פּובליציסטיק

כאַפּנדיק די לופֿט אין קאָלומביע, בעת אין דרויסן האָט געבושעוועט דער ווינטער, דערזע איך פּלוצעם אַ חבֿרה־מאַנטע אָנגעטאָן אַזוי: אַ וואָלענעם טשיפּעק אויפֿן קאָפּ, אַ שווערן ווינטער־מאַנטל מיט אַ באַשלאָק (hood), אַ פּאָר שטיוול אויסגעבעט מיט פֿעל און פֿון אונטן אַ דורכזיכטיק זשאָרזשעטן (satin)־קליידל. מיט אַ מאָל איז פֿאַר מיר אויפֿגעשוווּמען די מעשׂה מיטן זשאָרזשעטן־קליידל.

פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע אין רוסלאַנד, אין דער שטאָט סאַראַטאָוו, וווּ מיר האָבן געוווינט אין צײַט פֿון דער מלחמה. עס האָבן זיך גענומען באַווײַזן בײַ אונדז אין שטאָט ביעזשענצעס (refugees), אַנטלאָפֿענע פֿון פּוילן, אַנטלאָפֿענע פֿון היטלערן, געשפּירט דעם טויט אונטער זייערע טריט און געציטערט פֿאַרן לעבן.

מײַן טאַטע האָט דעמאָלט געאַרבעט אין אַ "זאַוואָד־סנאַבזשעניע" (באַזאָרגונג). אַ פֿאַבריק וואָס האָט באַזאָרגט מיליטער אויפֿן פֿראָנט מיט שינעלן און שטיוול, צווישן אַ באַרג אַנדערע זאַכן. איך בין דעמאָלט געווען אַ קינד, אָבער דער טאַטע האָט נישט אויפֿגעהערט רעדן דערפֿון.

האָט זיך אַמאָל געטראָפֿן אַז בײַם אַהיימגיין פֿון דער אַרבעט איין אָוונט, האָט ער באַמערקט אַ יונגן־מאַן וואָס איז געלעגן לעבן דעם פּלויט פֿון דער פֿאַבריק און זיך באַגאָסן מיט ביטערע טרערן. דער טאַטע האָט זיך אָפּגעשטעלט און גענומען צו אים רעדן אויף רוסיש. אָבער יענער האָט נישט פֿאַרשטאַנען קיין וואָרט. ער האָט גערעדט ייִדיש. דערהערט אַזאַ מעשׂה האָט מײַן טאַטע אָנגעהויבן אויספֿרעגן אים אין וואָס דאָ גייט און ווי קומט אַ ייִדישער יונגער־מאַן צו אַזאַ מצבֿ. יענער האָט צווישן די טרערן אים דערציילט, אַז ער הייסט נפֿתּלי ראָטנבערג און אַז ער קומט פֿון לאָדזש. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אים האָט זײַן עלטערע שוועסטער אײַנגעפּאַקט אַ וואַליזקע אין דער היים און אים אַריבערגעפֿירט די גרענעץ קיין רוסלאַנד. זי האָט אים אָנגעזאָגט, אַז זי לויפֿט צוריק קיין לאָדזש אַריבערפֿירן איר ייִנגערע שוועסטער צעליען, און באַלד וועלן זיך אַלע טרעפֿן בשלום. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז די שוועסטער האָט שוין נישט באַוויזן צוריקצוקומען און ער איז געבליבן מיט דער וואַליזקע, און די וואַליזקע האָט מען בײַ אים צוגעגנבֿעט. איז ער דאָ אין גאַנצן פֿאַרלוירן, ווייסט נישט וווּ זיך צו קערן.

געהערט אַזאַ מעשׂה, איז מײַן טאַטע צוריק אַרײַן אין דער פֿאַבריק, צונויפֿגערופֿן די אַרבעטער און אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל: אויב די וואַליזקע וועט זיך נישט באַווײַזן די מינוט, וועט יעדערער פֿון זיי באַשטראָפֿט ווערן. ווי די אַרבעטער האָבן דאָס דערהערט, האָט זיך די וואַליזקע באַוויזן אַזוי ווי זי גייט און שטייט, גאָרנישט גערירט און גאָרנישט געלקחנט. מײַן טאַטע האָט אַהיים געברענגט דעם יונגער־מאַן, באַקענט מיט מײַן מאַמען און דערציילט אַלעמען די טרויעריקע געשיכטע.

