ליטעראַטור

איך בין אַ בעל-חובֿ, און שוין אַ לענגערע צײַט פֿיל איך אויף מײַנע פּלייצעס די משׂא פֿון דער שולד. בדרך-כּלל אײַל איך זיך טיילן מיט אַלעמען, און צום אַלעם ערשטן מיט דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה, אַז אין מײַנע הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ געראָטן בוך. אָבער דאָס מאָל האָב איך זיך פֿאַרהײַעט און טו עס איצט מיט גרויס פֿאַרשפּעטיקונג נאָך דעם איבערלייענען — און טאַקע הנאה האָבן פֿונעם לייענען — די מאָנאָגראַפֿיע פֿון רבקה מאַרגאָליס Jewish Roots, Canadian Soil ("ייִדישע שורשים, קאַנאַדער באָדן"), וואָס איז אַרויס הײַיאָר, אָבער איז באַזירט אויף איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע, פֿאַרטיידיקט אין 2005 אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט.

פֿאַר וואָס האָב איך געמאַכט אַ שווײַג אויף עטלעכע חדשים? ווײַל וועגן אַ גוט בוך איז, בכלל, שווערער צו שרײַבן. ניט צו פֿאַרגלײַכן גרינגער איז אָפּצופּטרן אַ רעצענזיע וועגן אַ באַנד, צו וועלכן דו האָסט ערנסטע טענות. אַ טענה נאָך אָ טענה — און די רעצענזיע איז שוין גרייט. און אַז מע האָט ניט קיין טענות צי מע האָט ווייניק טענות? און איך האָב זיי טאַקע זייער ווייניק צו מאַרגאָליסעס בוך. פֿאַרקערט — נאָר גוטע זאַכן (לכל-הפּחות, פֿון מײַן קוקווינקל) קען מען זאָגן און שרײַבן וועגן דעם פֿילזײַטיקן אַנאַליז פֿון דעם אוניקאַלן פֿענאָמען — דעם ייִדישן קולטור-צענטער אין מאָנטרעאָל, וואָס האָט זיך באַוויזן ווי אַ פֿאָרפּאָסט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער קולטור און עס בלײַבט נאָך אַלץ אַ יש. כאָטש דער איצטיקער פֿאַרנעם איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזאַ ווי אַמאָל, בפֿרט צווישן די וועלט-מלחמות, דאָך באַגעגנט מען נאָך אַלץ יונגע מאָנטרעאָלער, וואָס ווערן ניט פֿאַרלוירן אין ייִדיש; און די טעאַטראַלע ירידים, ממש וועלט-צוזאַמענפֿאָרן, דערמאָנען אונדז וועגן דער וויכטיקייט פֿון ייִדישן מאָנטרעאָל.

רבֿקה מאַרגאָליסעס בוך דערקלערט דעם דאָזיקן פֿענאָמען דורך, אין תּוך אַרײַן, דרײַ פֿאַקטאָרן. קודם-כּל, די ייִדישע קולטור-סבֿיבֿה אין דער שטאָט האָט געהאַט דעם מזל צו אַנטוויקלען זיך אין דער מיט פֿון דעם היגן ענגליש-פֿראַנצויזישן, פּראָטעסטאַנטיש-קאַטוילישן סענדוויטש. דאָס איז דאָך געווען אַ משוגענע וועלט — אַ וועלט וווּ, למשל, ייִדישע קינדער האָט מען אין דער ביוראָקראַטישער סיסטעם צוגעגלײַכט צו פּראָטעסטאַנטישע!

דזשערי קאָן (Gerald Cohen), דער באַקאַנטער מאַרקסיסטישער פֿיסאָסאָף, האָט מיט 15 יאָר צוריק געשריבן אין דעם אָקספֿאָרדער ייִדישן זשורנאַל "די פּען", נומ’ 22, וועגן זײַנע קינדער-יאָרן אין מאָנטרעאָל (ביז זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה אין 2009, איז ער געווען אַן אָקספֿאָרדער פּראָפֿעסאָר):

צוליב עטלעכע סיבות האָבן זיך ייִדישע קינדער ניט פֿאַרשריבן אין די פֿראַנצויזיש-קאַטוילישע שולן. מיר וואָלטן פֿײַנט געהאַט זיך לערנען דאָרטן. ערשטנס, וואָלט מען אונדז דערצויגן אויף פֿראַנצויזיש, בשעת ווען ענגליש איז בדרך-כּלל, געווען אונדזער מוטער-שפּראַך און די שפּראַך, וואָס מיר האָבן מער גערן געהאַט, ווײַל ענגליש איז געווען מער מאָדערן און מער צפֿון-אַמעריקאַניש, און ווײַל אַ סך פֿון די פֿראַנצויזן זײַנען גאַנץ אָפֿענערהייט געווען אַנטיסעמיטיש געשטימט.

