איך בין אַ געבוירענער אין ישׂראל. מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך באַזוכט רומעניע. איך האָב געזוכט מײַנע "וואָרצלען", ווי ס'איז אַנומלט אַרײַן אין דער מאָדע. די איינציקע וואָרצלען וואָס איך האָב אויסגעזוכט, זײַנען די וואָרצלען פֿון די בוריאַנען. זיי האָבן זיך ווילד צעוואַקסן אַרום די קרומע, פֿאַלנדיקע, מיט מאָך באַוואַקסענע מצבֿות, אויף וועלכע מײַן משפּחה־נאָמען איז געווען אויסגעקריצט. עטלעכע טעג האָב איך פֿאַרבראַכט אין בוקאַרעשט. איך האָב געבלאָנדזשעט אין די זײַטיקע געסלעך, און איין מאָל, לעבן אַ פֿאַרלאָזטן אַרײַנגאַנג, דערזען אַ קליינעם שילד, אָנגעשריבן אויף מאַמע־לשון: "דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער". צוויי מחשבֿות האָבן זיך גענומען ראַנגלען אין מײַן קאָפּ. זאָגט איינע: "כאַפּ זיך אַרײַן. קוויק זיך מיט אַ ייִדיש וואָרט. ס'קען ניט שאַטן". זאָגט די צווייטע: "וואָס איז דאָ צו זען? די מפּלה פֿון ייִדיש?"
איך בין אַרײַן אינעם טונקעלן זאַל. די פֿאָרשטעלונג איז געווען אין סאַמע ברען. אַ האַרצרײַסנדיקע מעלאָדראַמע, מיט אַ שרעקלעכן סוף. דער אַלטמאָדישער, אָפּגעבליאַקעוועטער זאַל איז געווען כּמעט אין גאַנצן ליידיק. צוויי שטולן פֿון מיר איז געזעסן אַ מיטל־יעריקער, עלעגאַנטער מאַן. זײַן פּנים האָט אויסגעזען שטײַף און פֿירעקיק. די געמבע אויפֿגעהויבן, ווי בײַ אַ פֿלײַסיקן שילער. זײַנע קני האָבן נערוועז אונטערגעציטערט, טרייסלענדיק די פּאָלעס פֿונעם רעקל. די הענט — אײַנגעקלאַמערט אין די פּאָרענטשן פֿון דער שטול. ער איז געווען אין גאַנצן אַרײַנגעטאָן אין דער פֿאָרשטעלונג. מיט אַ מאָל האָט ער אַ קוק געטאָן אויף מיר אַ פֿאַרחידושטער. איך האָב באַלד פֿאַרקערעוועט דעם קאָפּ צו דער בינע.
נאָך דעם ווי דער רויטער פֿאָרהאַנג איז געפֿאַלן, איז דער עלעגאַנטנער מאַן צוגעקומען צו מיר. אַ פּאָר סעקונדעס האָט ער געשוויגן, ניט וויסנדיק ווי אַזוי צו פֿאַרקניפּן אַ שמועס. סוף־כּל־סוף, האָט ער זיך מישבֿ געווען און זיך געווענדט צו מיר מיט אַ פֿראַגע, וואָס פֿלעג אַ מאָל זײַן אַ באַליידיקונג אין די מקומות; אָבער אין זײַן מויל האָט זי געקלונגען אַנדערש, ווי אַן אָנהייב פֿון אַ באַערונג־צערעמאָניע:
"דו ביסט איין ייִד?"
"צוויי בין איך ניט".
ער האָט זיך צעלאַכט.
"איך בין אַ דײַטש. איך קאַם היר יעדע וואָך זיך לערנען די ייִדישע שפּראַכע."
"אַיעדע וואָך?"
"יאַ. אָפֿט קום איך און דער זאַל איז גאַנץ ליידיק. איך זיץ איינער אַליין, איינזאַם אין דער פֿינצטער און לערן זיך ייִדיש. ניט אימער גייט עס."
"איר האַלט אונטער דעם טעאַטער, הייסט עס."
"איין מאַל האַבע איך שטאַרקע פֿיבער געהאַט. טראָץ בין איך געקאַמען. דאָס איז מײַן פֿליכט. איר פֿאַרשטייט, איך פֿיל זיך דאָ, ווי דער לעצטער ייִד."
איך האָב געטאָן אַ צי מיט די אַקסלען. וואָס קען מען שוין ענטפֿערן?
"זײַט מיר געזונט. ס'איז געווען זייער אײַנגענעם", — האָב איך אים אויסגעשטרעקט די האַנט.
"זעהר, זעהר... אויף ווידערזען", האָט ער געכאַפּט מײַן האַנט און זי געדרוקט מיט כּוח.
שפּעטער, אַרומגערינגלט מיטן רעש און טומל אינעם "מעטראָ", האָב איך זיך געטראַכט: "מאָדנע, און איך האָב געמיינט, אַז איך בין דאָ דער לעצטער ייִד".