ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
י. פֿראַומאַן — פּאָרטרעט פֿון אַ דײַטשן פּויער אינעם 19טן יאָרהונדערט
י. פֿראַומאַן — פּאָרטרעט פֿון אַ דײַטשן פּויער אינעם 19טן יאָרהונדערט

ווי אַ לעקטאָר אין דער הײַיאָריקער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַרער"־פּראָגראַם האָב איך געהאַט די געלעגנהייט צו פֿאַרגלײַכן די ייִדישע פֿאָלקס־באַלאַדעס מיט די דײַטשע וואַריאַנטן. אַזוי ווי די טעמע דעם זומער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדישע און דײַטשע פּאַראַלעלן אין פֿאָלקמוזיק, טענץ און פֿאָלקסליד, האָב איך געלייענט "דאָס גרויסע פֿאָלקסבאַלאַדן־בוך" פֿון אָטאָ האָלצאַפּפֿעל, אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון דײַטשע באַלאַדן, וואָס געפֿינען זיך אינעם "דײַטשן פֿאָלקסליד־אַרכיוו" אין פֿרײַבורג, דײַטשלאַנד. יאָרן לאַנג איז ד״ר האָלצאַפּפֿעל געווען דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, וואָס פֿאַרמאָגט די גרעסטע זאַמלונג פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דײַטשע פֿאָלקזינגער. ניצנדיק די מאַטעריאַלן, האָב איך געוואָלט פֿאַרגלײַכן די דײַטשע מיט די ייִדישע באַלאַדן און פֿאָרשן די קולטורעלע אונטערשיידן צווישן זיי.

לייענענדיק דעם באַנד, האָב איך באַמערקט, וויפֿל באַלאַדעס אויף דײַטש הייבן זיך אָן מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה: דרײַ רײַטער, דרײַ "רעגימענטער", דרײַ ווײַבער, דרײַ טעכטער, דרײַ געפֿאַנגענע, דרײַ זעלן, דרײַ מוזיקער, דרײַ סוחרים, דרײַ שוואַרצע ראָבן, דרײַ קיסרים — און די רשימה נעמט אַרײַן נאָר אַ העלפֿט פֿונעם בוך! להיפּוך — אַרײַנקוקנדיק אין דער גרויסער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון גינזבורג און מאַרעק, 1901, "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", געפֿינט מען בלויז איין לידל אינעם גאַנצן באַנד מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה. קען מען דעריבער קומען צו דער מסקנא, אַז די צאָל "דרײַ" איז מער וויכטיק אין דײַטשע באַלאַדעס ווי אין די ייִדישע. דער נומער דרײַ איז אַ וויכטיקער ציפֿער אין אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר בכלל, אין די פֿאָלקס־מעשׂיות, די ייִדישע מעשׂיות, בפֿרט. אָבער, זעט אויס, נישט אין די באַלאַדעס — אַ קליינע, אָבער טשיקאַווע אָבסערוואַציע.

אין זײַן רעצענזיע אין 1903 פֿון גינזבורג־מאַרעקס זאַמלונג האָט דער גרויסער פֿילאָלאָג און גערמאַניסט אַלפֿרעד לאַנדאַו, אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון ייִוואָ, געהאַלטן, אַז ס׳רובֿ לידער אינעם באַנד שטאַמען פֿון דײַטשע לידער. ער האָט טאַקע אָנגעוויזן אויף גאַנצע שורות און אימאַזשן, וואָס ער האָט געפֿונען אין דײַטשע לידער פֿון פֿאַרשיידענע דײַטש־רעדנדיקע טעריטאָריעס.

אַנדערע פֿאָרשערס, ווי י. ל. כּהן און חנה מלאָטעק, האָבן ליבערשט געוואָלט שטעלן דעם טראָפּ אויף דעם אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער פֿון די ייִדישע פֿאָלקס־באַלאַדעס; אָפֿט געפֿינען זיך, טאַקע, די עלטסטע דאָקומענטירטע וואַריאַנטן פֿון באַלאַדעס אין דער בריטישער טראַדיציע. פֿון דעסטוועגן, האָט מען געזונגען די באַלאַדעס אויף ייִדיש, וואָס ס׳איז בולט אויסגעלערנט פֿון דײַטשע זינגערס. מײַן באָבע, ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן האָט די ווײַטערדיקע האַלב־ייִדישע, האַלב־דײַטשע באַלאַדע געזונגען אַזוי:

קום איך זיך אַרײַן אין קוכל, געפֿינט איך דאָרט — אָך און וויי!

אין קוכל הענגען זעבל [שווערד], איינס און צוויי און דריי.

דאַן רוף איך זיך אַרײַן מײַן ווײַבכין — "קינדכין, וואָס איז דאָס?

