|
|
|
ניט לאַנג צוריק האָב איך געדאַרפֿט דערקלערן אַ חשובֿן פּראָפֿעסאָר פֿון ישׂראל, וואָס דאָס איז אַזוינס אַ "היפּסטער". כ’האָב געהאַט געמיינט, אַז דאָס איז אַן אוניווערסאַלער באַגריף, אַן ענגליש וואָרט וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין ס׳רובֿ מאָדערנע שפּראַכן, אַזוי ווי "קאָלאַ" און "ספּאָרט" — אָבער ניין, דער "היפּסטער" איז נאָך ניט דערגאַנגען צו אַלעמען. איז זײַט וויסן, ייִדישער לייענער, אַז אַ "היפּסטער" איז אַ יונגער מענטש, געוויינטלעך אין די 20ער אָדער 30ער, וואָס האַלט ניט פֿון דער "הויפּטשטראָמיקער" קולטור, פֿון קאַריערע און קאַפּיטאַליזם, נאָר פֿון דער פּראָגרעסיווער פּאָליטיק, דער אַוואַנגאַרדיסטישער קונסט, און דער "אומאָפּהענגיקער" (Indie) ראָק־מוזיק. דער "היפּסטער" איז אַ נאָענטער קרובֿ פֿונעם אַמאָליקן "היפּי" פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, און פֿאַקטיש שטאַמט ער פֿונעם זעלבן שורש: דאָס וואָרט "היפּ" אָדער "העפּ", וואָס מיינט נײַמאָדיש, לויטן סטיל פֿונעם יונגן אַלטערנאַטיוון קולטור־אַוואַנגאַרד. "היפּ/העפּ" איז געווען אַ וואָרט פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שפּראַך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, און קען זײַן, אַז עס שטאַמט אַזש פֿון די אַפֿריקאַנער לשונות. ס׳איז אַ היסטאָרישע איראָניע, אַז דאָס וואָרט "היפּסטער" באַצייכנט הײַנט, דער עיקר, ווײַסע יונגע־לײַט, בשעת אין די 1940ער האָט עס געמיינט אַן אָנהענגער פֿון דער שוואַרצער דזשאַז־קולטור.
דעם שעפֿערישן קאָנפֿליקט צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם "היפּסטער" זע איך קלאָר אין דער געגנט וווּ איך וווין: בעדסטײַ, ברוקלין. דאָס איז אַן אַלטע שוואַרצע געגנט, נאָך פֿון די 1930ער יאָרן, ווען די ערשטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרלאָזט זייער "אַלטע היים" אין האַרלעם, כּדי צו זוכן גרעסערע, ליכטיקערע דירות, פּונקט ווי די ייִדן פֿון יענער צײַט האָבן פֿאַרלאָזט זייער "איסט־סײַד". בעדסטײַ, אָדער בעדפֿאָרד־סטײַוועסאַנט, איז נאָך אַלץ אַן אָרעמע געגנט, אָבער די שיינע אַלטע הײַזער זאָגן עדות, אַז אַ מאָל זײַנען געווען בעסערע צײַטן.
דאָ רעדן ס’רובֿ מענטשן דעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ענגליש, וואָס זיי האָבן מיט זיך געבראַכט פֿון די דרום־שטאַטן, וווּ מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט זיך אַנטוויקלט צווישן די שקלאַפֿן אַ באַזונדערער נוסח פֿון ענגליש, באַזירט, צום טייל, אויף זייערע אַמאָליקע אַפֿריקאַנער שפּראַכן.
אין דעם זין איז דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ענגליש ניט אַזוי אַנדערש פֿון אונדזער ייִדיש, וואָס איז אויפֿגעקומען אויף אַן ענלעכן אופֿן, פֿאַרמישט מיט ראָמאַנישע דיאַלעקטן און לשון־קודש־ווערטער, אויף דער דײַטשער טעריטאָריע. און פּונקט ווי ייִדן האָבן זיך אַ מאָל געשעמט מיט ייִדיש, וואָס האָט ניט נושׂא־חן געווען בײַ די גויים, און זיך באַמיט וואָס גיכער פּטור צו ווערן פֿון אים, אַזוי שעמען זיך נאָך הײַנט אַ סך אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מיט זייער שפּראַך און ווילן לערנען זייערע קינדער צו רעדן ווי די ווײַסע.
