קינאָ
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם פֿילם "ראַנד־באַמערקונג" (הערת שוליים) פֿאַרברענגט דער העלד צענדליקער יאָרן בײַם פֿאָרשן אַלטע כּתבֿ־ידן, ביז עס שטעלט זיך אַרויס, אַז אַ צווייטער פֿאָרשער איז אים פֿאַרלאָפֿן דעם וועג און אַנטדעקט דעם אָריגינאַל, פֿון וועלכן די אַלע אַנדערע כּתבֿ־ידן שטאַמען אָפּ. אַזוי אַרום איז זײַן גאַנצע טירחה געווען אומזיסט. כּדי איך זאָל בעסער פֿאַרגעדענקען יענעם עפּיזאָד, איז טאַקע געשען דאָס זעלבע מיט מיר: איך האָב אָנגעשריבן אַ רעצענזיע אויף דעם פֿילם, אָבער ניט באַמערקט, אַז אַנדערע האָבן עס שוין געטאָן פֿריִער. דעריבער פֿאַרלאָז איך זיך אויפֿן לייענערס זכּרון צו געדענקען דעם סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם און שרײַב דאָ בלויז די היסטאָרישע באַטראַכטונגען.
כאָטש "ראַנד־באַמערקונג" איז אַ סאַטירע אויפֿן אַקאַדעמישן לעבן, ניט קיין דאָקומענטאַר, און קומט פֿאָר אין ישׂראל, וווּ די קולטור איז אַ ביסל אַנדערש, וועט יעדער גראַדויִר־סטודענט און פּראָפֿעסאָר דערקענען די פּערזענלעכקייטן און קריגערײַען — אויב ניט פֿון דער אייגענער דערפֿאַרונג, איז געהערט וועגן דעם פֿון אַנדערע. נאָר אין אוניווערסיטעט קענען גרויסע געלערנטע זיך קריגן און פֿײַנט באַקומען איבער אַזעלכע קלייניקייטן, וואָס נאָרמאַלע מענטשן וואָלטן זיי אַפֿילו ניט באַמערקט.
צוליב מײַן אייגענער פֿאָרשונג, זײַנען מיר גלײַך געקומען אויפֿן זינען ענלעכע פֿאַלן אין אונדזער ייִדיש־וועלט. קודם־כּל, דער גרויסער סיכסוך צווישן מאַקס ווײַנרײַך און יודל מאַרק איבערן שטומען אַלף, למשל — מלחמות גוג־ומגוג איבער גאָרנישט — קען נאָר געמאָלט זײַן אין אַזאַ מין סבֿיבֿה. פֿון די בריוו זייערע איז קלאָר, אַז אַפֿילו דער שטומער אַלף איז בלויז געווען אַ צוטשעפּעניש צום "וויכטיקן" חילוקי־דעות: צי מע זאָל שרײַבן אַדווערביאַלן אין איינעם (איניינעם) אָדער באַזונדער. איבער אַזאַ קלייניקייט, קען מען זאָגן, איז דער גרויסער ווערטערבוך אונטערגעגאַנגען, און מיר זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַ געהעריקן ייִדישן ווערטערבוך.
דער יונגער פּראָפֿעסאָר אוריאל שקאָלניק פֿון דעם פֿילם האָט מיר אַוודאי דערמאָנט אין דעם יונגן אוריאל ווײַנרײַך, וואָס האָט אויך געאַרבעט אויפֿן זעלבן פֿעלד ווי דער טאַטע זײַנער, דער לינגוויסטיק — און מיט מער פּראָפֿעסיאָנעלער הצלחה. מאַקס ווײַנרײַך איז, ווי דער אַלטער לינגוויסט אליעזר שקאָלניק, אויך געווען אַ פֿילאָלאָג פֿונעם אַלטן שניט (כאָטש ער איז אויך געווען אַ סך מער ווי דאָס), וואָס האָט ווײַטער זיך געגריבלט אין היסטאָרישע טעמעס, צו וועלכע די אַלגעמיינע לינגוויסטיק האָט שוין געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס. עס דאַכט זיך, אָבער, אַז צווישן זיי איז ניט געווען קיין קאָנקורענץ; נאָך מער: זיי האָבן דערגאַנצט איינער דעם צווייטן, ווי אַ גוטע "פּינג־פּאָנג"־מאַנשאַפֿט. פֿאַרקערט, דער טאַטע האָט געשעפּט נחת פֿון אוריאלס יעדן אויפֿטו, אַזוי ווי עס טרעפֿט אין געוויינטלעכע משפּחות (און ניט אין סאַטירישע פֿילמען).