וואָס פֿאַר אַ זעבל הענגען דאָרט, אַך ווי רופֿט מען דאָס?"

"היי, דו לומפּיקער מאַן, דאָס זענען קיין זעבל דאָרט.

בראַנטפֿאַנען זענען דאָרט, וואָס מײַן מאַמע שיקט צו מיר."

קום איך זיך אַרײַן אין שטאַלע [שטאַל], געפֿין איך דאָרט אָך און וויי!

אין שטאַלע שטייען פֿערדע, איינס און צוויי און דריי.

דאַן רוף איך זיך מײַן ווײַבכין — "קינדכין וואָס איז דאָס?

וואָס פֿאַר אַ פֿערד, שטייען דאָרט, אַך, ווי רופֿט מען דאָס?"

"היי, דו לומפּיקער מאַן, דאָס זענען קיין פֿערדכין דאָרט,

מילעך־קו, זענען דאָרט, וואָס מײַן מוטער שיקט צו מיר."

קום איך זיך אַרײַן אין שלאָפֿצימער, געפֿין איך זיך אָך און וויי!

אין שלאָפֿצימער שלאָפֿן מענער — איינס און צוויי און דריי.

דאַן רוף איך זיך מײַן ווײַבכין — "קינדכין וואָס איז דאָס?

וואָס פֿאַר אַ מענער שלאָפֿן דאָרט, אַך ווי רופֿט מען דאָס?"

"היי, דו לומפּיקער מאַן, וואָס רופֿסטו מענער דאָרט,

דינסטמעגדע [דינסט־מיידלעך] זענען דאָרט, וואָס מײַן מוטער שיקט צו מיר."

"דינסטמעגדע, מיט באַקן־בערד? אָך און וויי און ווינד.

וואָס פֿאַר אַ מאַן בין איך צו דיר, אַז פֿרעמדע מענער קומען צו דיר!"

די באַלאַדע אויף ייִדיש קען מען געפֿינען אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען מיט דער מוזיק. אינעם בוך "פֿאָלקסלידער פֿון אַשכּנז" פֿון פֿיליפּ באָלמאַן און אָטאָ האָלצאַפּפֿעל שרײַבן זיי, אַז אויף דײַטש איז דאָס ליד ווײַט פֿאַרשפּרייט געוואָרן, ווײַל דער "גאָטינגשער מוזן־אַלמאַנאַך" האָט דאָס אָפּגעדרוקט אין 1790.

אַזוי ווי די זינגערין ליפֿשע שעטכער־ווידמאַן האָט גוט געקענט דײַטש, דאַרף מען אָננעמען, אַז זי מאַכט חוזק פֿון דײַטש אינעם ליד. זי זינגט "איינס און צוויי און דריי" בפֿירוש נישט "דרײַ", צוליב הומאָר. די צעמישונג פֿון ייִדישע און דײַטשע ווערטער הייבט אַרויס דעם נאַרישן כאַראַקטער פֿון דעם דײַטשן פּויער אָדער פֿאַרמער אינעם ליד. ווען מע זינגט די באַלאַדע אויף דײַטש, מאַכט זי חוזק פֿונעם פּויער; ווען ליפֿשע זינגט עס אויף ייִדיש־דײַטש, מאַכט עס חוזק פֿונעם דײַטשן פּויער.

איך האָב געבראַכט דאָס ליד ווי אַ משל פֿון ייִדיש־דײַטשע פֿאַרגלײַכונגען, צו ווײַזן, אַז אַמאָל קען דער חילוק צווישן ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן פֿונעם זעלביקן ליד ליגן בלויז אינעם אויסטײַטש, און נישט אין די ווערטער. דער סיפּור־המעשׂה פֿון דעם ליד איבער דער וועלט — אויף ענגליש, אויף דעניש און אויף אַנדערע שפּראַכן — בלײַבט אומעטום דער זעלבער. מײַן פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָר, קען גאָלדשטיין, האָט אין אונדזער קלאַס געשפּילט אַ וואַריאַנט וואָס ער האָט פֿאַרשריבן פֿון יונגע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער קינדער אויף די גאַסן פֿון פֿילאַדעלפֿיע אין די 1970ער יאָרן. די ווערטער (אויף ענגליש) זענען פּונקט ווי ליפֿשע זינגט דאָס!

אַנדערע חילוקים צווישן דער ייִדישער און דײַטשער באַלאַדע־טראַדיציע שפּיגלען אָפּ אַנדערע קולטורעלע אונטערשיידן, וועגן וועלכע מע וועט ווײַטער שרײַבן.

zibn farshikerte nekht (fun

Go raibh maith agat! (A

Go raibh maith agat! (A dank, heyst es) ;)