דורכגעטריבן. קלוג. ראַפֿינירט... אָבער גלײַכצײַטיק — אַ ביז גאָר נאַיִוו קינד. פֿאַרשטייט גוט דעם מענטשלעכן מוח, און קוקט אויף דעם כּלל מיט אומשולדיקן תּמימות. ניטאָ אין זײַן טראַכטן קיין פּלאַץ פֿאַר גרויס און גאַנץ; אַלץ ווערט געזען באַזונדער, אָפּגעטיילט איינס פֿונעם אַנדערן. ער אַנאַליזירט גרונטלעך די ביימער, אָבער פֿאַרגעסט, אַז ווען אין אַ גרויסער מאָס און גענוג נאָענט איינער פֿון צווייטן געפֿינען זיך אַ סך ביימער, פֿורעמט זיך אויס אַ נײַער באַגריף — וואַלד.