אין שטוב איז אַן אָנשיקעניש. אַן אינוואַזיע. שוין אַ פּאָר טעג נאָכאַנאַנד פֿליִען אַרום זשוקלעך, און ערשט דעמאָלט פֿאַלט מיר אײַן אָפּצוזוכן, וווּ זיי באַהאַלטן זיך. וווּ זיי לאַרווען זיך אויס. עס געדויערט ניט צו לאַנג, און איך געפֿין אין שפּײַזאַרניע דאָס זעקל שוואַרצע פֿאַסאָליעס, וווּ די שרצימלעך לעבן אַ גוטן טאָג. זיך געשפּײַזט צו זאַט, האָבן זיך דאָ, די קריכנדיקע ווערעמלעך פֿאַרוואַנדלט אין פֿלאַטערלעך. פֿון אַזאַ בילד האָט מיר געקערט די גאַל.

גורט איך אָבער אָן די לענדן, און גיב מיט נצחון דאָס זעקל אַ שטויס אַרײַן אין מיסטקאַסטן מיטן הענטל פֿון אַ פֿליגנקלאַפּער. נאָר אַזוי פּשוט ענדיקט זיך ניט די מעשׂה. אויף איין פּאָליצע מיט די שוואַרצע פֿאַסאָליעס זײַנען אויך געלעגן אַנדערע זעקלעך מיט כּלערליי בעבלעך, לינדזן, קוקורוזע־קערנדלעך. דערצו האַלט מען אין דער זעלבער שאַנק פֿופֿצן פֿונט לאָקשן אין פּלאַסטישע זעקלעך. אויף יעדן מין גרויפּן איז דאָ אַ חשש פֿון ווערעם. די דאָזיקע פּאַסקודנע באַשעפֿענישן האָבן דאָך געקענט אַרײַנדרינגען אויף אַלע פּאָליצעס פֿון שאַנק.

אין דער צײַט איז בײַ מיר געווען צו גאַסט מײַן ברודער ברוך־משה. אונדז ביידן איז נאָך פֿון דער היים גוט אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ אַרײַן, אַז אומזיסט וואַרפֿט מען ניט קיין עסן אַרויס — בל־תּשחית**! וואָס שייך די ממש פֿאַרשרצטע פּעקלעך, איז שוין פֿאַרפֿאַלן. אָבער וועגן די אַנדערע, וואָס איבער זיי איז דאָ ניט מער ווי אַ חשד, טאָר מען ניט פֿאַרלירן די האָפֿענונג.

זײַנען מיר זיך מישבֿ, און באַשליסן, אַז מיר וועלן איבערקוקן אַ זעקל לאָקשן. ווערעם אויס, אָדער אויס וואַרעמעס! קלײַבן מיר אויס אַ זעקל וואָס האָט געהאַט לפֿי־ערך ווייניק סימנים פֿון ווערעם־אינוואַזיע: לעכעלעך אינעם זעקל און קליינטשיקע האַרטע געלע אָפּפֿאַל־קײַלעכלעך. די לאָקשן, וואָס מיר האָבן אויסגעוויילט, האָבן געהאַט די פֿאָרעם פֿון צילינדערלעך, אַן ערך אַ צאָל אין דער לענג און אַ פֿערטל צאָל אין דיאַמעטער — צוויי מאָל די גרעב פֿון אַ ווערעמל. זעצן מיר זיך ביידע בודק־תּולעים זײַן.

די לאָקשן לייגן מיר איבער, אַ זשמעניע נאָך אַ זשמעניע, אין אַ טעלער און נעמען באַקוקן יעדן לאָקש באַזונדער אי פֿון דרויסן, אי פֿון אינעווייניק. שוין איבערגעקוקט כּמעט אַלע לאָקשן, און מיט אַ מאָל זע איך אים — אַ וואָרעם באַהאַלט זיך אין אַ לאָקש! טו איך דעם לאָקש מיט דערווידער אַ שלײַדער אָפּ פֿון זיך צוריק אין טעלער אַרײַן. פֿע, אַ מיאוסקייט!

ברוך־משה וואַרט ניט, הייבט גלײַך אויף דעם לאָקש און באַטראַכט אים. דאָס ווערעמל שטאַרץ דאָס קעפּל אַרויס און קוקט זיך אום. "האָסט אים איבערגעשראָקן!" זאָגט מײַן ברודער, טוענדיק איידל אַ שמייכל. און אין דער גרעסטער צאַרטקייט גייט ער צו צום מיסטקעסטל און לייגט דעם לאָקש אַרײַן אין סאַמע באָדעם, כּדי דאָס ווערעמל, חלילה, ניט צו פֿאַרשאַטן, פֿאָרט אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש!

די איבעריקע לאָקשן זײַנען, גאָט צו דאַנקען, פֿרײַ געווען פֿון שרצים, און מיר שטעלן אָן דאָס פֿײַער צום קאָכן.


* בדיקת־תּולעים — קאָנטראָלירן, צי ס'איז ניטאָ קיין אינסעקציעס אין שפּײַז

** בל־תּשחית — מיט אַחריות זיך באַציִען צו שפּײַז