ווי נאָר נפֿתּלי איז געקומען צו זיך, האָט ער געעפֿנט די וואַליזקע, דערזען אַלע זײַנע זאַכן אין טאַקט. אָבער מיט אַ מאָל האָט זיך אַרויסגעגליטשט פֿון זײַן האַנט אַ שוואַרץ זשאָרזשעטן־קליידל. דאָס האָט געהערט צו זײַן שוועסטער, וועלכע האָט אים געראַטעוועט, און געהאַט בדעה דאָס צו טראָגן ווען זי וועט זיך אומקערן צוריק. קוקט ער אַזוי אויפֿן קליידל, וואַרפֿט אַ בליק אויף מײַן מאַמען און מאַכט:

"איך מוז דאָך אײַך באַלוינען מיט עפּעס, וויל איך אײַך געבן מײַן שוועסטערס זשאָרזשעטן־קליידל."

די מאַמע איז קוים צו זיך געקומען. זי האָט שוין נישט געזען אַזאַ קליידל זינט אירע מיידלשע יאָרן אין פּוילן. דאָס האָבן זיך נאָר געקענט פֿאַרגינען נגידישע מיידלעך, אַזעלכע וואָס האָבן געטראָגן באַלאָווע קליידער אין מיטן וואָכן און געטאַנצט מיט יונגע־לײַט אויף בעלער. ווי איז זי געקומען צו אַזאַ אוצר? אין אָנהייב האָט זי זיך גענומען קווענקלען, אָבער מיט דער צײַט האָט זי אײַנגעשטימט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז נפֿתּלי איז בײַ אונדז געבליבן ביז ער האָט געפֿונען אַן אַרבעט אין אַ בעקערײַ. אַליין איז ער געווען אַ באַלעזענער און אינטעליגענטער יונגער־מאַן, אָבער אַז דער הונגער דאָקוטשעט גיט מען זיך אונטער. די בעקערײַ איז גאָר געווען אַן אָנגעלייגטער גאַסט, קיין ברויט וועט שוין נישט פֿעלן. די מאַמע האָט אים אויפֿגענייט פֿון ביידע זײַטן מאַנטל אַ פּאָטשעווקע מיט גרויסע טאַשן, ער זאָל קענען ברענגען אַ פּאָר ברייטלעך ברויט סײַ פֿאַר אונדז און סײַ פֿאַר זיך. אַלץ איז צוגעגאַנגען ווי געשמירט, ביז ס׳האָט געטראָפֿן דאָס אומגליק.

נפֿתּלי האָט געגרוזעוועט אויף אַ לאַסטאויטאָ זעק מיט מעל אין דער בעקערײַ. האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז ווען ער איז אָראָפּגעשפּרונגען פֿונעם לאַסטאויטאָ צו נעמען אַ שווערן זאַק מעל אויף דער פּלייצע, האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אויף אים אַלע שווערע זעק מעל און אָפּגעריסן בײַ אים זײַן האַנט. מען האָט באַלד אַלאַרמירט דער פּאָליציי און מען האָט נפֿתּלין אַוועקגעפֿירט אין שפּיטאָל, צוזאַמען מיטן אָפּגעריסענעם אָרעם.

ווען מײַן מאַמע האָט זיך דערוווּסט, וואָס ס׳איז דאָ געשען איז זי באַלד געלאָפֿן אין שפּיטאָל זיך דערוויסן וואָס און ווען. מען האָט איר געזאָגט, אַז מ׳האַלט בײַ דער אָפּעראַציע, און אַז עס איז די סאַמע ערשטע אָפּעראַציע אין רוסלאַנד פֿון דעם מין, וווּ מ׳וועט אים צוריק צוטשעפּען די האַנט צום אָרעם. געהערט אַזאַ מעשׂה, איז זי דאָך אַרײַן אין אַ בהלה, וואָס טוט מען? ווי גיט מען זיך אַן עצה, פֿאָרט אַ יונגער־מאַן און אַ סימפּאַטישער דערצו. וואָס זאָג איך סימפּאַטיש, שיין ווי די וועלט. צו מאָרגנס איז שוין די מאַמע געווען אין שפּיטאָל מיט אַ טעפּעלע זופּ. און אַזוי זעקס חדשים צײַט האָט מײַן מאַמע נישט פֿאַרפֿעלט אים צו ברענגען אַ טעפּעלע זופּ מיט ברויט אין שפּיטאָל. די אָפּעראַציע איז געלונגען און נפֿתּלי איז געזונט געוואָרן; אויף אַזוי פֿיל, אַז ביידע הענט האָבן אים פֿונקציאָנירט ווי פֿריִער.

