פֿונעם הײַנטיקן שבת ביזן סוף יאָר הייבן מיר אָן לייענען דעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה — "דבֿרים". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות במשך פֿונעם יאָר האָבן מיר כּסדר באַטראַכט די לייטמאָטיוון פֿון די חמישה-חומשי-תּורה אין שײַכות מיט זייערע נעמען. איידער מיר גייען אַריבער צום חומש "דבֿרים", לאָמיר זיי דערמאָנען, וועגן וואָס עס גייט אַ רייד אין די פֿאָריקע פֿיר חומשים.
די חז״ל באַמערקן, אַז אין תּהילים שטייט פֿיר מאָל די פֿראַזע "ברכי נפֿשי את ה׳" — זאָל מײַן נשמה בענטשן דעם אייבערשן — און נאָך איין מאָל אַן ענלעכע פֿראַזע: "ברכו ה׳ מלאכיו" — זאָלן דעם אייבערשטנס שליחים אים בענטשן. די גמרא זאָגט, אַז די דאָזיקע פֿינף לויב־געזאַנגען שטימען מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — ווען ער איז נאָך געווען אין זײַן מאַמעס בויך; ווען ער איז געבוירן געוואָרן און צום ערשטן מאָל דערזען הימל און שטערן; ווען ער האָט געזויגט זײַן מאַמעס מילך און געקוקט אויף איר ברוסט, וועלכע סימבאָליזירט די מידה פֿון בינה — פֿאַרשטאַנד; ווען ער האָט מנצח געווען די רשעים; ווען ער האָט זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם טאָג פֿון זײַן טויט.
פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, וועלכע שפּילן וויכטיקע ראָלעס אינעם גאולה־פּראָצעס און אַנטפּלעקן נײַע ג־טלעכע חידושים אין דער וועלט, ווערן באַטראַכט ווי משיחים, על־פּי־חסידות, אין אַ געוויסן זין פֿון וואָרט. למשל, דוד־המלך ווערט אָנגערופֿן "משיח ראשון" אָדער "דוד מלכא משיחא", און משה רבינו ווערט אויך אָנגערופֿן "גואל ראשון" אָדער "משה משיח". די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז די גרעסטע צדיקים זענען משיחים פֿון זייער דור. דערפֿאַר, בלײַבן אַלע פֿאָרויסגעזאָגטע חשבונות וועגן גאולה־צײַטן אמת; הגם דער ענדגילטיקער גואל־צדק איז נאָך נישט געקומען, פּאַסירן אין דער וועלט כּסדר פֿאַרשיידענע געשעענישן, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי אַ שטיקל גאולה.
רבי עקיבֿא, איינער פֿון די גרעסטע חכמי־התּלמוד, האָט צוערשט געגלייבט, אַז בר־כּוכבא, דער מנהיג פֿונעם ייִדישן אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער, איז משיח. הגם דער אויפֿשטאַנד איז דורכגעפֿאַלן און געבראַכט אַ סך צרות די ייִדן, האַלט רבי צדוק לובלינער, אַז רבי עקיבֿא איז געווען בעצם גערעכט, ווײַל בר־כּוכבא איז געווען משיח בן־יוסף — דאָס הייסט, אַ משיחישע פֿיגור אָדער אַ טיילווײַזער משיח.
בקיצור, ווערט די גאולה באַטראַכט אין חסידות און קבלה נישט ווי אַ פּלוצעמדיק געשעעניש, נאָר ווי אַ כּסדרדיקער פּראָצעס, וועלכער קומט פֿאָר אין דער וועלט נאָך אָדם־הראשונס צײַטן און ווערט פֿאַרווירקלעכט, צו ביסלעך, דורך פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, וועלכע שטופּן אונטער די וועלט, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, צו דער צוקונפֿטיקער צײַט פֿון דער משיחישער האַרמאָניע.
ווי געזאָגט, ווערט דוד־המלך אָנגערופֿן "משיח ראשון". זײַן לעבנס־גאַנג סימבאָליזירט דעם גלאָבאַלן גאולה־פּראָצעס אין דער וועלט. אינעם ערשטן טייל פֿון דער תּורה, "בראשית", גייט אַ רייד וועגן דער באַשאַפֿונג פֿון דער וועלט און די וואָרצלען פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. על־פּי־קבלה, ווערט דער דאָזיקער פֿרייִקער פּעריאָד נישט פֿאַררעכנט ווי די עכטע בריאת־העולם, וועלכע הייבט זיך אָן פֿון יציאת־מצרים און מתּן־תּורה. אין דער "בראשית"־תּקופֿה איז די עכטע וועלט נאָך נישט געבוירן געוואָרן, און האָט זיך אַנטוויקלט ווי אַן עמבריאָן אין דער מאַמעס בויך.