עס קען געמאָלט זײַן, אַז אין דער ניט־אַזוי־ווײַטער צוקונפֿט, כּל־זמן די דיסקרימינאַציע וועט ווײַטער אָנגיין, קאָן דאָס אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ענגליש אונטערגיין. אין דעם שפּילט פּרעזידענט אָבאַמאַ אַ וויכטיקע ראָלע, ווײַל אין זײַן שפּראַך איז ניטאָ קיין שמץ פֿונעם אַלטן דיאַלעקט; קינדווײַז, ווי באַוווּסט, האָט ער עס כּמעט ווי ניט געהערט, ווײַל ער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ די ווײַסע באָבע־זיידע אין האַוואַיִ.
נאָר בעדסטײַ, דאַנקען גאָט, האָט דאָס אָבאַמישע ענגליש נאָך ניט קאַליע געמאַכט. אינעם האַרץ פֿונעם אַלטן געטאָ רעדט מען נאָך מיט אַלע זאַפֿטיקע אויסדרוקן און "ניט־איידעלע" ווערטער, און פֿון די אָפֿענע פֿענצטער הערט מען נאָך דעם אַלטן דזשאַז און די אַנדערע זשאַנערס פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מוזיק, וואָס די אַלטע "היפּסטערס" האָבן געשאַפֿן.
נאָר אַלץ איז ניט ווי עס באַדאַרף צו זײַן אין בעדסטײַ. עס ציִען זיך אַרײַן די נײַע "היפּסטערס", ווײַסע יונגע־לײַט מיט מוזיקאַלישע אינסטרומענטן און מאָדנע־קאָלירטע האָר. זיי גלייבן אין פֿרײַער ליבע און זיי רעדן אַ מין טעלעוויזיע־ענגליש, וואָס פּאַרעווער קאָן שוין נישט זײַן. ס׳רובֿ זײַנען זיי געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון די קליינע שטעט און שטעטלעך הינטער די הרי־חושך, כּדי דאָ צו ווערן גרויסע שטערן אויף בראָדוויי, באַרימטע קינסטלער, אָדער כּדי צו אָקופּירן וואָל־סטריט. זייער הויפּט־צענטער איז נאָך אַלץ צפֿון־וויליאַמסבורג, וווּ די ערשטע אַרטיסטן האָבן זיך באַזעצט אין די 1970ער, און מיט דער צײַט אויפֿגעשטעלט אַלע געהעריקע קונסט־סטודיאָס, ביר־קעלערס, און נאַכטקלובן, וואָס זײַנען נייטיק פֿאַרן ריכטיקן באָהעמישן לעבן. נאָר בעוונותינו־הרבים איז די געגנט געוואָרן אַזוי מאָדיש, אַזוי "היפּ", אַז אַן ערבֿ־רבֿ פֿון רײַכע יונגע שטאָטלײַט, "יאָפּיס" בלע״ז, איז די אַרטיסטן נאָכגעגאַנגען און האָט, נעבעך, אַרויפֿגעטריבן די פּרײַזן פֿון די דירות. די "יאָפּיס" פֿאַרטרײַבן די "היפּסטערס" אין גלות אין די אַרומיקע געגנטן, אַרײַנגערעכנט אונדזער בעדסטײַ.
