מע זאָגט, אַז אַן אמתער שרײַבער ווערט געבוירן, אַז דאָס קען מען ניט לערנען אין קיין שול. יאָרן לאַנג קען מען זיך פֿאַרטיפֿן אין סטענאָגראַפֿיע און אָרטאָגראַפֿיע מיט קריפּטאָגראַפֿיע, און קיין גאָלדענע ווערטער וועלן זיך ניט אויסגיסן אויף פּאַפּיר. זילבערנע ווערטער אויך ניט. אָבער אפֿשר קופּערנע, בלײַענע? סתּם אַ קלוג וואָרט?
דער אמת איז, אַז יעדער שרעקט זיך פֿאַרן שרײַבן, ווײַל ער ווייסט, אַז קיין מײַסטערווערק וועט ניט אַרויסקומען בײַם ערשטן פּרוּוו, מסתּמא אויך ניט בײַם צווייטן. די נשמה ציט זיך אַרויף צו די הייכן פֿון קונסט, צו ווילדע בערג און וואַסערפֿאַלן, אָבער דער גוף איז, נעבעך, שוואַך, און טאַלאַנט — אויפֿן שפּיץ מעסער. ער ווייסט, אַז קיין צווייטער באַשעוויס וועט פֿון אים ניט אַרויס, קיין נאָבעל־פּרעמיע וועט ער ניט געווינען, און זײַנע מעשׂהלעך וועט דער "פֿאָרווערטס" ניט דרוקן.
אײַ, ווען יעדער איינער וואָלט געקענט ווערן אַ גרויסער שרײַבער... אָבער עס שטעלט זיך די פֿראַגע — וויפֿל באַשעוויסן דאַרפֿן מיר טאַקע האָבן? איינער אַזאַ איז גענוג, אַז דער אייבערשטער זאָל אַרויס פֿון די כּלים; אָנשיקן אַ מבול אָדער אַ טריקעניש פֿאַר אונדזערע עבֿירות. פֿון אַ גרויסן שרײַבער זאָל מען נאָר אָפּגעהיטן ווערן. דאָס פֿעלט אונדז נאָר אויס! מיר האָבן גאַנצע הויפֿנס ביכער, לאַנגע רשימות קלאַסיקער און וואָרטקינסטלער, וואָס איך, למשל, דאַרף לייענען ווי אַ טייל פֿון מײַן גראַדויִר־פּראָגראַם אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. נאָך איין גרויסער שרײַבער — און ס׳איז ממש משוגע צו ווערן.
וואָס מיר דאַרפֿן יאָ, מײַנע ליבע פֿרײַנד, איז דווקא שרײַבערס פֿון אַ גאַנץ יאָר. זאָלן זיי שרײַבן אַ סך, אָן אַ סוף, וועגן אַלץ אין דער וועלט. זאָלן בײַ זיי זײַן די קעשענעס און שופֿלאָדן אָנגעשטאָפּט מיט צעטעלעך און בייגעלעך פּאַפּיר פֿאַרשריבן פֿון ביידע זײַטן מיט נאָטיצן און חידושים, האַלב־פֿאַרטיקע ראָמאַנען, עפּישע פּאָעמעס, ליבע־בריוו צו ניט־פֿאַראינטערעסירטע יונגע דאַמען, און נאָך חיבורים פֿאַרמעקט און פֿאַרקלעקט מיט קאָטשערעס און לאָפּעטעס, וואָס מע קען שוין קיין אות ניט דערקענען. דער שרײַבער פֿון אַ גאַנץ יאָר שעמט זיך ניט מיט זײַנע אומבאַגרינדעטע טעאָריעס, מיט זײַנע מיינונגען וועגן אַלע וויכטיקע פּאָליטישע פֿראַגעס; אַלע סודות פֿון דער וועלט זאָגט ער אויס.
דער ייִדישער לייענער גיט ניט אָפּ גענוג כּבֿוד דעם שרײַבער פֿון אַ גאַנץ יאָר. ווער האָט אָנגעפֿילט מיט ווערטער די הונדערטער ייִדישע זשורנאַלן און טעגלעכע צײַטונגען אין משך פֿון צענדליקער יאָרן? ווער האָט געלערנט מיט ייִדישע אַרבעטער און גרינע אימיגראַנטן דעם אַלף־בית פֿון פּאָליטיק, עקאָנאָמיע, און וועלט־געשיכטע; זיי געגעבן די בעסטע דערציִונג, וואָס זיי האָבן אין יענע יאָרן געקענט באַקומען? דאָס איז אַלץ אַ דאַנק אונדזערע אַמאָליקע שרײַבערס פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָלן זיי האָבן. אַפֿילו אַ גרויסער שרײַבער, אַ באַשעוויס, האָט געקענט זיך אַראָפּנעמען דעם צילינדער, זיך אָנטאָן אַ פּשוט ייִדיש היטל אויפֿן קאָפּ און טאָג אײַן, טאָג אויס אָנפֿילן גאַנצע זײַטן מיט אַ וואָכעדיקן געפּלאַפּל.