די מאַמע האָט דאָך נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו טראָגן אַמאָל דאָס זשאָרזשעטן־קליידל. ווער האָט געהאַט אין זינען אַ באַל, טענץ אַז אין דרויסן האָט געבושעוועט די מלחמה און ס׳לעבן איז געוואָרן שווערער פֿון טאָג צו טאָג. האָט זי דאָס קליידל אײַנגעפּאַקט מיט וואַטע עס זאָל זיך נישט צערײַסן און נישט צעשיטן און עס ערגעץ באַהאַלטן.

בײַם סוף פֿון דער מלחמה, ווען מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון סאָוועטישן גיהנום, און געלאָפֿן בין איך קודם אַוועק מיט דער מאַמען. די וואַליזקע וואָס די מאַמע האָט מיט זיך מיטגעשלעפּט איז געווען פֿול מיט "סוכאַרעס" (toasted bread), און אונטער זיי דאָס זשאָרזשעט־קליידל. צוויי וואָכן האָט געדויערט אונדזער רײַזע מיט דער באַן פֿון סאַראַטאָוו ביז לעמבערג, אַ שטאָט וואָס גרענעצט זיך מיט פּוילן. מיר האָבן זיך דערנערט מיט די סוכאַרעס און בײַ יעדער סטאַנציע האָט מען געקענט קויפֿן "קיפּיאַטאָק" (הייסוואַסער). איך מיט דער מאַמען האָט מען זיך קוים מיט צרות דערשלעפּט פֿון לעמבערג קיין לאָדזש. פֿון טאַטן האָט מען נישט געהערט, און כאָטש די מאַמע האָט אים געשיקט איין טעלעגראַמע נאָך אַן אַנדערער פֿון לעמבערג. לויט דעם ווי זיי האָבן זיך אָפּגערעדט, אויב זי וועט שיקן אַ טעלעגראַמע וואָס וועט זיך לייענען אַז דאָס קינד איז שווער קראַנק, קום שוין און ברענג אונדז אַהיים, וועט דאָס מיינען, אַז די גרענעץ רוסלאַנד און פּוילן איז אָפֿן ווײַל די רויטאַרמייער קערן זיך אום צוריק פֿונעם פֿראָנט. אָבער פֿון טאַטן איז קיין סימן נישט געקומען.

די מאַמע האָט אײַנגעריסן וועלטן. מיר האָבן זיך געוואַלגערט אינעם אימיגראַנטן־הויז אויף יאַקובאַ־גאַס אין לאָדזש, וווּ עס האָט זיך געפֿונען אַמאָל די לאָדזשער געטאָ. די מאַמע איז געלאָפֿן צו דער ייִדישער געמיינדע, צום רבֿ. מ׳האָט אויסגעטיילט עסן. אין אָוונט, ווען זי פֿלעגט צוריקקומען דערשעפּט, האָט זי אַמאָל אַ זאָג געטאָן:

"ווייסט וואָס מירעשי! אויב דער טאַטע קומט נישט האָב איך אַ פּלאַן צוריקפֿאָרן קיין רוסלאַנד אים זוכן." האָב איך זי געפֿרעגט:

"ווי אַזוי וועסטו דאָס באַווײַזן?"

