- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע זאָגט, אַז אַן אמתער שרײַבער ווערט געבוירן, אַז דאָס קען מען ניט לערנען אין קיין שול. יאָרן לאַנג קען מען זיך פֿאַרטיפֿן אין סטענאָגראַפֿיע און אָרטאָגראַפֿיע מיט קריפּטאָגראַפֿיע, און קיין גאָלדענע ווערטער וועלן זיך ניט אויסגיסן אויף פּאַפּיר. זילבערנע ווערטער אויך ניט. אָבער אפֿשר קופּערנע, בלײַענע? סתּם אַ קלוג וואָרט? איך בין אַ געבוירענער אין ישׂראל. מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך באַזוכט רומעניע. איך האָב געזוכט מײַנע "וואָרצלען", ווי ס'איז אַנומלט אַרײַן אין דער מאָדע. די איינציקע וואָרצלען וואָס איך האָב אויסגעזוכט, זײַנען די וואָרצלען פֿון די בוריאַנען. זיי האָבן זיך ווילד צעוואַקסן אַרום די קרומע, פֿאַלנדיקע, מיט מאָך באַוואַקסענע מצבֿות, אויף וועלכע מײַן משפּחה־נאָמען איז געווען אויסגעקריצט. אויף גיך קען מען ניט שרײַבן. שרײַבן נעמט צײַט. אַ שרײַבער דאַרף זיך אַוועקזעצן באַלד אין דער פֿרי, ערגעץ אין אַ וואַלד לעבן אַ שטיל טײַכל, ווען די ערשטע זונענשטראַלן באַלײַכטן דעם טאַנץ פֿון מיליאַסן פֿליגעלעך און דאָס האַרץ גייט אויס נאָך פּאָעזיע און ליבע צו דער שיינער וועלט. ווען די מוזע און די הייליקע נאַטור שעפּטשען אין אויער אַרײַן די סודות פֿון לעבן און פֿאַר די אויגן שטייען שליחים פֿון באַהאַלטענע פּלאַנעטעס, וואָס ס'קען זיי זען נאָר דער קינסטלער, דער נבֿיא, דער שאַפֿער. אין שטוב איז אַן אָנשיקעניש. אַן אינוואַזיע. שוין אַ פּאָר טעג נאָכאַנאַנד פֿליִען אַרום זשוקלעך, און ערשט דעמאָלט פֿאַלט מיר אײַן אָפּצוזוכן, וווּ זיי באַהאַלטן זיך. וווּ זיי לאַרווען זיך אויס. עס געדויערט ניט צו לאַנג, און איך געפֿין אין שפּײַזאַרניע דאָס זעקל שוואַרצע פֿאַסאָליעס, וווּ די שרצימלעך לעבן אַ גוטן טאָג. זיך געשפּײַזט צו זאַט, האָבן זיך דאָ, די קריכנדיקע ווערעמלעך פֿאַרוואַנדלט אין פֿלאַטערלעך. פֿון אַזאַ בילד האָט מיר געקערט די גאַל. אַמאָל איז געווען אַ מויז, גרויס ווי עוג־מלך־הבשן*. אָבער זי איז געוואַקסן ווײַטער און געוואָרן אַלץ גרעסער און גרעסער. האָט מען זי גערופֿן "פֿאַרלעך", וואָס עס נעמט זיך פֿון "דער פֿאַרקערטער מלך" — ווײַל קיין קעניגרײַך האָט זי דאָך ניט געהאַט. די אַנדערע קליינע מײַזעלעך האָבן זיך קיין מאָל ניט געוואָלט שפּילן מיט איר, ווײַל זי איז פּשוט געווען צו גרויס פֿאַר זייער באַליבסטער שפּיל — באַהעלטערלעך. דורכגעטריבן. קלוג. ראַפֿינירט... אָבער גלײַכצײַטיק — אַ ביז גאָר נאַיִוו קינד. פֿאַרשטייט גוט דעם מענטשלעכן מוח, און קוקט אויף דעם כּלל מיט אומשולדיקן תּמימות. ניטאָ אין זײַן טראַכטן קיין פּלאַץ פֿאַר גרויס און גאַנץ; אַלץ ווערט געזען באַזונדער, אָפּגעטיילט איינס פֿונעם אַנדערן. ער אַנאַליזירט גרונטלעך די ביימער, אָבער פֿאַרגעסט, אַז ווען אין אַ גרויסער מאָס און גענוג נאָענט איינער פֿון צווייטן געפֿינען זיך אַ סך ביימער, פֿורעמט זיך אויס אַ נײַער באַגריף — וואַלד. |