אויפֿן וועג אַהיים איז מרים די משוגענע אויסגעוואַקסן ממש פֿאַר אונדזערע אויגן. למעשׂה, האָב איך קיינמאָל ניט געהערט עמעצן רעדן מיט איר אָדער רופֿן זי בײַם נאָמען. די קינדער אין די אַרומיקע גאַסן האָבן זי גערופֿן צווישן זיך — מרים די משוגענע.
זי האָט אויסגעזען זייער אַלט, לויט די באַגריפֿן פֿון אַ נײַן־יאָריק ייִנגל. אָנגעטאָן תּמיד אין דעם זעלבן קליידל מיט לאַנגע אַרבל. אין די זומערדיקע טעג האָט עס אויסגעזען גרין, און אין די פֿאַרכמאַרעטע טעג — גרוי. די שיך האָט זי פֿאָרזיכטיק געשאַרט איבערן טראָטואַר. אירע הענט זײַנען געווען פֿאַרלייגט אויפֿן בויך, ווי זי וואָלט געוואָלט אַרומכאַפּן זיך אַליין און ערגעץ באַהאַלטן.