אַ צווייטער מאָטיוו האָט געשטעקט אין דעם, וואָס מ’האָט זיך באַצויגן מער נעגאַטיוו צו דער קאַטוילישער רעליגיע.

אַזוי צי אַזוי, אָבער מע האָט נאָך אין מיזרח-אייראָפּע באַמערקט, אַז אין באַדינגונגען פֿון פֿילשפּראַכיקייט האָבן די ייִדן געהאַט אַ בעסערן שאַנס אָפּצוהיטן זייער קולטור און שפּראַך. ס’איז, פֿאַרשטייט זיך, פֿאָלג מיך אַ גאַנג — פֿון, אַ שטייגער, ווילנע אַזש ביז קאַנאַדע. אָבער געוויסע פּאַראַלעלן צווישן ביידע שטעט קען מען, פֿון דעסטוועגן, אָנטאַפּן.

דער צווייטער פֿאַקטאָר, איז די בויונג פֿון פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן געשאַפֿן דעם אינסטיטוציאָנעלן יסוד פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור. קולטור ווערט ניט געבוירן און אונטערגעהאַלטן פּשוט פֿון קולטור אַליין. דאָ קומט מײַן לעפֿל דזשעגעכץ אין אַ פֿעסל האָניק: איך בין זיכער, אַז דאָס בוך וואָלט געווען נאָך שטאַרקער, אויב די פֿאָרשונג וואָלט אַרײַנגענומען מער פֿאַרבינדונגען מיט דער "אַלטער היים". די אימיגראַנטן האָבן דאָך געבראַכט אַ דערפֿאַרונג פֿון בויען אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס. די רוסישע ייִדן זײַנען געווען זייער באַהאַוונט אין אַזעלכע זאַכן.

דער דריטער וויכטיקער פֿאַקטאָר איז פֿאַרבונדן מיט די כאַריזמאַטישע, אידעאַליסטישע און טיכטיקע יחידים, קולטור-אַקטיוויסטן, וועלכע דער גורל האָט פֿאַרטראָגן דווקא קיין מאָנטרעאָל. אָן זיי וואָלט קיין שום "מאָנטרעאָלער פֿענאָמען" ניט געווען. און הײַנט וואָלט אויך אָן איבערגעגעבענע מענטשן קיין המשך פֿון דער דערשײַנונג ניט געווען.

אין אַ גרויסער מאָס, קען מען רעדן וועגן אַ קהילה, וווּ ס’האָט זיך אײַנגעגעבן צו רעאַליזירן די אידעאַלן פֿון דער קיִעווער "קולטור-ליגע". דאָס הייסט: צו שאַפֿן אַ קולטור-אויטאָנאָמע סטרוקטור פֿון דעם ייִדישן לעבן — מיט אַן אייגענער פּרעסע, בילדונג, טעאַטראַלער טעטיקייט, ביבליאָטעק וכ’. וואָס איז אויך וויכטיק — און האָט אַן אָפּקלאַנג פֿון דער "קולטור-ליגע" — אַז די פּאָליטישע רײַסערײַען צווישן פֿאַרשיידענע יחידים און כאַליאַסטרעס האָבן ניט זייער שטאַרק געשטערט. אַ סבֿרא, אַז דאָס איז גרינגער געווען צו רעאַליזירן אין אַזאַ ניט קיין גרויסן ייִדישן ייִשובֿ, ווי מאָנטרעאָל. אמת, געוויסע קאָמפּאָנענטן — דער עיקר, די לערן-אַנשטאַלטן — זײַנען יאָ צעריסן געוואָרן. אָבער כּמעט נייטראַלע, כּמו-קיינעמס אינסטיטוציעס, אַזעלכע ווי די צײַטונג און די ביבליאָטעק, זײַנען אויך פֿאַרבליבן.

הקיצור, מיר זײַנען רײַכער געוואָרן. אויף דער ביכער-פּאָליצע — אַן אייגענער צי אין אַ ביבליאָטעק — האָבן מיר אַ בוך וועגן דעם גורל פֿון ייִדיש אין מאָנטרעאָל. דער מחברטע, דער פּראָפֿעסאָרין פֿונעם אָטאַוואַ-אוניווערסיטעט, רבֿקה מאַרגאָליס, קומט אַ גרויסער יישר-כּוח.