֿילו חלומען וועגן אַ רעאַלן אומקער.

הײַנט איז אַלץ מעגלעך. אייניקע פֿון זיניקס חבֿרים, די עמיגראַנטן פֿון די 1970ער, האָבן זיך טאַקע יאָ אומגעקערט קיין רוסלאַנד, בעת די אַנדערע, לעבן ווײַטער אין אויסלאַנד, אָבער האַלטן זיך מער ניט פֿאַר אימיגראַנטן. זיניק איז אפֿשר דער איינציקער פֿון יענער עמיגראַציע־כוואַליע, וואָס פֿאַר אים בלײַבט די עמיגראַנטישע טעמע אַקטועל. זײַן טאָפּלדיקע עקזיסטענץ פֿון אַן אימיגראַנט צווישן צוויי וועלטן, דער רעאַלער און דער אויסגעטראַכטער, איז אַ שטענדיק פֿרישער קוואַל פֿון נײַע שעפֿערישע איבערלעבונגען און אידעען.

כּל־זמן מען האָט אויפֿגענומען די סאָוועטישע אימפּעריע ווי דעם הויפּט־שׂונא פֿון די מערבֿדיקע דעמאָקראַטיעס, פֿלעגט די רוסישע קולטורעלע טעטיקייט אין אימיגראַציע באַקומען ברייטהאַרציקע מלוכישע און עפֿנטלעכע שטיצע. הײַנט האָט דער מערבֿ אַנדערע סכּנות, און די רוסישע ליטעראַטן אין אויסלאַנד דאַרפֿן זוכן אַנדערע שטיצער. זיניק האָט ניט קיין טענות צו דעם. פֿאַר אים איז די אימיגראַציע אַן עקזיסטענציעלער צושטאַנד פֿון אַ יחיד אויף דער גרענעץ צווישן וואָר און חלום, אַ מעטאַפֿאָר פֿון שטאַרבן און תּחית־המתים אויפֿשטיין. דער אימיגראַנט קומט אַרויס פֿון זײַנע באַטראַכטונגען ווי אַ מין דיבוק, וואָס לעבט צווישן צוויי וועלטן, ניט־טויט און ניט־לעבעדיק.

די עסייען, וואָס זײַנען אַרײַן אינעם בוך, זײַנען אָנגעשריבן פֿאַר ענגלישע און רוסישע זשורנאַלן, און באַהאַנדלען זיניקס באַליבטן געדאַנק׃ עמיגראַציע איז אַ ליטעראַרישער מכשיר, וואָס דערמעגלעכט דעם מחבר צו ווענדן זיך צו אַ פֿאַרשידענעם עולם, בלײַבנדיק דערבײַ פֿרעמד פֿאַר אַלעמען. די דאָזיקע פֿאָרמולע האָט אירע וואָרצלען אין דער ליטעראַרישער טעאָריע פֿון רוסישן פֿאָרמאַליזם פֿון די 1920ער יאָרן, וואָס זיניק איז אַ געטרײַער (און אפֿשר דער לעצטער) נאָכפֿאָלגער אירער.

זיניק האָט אַ לײַכטע פּען און קאָן שרײַבן אינטערעסאַנט און לעבעדיק וועגן וואָס עס זאָל ניט זײַן. אָפֿטמאָל שעפּט ער זײַן שעפֿערישע יניקה פֿון באַזוכן כּלערליי סעמינאַרן און קאָנפֿערענצן. דאָס מאַכט דאָס בוך אַ ביסל נודנע, און ערגעץ בײַ דעם צענטן קאַפּיטל פֿילט מען, אַז מען ווייסט שוין פֿאָרויס, וואָס דער מחבר האָט צו זאָגן ווײַטער. אָבער זיניק האָט אויך אינטערעסאַנטע אײַנפֿאַלן, בפֿרט, ווען ער טײַטשט אויס זײַנע באַליבטע אימיגראַנטישע מחברים, אַזעלכע ווי דזשיימס דזשויסט, דזשאָזעף קאָנראַד אָדער וולאַדימיר נאַבאָקאָוו.

די דערפֿאַרונג פֿון עמיגראַציע האָט געהאַט אַן אייגנאַרטיקע השפּעה אויף זיניקס וועלטבאַנעם. אייניקע אָנזיכטן זײַנע האָבן זיך ניט געענדערט זינט די 1970ער יאָרן, און עס דאַכט זיך צומאָל, אַז ער איז נאָך אַלץ ניט בכּוח גובֿר צו זײַן די ערשטע איבערראַשונג פֿונעם טרעפֿן זיך מיטן מערבֿ. ער לעבט אין לאָנדאָן שוין פֿינף און דרײַסיק יאָר, אָבער ענגלאַנד האָט פֿאַר אים נאָך אַלץ דעם פֿרישן כּישוף פֿונעם אויסגעחלומטן "אויסלאַנד" פֿון זײַן סאָוועטישער יוגנט.

זיניקס עקזיסטענץ דערמאָנט אָן שלום־עליכמס "פֿאַרכּישופֿטן שנײַדער", וואָס שטעקט צווישן צוויי "שטעטלעך", לאָנדאָן און מאָסקווע. זײַן ליטעראַרישע "סחורה" האָט צוויי פּנימער, דעם ענגלישן און דעם רוסישן. "די נשמה פֿונעם אימיגראַנט איז אָפּגעטיילט פֿון זײַן גוף, פֿון זײַן וווינאָרט, זי איז מחוץ דעם תּחום־המושבֿ". ייִדישקייט איז פֿאַר זיניק אַ מעטאַפֿאָר, וואָס פּאַסט אַמבעסטן צו דעם מצבֿ פֿונעם אימיגראַנט׃ "דער אימיגראַנט, ווי אַ ייִד, לעבט איבער יעדן טריט זײַנעם אין אַ טאָפּלדיקער רעאַליטעט, דער דאָיִקער און דער אויסגעטראַכטער, ארץ־ישׂראלדיקער".

די קלאָץ־קשיא פֿון זיניקס בוך איז אַזאַ׃ צי וועט מען אַ מאָל אויפֿנעמען דעם אימיגראַנט, סײַ אין דער אַלטער און סײַ אין דער נײַער היים, פֿאַר דעם, וואָס ער איז באמת, אָדער מען וועט אים תּמיד צווינגען זיך צופּאַסן צו די אָנגענומענע השׂגות? אַ מאָל, ווען מען האָט פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז מען כּלומרשט פּטור געוואָרשן פֿון אַלץ, וואָס איז געווען נימאס. אָבער צי איז מען טאַקע געוואָרן ממש פֿרײַ אין אויסלאַנד? אָדער צי איז מען ווידער פֿאַרשקלאַפֿט געוואָרן, אַרײַנפֿאַלנדיק אין די פּענטעס פֿון דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט? "קיין ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע האָב איך ניט", זאָגט זיניק צום סוף פֿון איינעם פֿון זײַנע עסייען. און גיט צו׃ "נאָך מער, לויט מײַן מיינונג איז דאָס בכלל ניט וויכטיק". און דווקא אַזאַ מין ענטפֿער דערמעגלעכט אים צו פֿאַרבלײַבן אויף שטענדיק, ווי אַ פֿאַרכּישופֿטער שרײַבער, אָדער אַ דיבוק, צווישן צוויי וועלטן.