מײַן באַציִונג צו די "היפּסטערס" איז, ווי געוויינטלעך, אַ סתּירהדיקע. פֿון איין זײַט, מאַכן זיי קאַליע די אַלטע שוואַרצע געגנט מיט זייער כּמו־אַלטערנאַטיווער, אָבער בעצם ווײַס־אַמעריקאַנער־בורזשואַזער קולטור. מיר גייען זיי אויך אַ ביסל אויף די נערוון, ווײַל זייערע נײַמאָדישע פֿירעכצן זעען מיר אויס אַפֿעקטירט, און איך בין בטבֿע אַן אַלטמאָדישער מענטש, צו "קוואַדראַטיש" (square), איך זאָל זיך קענען צופּאַסן צו זייער סבֿיבֿה. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, בין איך אַליין אויך אַן אַרײַנדרינגער אין דער געגנט. הלוואַי וואָלט איך געקענט רעדן דעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ענגליש און פֿאַרשטאַרקן די לאָקאַלע קולטור, נאָר זיכער ווען איך וואָלט זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַזאַ מין אויסדרוק ווי ""וואָט אָפּ, דאָג?" וואָלט מען ניט בלויז געקוקט אויף מיר קרום, נאָר אפֿשר אויך געגעבן אַ פּאַטש. בדרך־כּלל, האָבן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ניט ליב ווען מען מאַכט זיי נאָך, פּונקט ווי די חסידים, ווען מען רעדט צו זיי ייִדיש, ווײַל זיי מיינען, אַז מען מאַכט פֿון זיי חוזק. אַזוי ווי איך בין אויך אַ פֿרעמדער, און פֿון אַ קולטור זייער ענלעך צו זייערער, פֿיל איך צו די "היפּסטערס" אַ געוויסע נאָענטקייט.
עס זײַנען דאָ אויך געוויסע פֿאַרבעסערונגען, וואָס די "היפּסטערס" האָבן געמאַכט אינעם לעבן פֿון דער געגנט. בשעת מען וואַרט בײַ דער סטאַנציע אויפֿן סאָבוויי, זינגט אָפֿט דאָרט אַ "היפּסטער" מיט אַ זיס קול און אַן אמתן מוזיקאַלישן טאַלאַנט. צו בראָדוויי וועט ער אפֿשר ניט צוקומען, אָבער דערווײַל איז ער אַ גרויס געווינס פֿאַר מיר און די אַנדערע אָרעמע שכנים. וואַרטנדיק קען מען אויך אַ קוק טאָן אויף אַ סך שיינע "היפּסטערקעס" — קיין שענערע באַן אין דעם פּרט ווי דער L קען ניט געמאָלט זײַן. צי די "היפּסטער"־מענער זײַנען אויך אַזוי שיין פֿונעם אַנדערן קוקווינקל, בין איך שטאַרק מסופּק; אָבער וועגן דעם וויל איך הערן פֿון אײַך, טײַערע לייענערינס!
מסתּמא אויך אַ דאַנק די "היפּסטערס" שוויבלט און גריבלט די געגנט מיט פּאָליציאַנטן. אין אַנדערע שוואַרצע געגנטן, זאָגט מען, זוכט מען אַ פּאָליציאַנט מיט ליכט. אָבער בײַ אונדז, ווײַל עס קאָן, חלילה, טרעפֿן, אַז אַ ווײַסער זאָל באַפֿאַלן ווערן, פּאַטרולירן כּסדר קאָנווויען, גרויסע פּאָליציייִשע מיצווה־מאָבילן, ווי אויך פּאָליציאַנטן פֿוסגייער, וואָס שטייען אין צווייען בײַם ראָג און שמועסן גוט־ברודעריש צווישן זיך. מײַנע נישט־ווײַסע שכנים זאָגן, אַז זיי ווערן פֿון דער פּאָליציי שלעכט באַהאַנדלט, נאָר צו מיר זײַנען זיי גענוג פֿרײַנדלעך. זיי זײַנען אויך "פֿרעמדע", מער־ווייניקער, אין דער געגנט און זעען אין מיר אפֿשר אַן "אייגענעם".
מיר לעבן אין אַ צײַט פֿון קולטורעלן איבערגאַנג, ווען ניט געלערנטע מיט זייערע ביכער און ניט גרויסע מוזעען שפּילן די הויפּט־ראָלע, נאָר דווקא די "היפּסטערס". דורך "פֿייסבוק" און "יוטיוב" און ענלעכע וועבזײַטלעך דרינגט זייער מוזיק, זייער סטיל, זייער קונסט, זייער פּאָליטיק, אַרײַן אין דער גרויסער וועלט. ס’איז אַ גליקלעכער צופֿאַל, וואָס טויזנטער ייִדן, דער עיקר, ייִדיש־רעדערס, חסידים, וווינען אין וויליאַמסבורג בשכנות מיט זיי — "מלכות סאַטמאַר" לעבן "מלכות פֿון היפּסטערס" — און העלפֿן באַשטימען (ניט־ווילנדיק) די קולטור פֿון מאָרגן.