דער צווייטער טייל פֿונעם חומש הייסט "שמות" — "נעמען". אינעם דאָזיקן טייל פֿונעם חומש ווערן כּסדר באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס: די באַפֿרײַונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ; די אַרבעט איבערן מישכּן ווי אַן אַחדותדיקע קאָאָפּעראַציע. דער לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "שמות" איז די אַנטפּלעקונג פֿון ג־טלעכקייט דורך די פֿאַרבינדונגען צווישן יחיד און רבים. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס שטימט מיט דוד־המלכס צווייטער וועלט. די אמתע וועלט הייבט זיך אָן, ווען אַ מענטש קוקט אַרויס און פֿאַרשטייט, אַז ער איז נישט די איינציקע באַשעפֿעניש אין דער וועלט — אַז ער איז אַ נאָמען צווישן אַ סך אַנדערע "שמות".
אינעם חומש "ויקראָ" — "און ער האָט גערופֿן" — ווערט כּסדר באַטראַכט די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן דעם מענטשלעכן און ג־טלעכן ווילן. דער אייבערשטער איז דער אינערלעכער עצם פֿון דער מענטשלעכער נשמה און פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט. כּדי צו אַנטפּלעקן דעם ג־טלעכן עצם אין זיך, מוז מען שטרעבן צו פֿאָלגן דעם פּערזענלעכן ג־טלעכן רוף, כּדי מבֿטל צו זײַן די גרענעץ צווישן זיך און דעם ג־טלעכן אין־סוף. ווען דוד־המלך האָט אָנגעהויבן זויגן זײַן מאַמעס מילך, האָט ער דערפֿילט אַ טיפֿע נאָענטקייט צו איר. אַזוי דאַרף דער מענטש שטרעבן צו דערגרייכן דבֿקות מיט דער הייליקער שכינה — די ג־טלעכע אַנטפּלעקונג אין דער וועלט.
אינעם חומש "במדבר", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן די 40־יעריקע וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר, ווערט כּסדר באַהאַנדלט די טעמע פֿונעם פּערזענלעכן נע־ונד פֿונעם מענטש, בגשמיות און ברוחניות. נישט געקוקט אויף דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דער מעשׂה מיט די מרגלים, קורח, בלעם און די מואבֿישע פֿרויען, האָבן די ייִדן, צום סוף, מנצח געווען זייערע שׂונאים און האָבן דערגרייכט די גרענעץ פֿון ארץ־ישׂראל. דאָס שטימט מיט דעם פֿערטן, און דעם לענגסטן פּעריאָד, אין דוד־המלכס לעבן, וואָס איז אויך געווען פֿול מיט וואַנדערונגען.
דער לעצטער טייל פֿונעם חומש הייסט "דבֿרים" — "ווערטער", און באַשטייט, דער עיקר, פֿון משה רבינוס מוסר־דרשות. "דאָס זענען די ווערטער, וועלכע משה האָט געזאָגט צו אַלע ייִדן בײַ יענער זײַט פֿונעם ירדן" — מיט אָט־די ווערטער הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה. ווי עס שטייט אינעם ספֿר־הזוהר, זענען אינעם דאָזיקן טייל פֿונעם חומש פֿאַרשריבן משה רבינוס אייגענע ווערטער. משה האָט חידושדיק איבערגעחזרט אַ צאָל ענינים, וועלכע זענען שוין דערמאָנט געוואָרן אין די פֿאָריקע פּרשיות און געטאַדלט די ייִדן פֿאַר זייערע פֿריִערדיקע עבֿירות. צוליב דעם טיפֿן דבֿקות מיטן אייבערשטן, האָט דער אייבערשטער אָנגענומען משהס ווערטער ווי אַן אינטעגראַלן חלק פֿון דער תּורה.
די גמרא זאָגט, אַז דוד־המלכס פֿינפֿטע וועלט איז געווען נישט דער לעצטער טאָג, נאָר די צײַט, ווען ער האָט זיך אַרײַנגעטראַכט וועגן זײַן קומענדיקן טויט. ווי אַ גרויסער צדיק, האָט ער דערגרייכט די מדרגה פֿונעם "ווירטועלן טויט". זײַן נשמה איז בטל געוואָרן אינעם ג־טלעכן ליכט און האָט זיך פֿאַראייניקט מיטן באַשעפֿער. הגם משיח איז נאָך נישטאָ, קאָן אַ מענטש דערגרייכן אַ פּערזענלעכע "גאולה־פּרטית".
פּאַראַדאָקסיש, ווערט דער גאַנצער חומש "דבֿרים", וווּ משה רבינוס אייגענע ווערטער זענען געוואָרן אַ טייל פֿון דער תּורה־מן־השמים צוליב זײַן הויכער מדרגה, פֿאַרענדיקט מיט דער דערציילונג וועגן משהס לעצטן טאָג. הגם די גרעסטע צדיקים ווערן באַטראַכט ווי משיחישע פֿיגורן, איז די וועלט נאָך ווײַט פֿון דער גאולה, און די גרעסטע השׂגות ראַטעווען נישט דעם מענטש פֿון טויט און קאָנפֿליקטן. פֿונדעסטוועגן, קאָנען אַזעלכע גרויסע צדיקים, ווי משה־רבינו, איבערגעבן דעם טעם פֿון די גאולה־צײַטן, ווען די באַריערן און סתּירות צווישן די מענטשן, דער וועלט און דעם באַשעפֿער וועלן בטל ווערן.