אָבער, ווי זאָגט מען, פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער איז אַ קאַצנשפּרונג. הײַנט, בעוונותינו הרבים, צוליב אונדזערע גרויסע זינד, האָבן די מחנות שרײַבערס פֿון אַ גאַנץ יאָר זיך כּמעט אַלע איבערגעפּעקלט אויף יענער וועלט, און ס׳איז געבליבן אַ גאַנצער דור ליטעראַרישע פֿײַנשמעקער, קריטיקערס, און טעאָרעטיקערס. זיי ווילן זיך ניט אויסשמירן די פֿינגער מיט טינט, זיך אַרויסנעמען די נשמה בײַם זוכן אַ פּאַסיק וואָרט. דערפֿאַר דאַרף מען הײַנט זוכן מיט ליכט אַ יונגן מענטש, וואָס שרײַבט אויף ייִדיש, אַפֿילו צווישן די גוטע ייִדיש־קענער, און שטעלט זיך פֿאָר — אַפֿילו צווישן דער חבֿרה חסידים.
דער ביטערער מצבֿ, דער דוחק אין יונגע ייִדישע שרײַבערס, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אינספּירירט אַ פּלאַן צו שאַפֿן אַ נײַעם מין ייִדיש־קורס. באָריס סאַנדלער, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט באַשלאָסן אָנצונעמען אַ צאָל תּלמידים, וואָס זאָלן זיך טרעפֿן בײַ אים אין ביוראָ איין מאָל אין צוויי וואָכן און זיך לערנען... שרײַבן. פֿון פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן און פֿון די פֿרומע און פֿרײַע קרײַזן זײַנען אָנגעקומען אַפּליקאַציעס, און אַ נישקשהדיקע גרופּע האָט זיך אַנטוויקלט, פֿון סײַ אַזעלכע וואָס קומען פּערזענלעך און סײַ אַזעלכע וואָס באַטייליקן זיך פֿון דער ווײַטנס. דער נײַער "פֿאָרווערטס־סעמינאַר" האָט שוין באַקומען אַ סובסידיע פֿון דער "פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ פֿון בנימין שעכטער", און אין דעם איצטיקן נומער פֿון "ווײַטער" וועט איר געפֿינען די ערשטע פּירות — מיניאַטורן, געשריבן פֿון די תּלמידים. מיט דער צײַט וועלן, מירצעשעם, דערשײַנען נאָך דערציילונגען און אַרטיקלען פֿון אונדזער קרײַז, און פֿון אַנדערע, וואָס וועלן נאָך צוקומען.
אויב דער לייענער ווערט ניט גלײַך נתפּעל פֿון אונדזער ליטעראַרישן גלאַנץ און ראַפֿינירטקייט, זאָל ער האַלטן אין זינען, אַז דאָ דאַרף מען קודם־כּל אויסשולן אַ נײַעם דור שרײַבערס פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווײַל ס׳איז גענוג גרינג צו שרײַבן שלעכט אויף ייִדיש. די גוטע וועלן נאָך דערווײַל לאָזן אויף זיך וואַרטן. מיר דאַרפֿן הײַנט האָבן עפּעס אינטערעסאַנטס צום לייענען, און אויב מאָרגן וועלן קומען גוטע שרײַבערס, וועלן זיי סײַ ווי אויסוואַקסן פֿון די הײַנטיקע ליטעראַטור־האָרעפּאַשניקעס. איז זײַט זיך ניט מיאש, טײַערע פֿרײַנד, און שרײַבט עפּעס אָן. אויב ס׳איז שלעכט, איז ניט שרעקלעך, און אויב ס׳איז גוט — נעמט זיך, חלילה, ניט איבער.
כּדי זיך מער צו דערוויסן וועגן דעם "פֿאָרווערטס־סעמינאַר", שרײַבט:
leyzertag@me.com