- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַן איין און איינציקער ווײַסער אויטאָ האָט זיך באַוויזן אויפֿן וועג. יעדעס מאָל וואָס זײַנס אַ ראָד האָט געטראָפֿן אין אַ גריבל, האָט דער אויטאָ זיך געגעבן אַ שאָקל, אויפֿהייבנדיק אַ וואָלקנדל שטויב אין דער לופֿטן. און אַזוי איז דער אויטאָ געפֿאָרן ביז ער האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן דעם איינציקן בוים. איציק איז אַרויס פֿונעם אויטאָ און פֿאַרמאַכט די טיר מיט אַ שטאַרקן קלאַפּ. די קורצע, שטײַפֿע האָר אויף די באַקן זיך געשניטן צו זײַן אַ שטעכיק בערדל. ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ געמיש פֿון מלבושים, וואָס ער האָט אַרויפֿגעשלעפּט אויף זיך אין אײַלעניש. אַ ברייט, רויט, אויסגעדינט "טריינינג" העמד. אַ פּאָר געלע, צעקנייטשטע הויזן און אַ ווײַס בייסבאָל־היטעלע מיט אַ שמאָלן, לאַנגן דאַשיק — אַ מתּנה פֿון זײַן ניו־יאָרקער פֿעטער מיט יאָרן צוריק. אויף די פֿיס האָט ער געטראָגן אַ פּאָר בלאָע סאַנדאַלן. אין דער רעכטער האַנט — געהאַלטן אַ זעקעלע מיט אַ מאַראַנץ, אַ סענדוויטש מיט קעז און אַ פֿלאַש וואַסער. ער האָט אײַנגעאָטעמט די פֿרישקייט וואָס דער ווינט האָט אים צוגעטראָגן. יענעם טאָג האָבן מיר, איך און שבֿע, געגעבן אַ שבֿועה. איך האָב געבראַכט אַ מעסערל און יעדער האָט זיך געמאַכט אַ קליינטשיקן שניט אונטער דעם געלענק. מיר האָבן צוגעדריקט די אָרעמס אַזוי, אַז אונדזער בלוט האָט זיך אויסגעמישט. אויף אַזאַ אופֿן זײַנען מיר געוואָרן חבֿרים. איבער אַ יאָר, אינעם דריטן קלאַס, וועלן מיר מירצעשעם חתונה האָבן. איך האָב פֿאָרגעשלאָגן באַגלייטן זי אַהיים. שבֿע האָט געצויגן מיט די אַקסלען — "גוט". אויפֿן וועג אַהיים איז מרים די משוגענע אויסגעוואַקסן ממש פֿאַר אונדזערע אויגן. למעשׂה, האָב איך קיינמאָל ניט געהערט עמעצן רעדן מיט איר אָדער רופֿן זי בײַם נאָמען. די קינדער אין די אַרומיקע גאַסן האָבן זי גערופֿן צווישן זיך — מרים די משוגענע.
איך בין אַ געבוירענער אין ישׂראל. מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך באַזוכט רומעניע. איך האָב געזוכט מײַנע "וואָרצלען", ווי ס'איז אַנומלט אַרײַן אין דער מאָדע. די איינציקע וואָרצלען וואָס איך האָב אויסגעזוכט, זײַנען די וואָרצלען פֿון די בוריאַנען. זיי האָבן זיך ווילד צעוואַקסן אַרום די קרומע, פֿאַלנדיקע, מיט מאָך באַוואַקסענע מצבֿות, אויף וועלכע מײַן משפּחה־נאָמען איז געווען אויסגעקריצט. |