האָט זי מיר דערקלערט, אַז זי האָט אַ פּלאַן חתונה צו האָבן. פּלאַטאָניש, הייסט עס, מיט אַ רוסישן קראַסנאָאַרמייער. באַקומען זײַן נאָמען וועט מען נישט וויסן ווער זי איז. גלײַך ווי מען קומט אַריבער די גרענעץ וועט זי אים אָפּגטן און נעמען זיך זוכן דעם טאַטן. געלויבט צו גאָט, אַז ס׳איז נישט געקומען דערצו, ווײַל דער טאַטע האָט זיך באַוויזן, און באַלד דערשפּירט, אַז דער רוס שטייט בײַ דער פּוילישער שוועל; אַ סימן, אַז מ׳מוז שוין אַנטלויפֿן. מילא, דאָס לויפֿעניש איז אָנגעגאַנגען אַ פּאָר חדשים צײַט, דורך טשעכײַ, עסטרײַך ביז דײַטשלאַנד. דאָרט האָט מען זיך באַזעצט אין אַ די־פּי־לאַגער, און גענומען וואַרטן אויף קרובֿים און נאָענטע. דער טאַטע האָט אויך באַזאָרגט נפֿתּלין מיט אַזאַ טעלעגראַמע ווי נאָר ער איז אָנגעקומען קיין לעמבערג. נאָר דאָס מאָל האָט זי זיך געלייענט, אַז זײַן שוועסטער האָט זיך געראַטעוועט און זיי מוזן זיך טרעפֿן אין לעמבערג.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די שוועסטער איז אומגעקומען בײַ די דײַטשן. געראַטעוועט האָבן זיך אָבער נפֿתּליס ברודער דוּווטשע און שוועסטער צעליע. איז דאָך בײַ אונדז אַלעמען געווען אַ יום־טובֿ און אַ טרויער. זיי האָבן זיך פֿאַררעכנט פֿאַר אונדזער משפּחה, ווײַל קיינער פֿון אונדזער משפּחה איז נישט ניצול געוואָרן. צעליע איז געווען אַ הויכע, אַ בלאָנדע, אַ זגראַבנע, אַ געראָטענע יונגע פֿרוי, און באַלד געפֿונען אַ חתן, נחמיה (כעמיע) האָט ער געהייסן. געווען אַ לײַטישער יונגער־מאַן פֿון סאָסנאָווצע. האָט מען געפּראַוועט די חתונה אין זייער די־פּי־לאַגער, נאָך אַלץ אין דײַטשלאַנד, און מיר זײַנען געווען פֿאַררעכנט ווי די מחותּנים. די חתונה געדענק איך יאָ דווקא. איך געדענק דעם לאַנגן טיש מיט אַלערליי געקעכצן. בײַ דער חופּה האָט דער עולם געוויינט, און מײַן מאַמע איז געקומען מיט דער גרעסטער מתּנה פֿון אַלע. צעליעס שוועסטערס זשאָרזשעטן־קליידל, האָט מען ווידער אַ מאָל געוויינט.

די שיינע כּלה אין ווײַסן חופּה־קלייד האָט דערציילט, אַז זי איז געווען צוזאַמען מיט איר שוועסטער אין אוישוויץ, און ווען מענגעלע, ימש״ו, האָט אויסגערופֿן איר שוועסטערס פֿאַרהייראַטן נאָמען וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ "פֿ" (פֿײַערשטיין). האָט זי אַרויסגעשטויסן צעליען פֿון דער ריי. נישט געוואָלט ריזיקירן, ווײַל צעליעס נאָמען האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ "ר" (ראָטנבערג). איז די שוועסטער אומגעקומען און צעליע איז געבליבן לעבן אויף איר שוועסטערס חשבון. זי האָט פּאַמעלעך צענומען איר שוועסטערס זשאָרזשעטן־קליידל, דאָס אָנגעמאָסטן, און באַשלאָסן אַז מ׳וועט אַזוי שנעל ווי מעגלעך, דאָס קליידל באַגראָבן, זאָגן נאָך איר קדיש, שטעלן דערויף אַ מצבֿה, ווי אַ סימן אַז עס האָט אַמאָל געלעבט אַן איבערגעגעבענע און געטרײַע שוועסטער. מײַנע עלטערן האָבן די אַלע יאָרן אין אַמעריקע אָנגעהאַלטן גאָר וואַרעמע באַציִונגען מיט דער משפּחה ראָטנבערג און גאָטליב, געפּראַוועט יום־טובֿים צוזאַמען און געווען אַלע מאָל פֿאַרבעטן אויף זייערס און אונדזערס אַ שׂימחה. דאָס קליידל און די מצבֿה איז געבליבן אין דײַטשלאַנד און בײַ מיר אין זכּרון.