נאָך אַ משל פֿון "אַ סך רעש איבער גאָרנישט": אין 1953 האָט דער יונגער גראַדויִר־סטודענט אין לינגוויסטיק נועם טשאָמסקי אַרײַנגעשיקט צו אוריאל ווײַנרײַך, שטעלפֿאַרטרעטער פֿאַרן רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "וואָרט" (WORD), דעם ערשטן אַרטיקל זײַנעם אינעם געביט פֿון "גענעראַטיווער גראַמאַטיק". אוריאלן איז דער אַרטיקל געפֿעלן געוואָרן, האָט ער אים רעקאָמענדירט פֿאַרן רעדאַקטאָר, אַנדרע מאַרטינע. מאַרטינע, דאַרף מען זאָגן, איז געווען אַ שווערער פּאַסאַזשיר; ער איז געווען אוריאלס בעל־יועץ אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און האָט געקיניגט איבערן לינגוויסטיק־אָפּטייל. האָט מאַרטינע אָפּגעוואָרפֿן דעם אַרטיקל און אָנגעשריבן טשאָמסקין אַזאַ מין באַליידיקונג: "דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין לינגוויסטיק".
מיט עטלעכע יאָר שפּעטער איז פּראָפֿעסאָר טשאָמסקי, סוף־כּל־סוף, אַרויס מיט לשון, און זינט דעמאָלט קען מען אים ניט אײַנשטילן. ער רעדט און שרײַבט אָן אַ שיעור. ער האָט געמאַכט אַ רעוואָלוציע אין דער לינגוויסטיק מיט זײַנע אַבסטראַקטע טעאָריעס, וואָס האָבן ניט קיין שײַכות מיט דער אַלטער פֿילאָלאָגישער מעטאָדיק. אין דער לינקער פּאָליטישער סבֿיבֿה איז טשאָמסקי געוואָרן מסתּמא דער סאַמע באַרימטסטער אינטעלעקטואַל צוליב זײַנע פֿילצאָליקע שריפֿטן קעגן דעם "עסטאַבלישמענט" און, דער עיקר, קעגן דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל לגבי די פּאַלעסטינער. ער איז געוואָרן ווי אַ חסידישער רבי, וואָס זײַנע אָנהענגער האַלטן פֿון אים אַן עולם־ומלאו און די "מתנגדים" מיינען, אַז ער רעדט נאָר שקר־וכּזבֿ. און דער גאַנצער ברען זײַנער האָט זיך אָנגעצונדן, קען מען זאָגן, נאָך אין 1953, ווען אוריאל ווײַנרײַך און אַנדרע מאַרטינע האָבן ניט אָנגענומען טשאָמסקיס אַרטיקל.
אין שײַכות מיט דעם פֿילם, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז טשאָמסקיס טאַטע איז אויך געווען אַ פּראָפֿעסאָר, אַ פֿילאָלאָג: דער העברעיִסט זאבֿ (וויליאַם) טשאָמסקי, מחבר פֿון "העברעיִש: די אייביקע שפּראַך". צי די באַציִונג צווישן דעם טאַטן, דעם ציוניסט, און דעם זון, דעם ניט־ציוניסט, איז געווען אַזוי אָנגעשטרענגט ווי צווישן אוריאל און אליעזר שקאָלניק, קען איך ניט זאָגן. און מסתּמא, איז ניט כּדאַי איך זאָל זוכן דעם ענטפֿער. ווײַל פֿון "ראַנד־באַמערקונג" קען מען זיך אָפּלערנען אַ משל, אַז אַ מאָל איז טאַקע בעסער אויפֿצוהערן זיך צו גריבלען.