- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ אַ וויזיט אין אַמהערסט מיט דער וואַנדערנדיקער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", האָב איך נישט פֿאַרפֿעלט די געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט מײַן אַלט־יונגן חבֿר, דזשאָרדין קוציק, וואָס איז אַ סטיפּענדיאַנט אינעם "ייִדישן ביכער־צענטער" און לעצטנס אויסגעוויילט געוואָרן, ווי דער נײַער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף". כאָטש דזשאָרדין איז בלויז 24 יאָר אַלט, פֿאַרנעמט ער זיך שוין אַ לאַנגע צײַט מיט דער סאָציאָ־לינגוויסטישער פֿאָרשונג לטובֿת ייִדיש. אויף אַלע פֿראַגעס, וואָס כ’האָב אים געשטעלט, האָט ער אַן אינטערעסאַנטע און אינפֿאָרמירטע מיינונג. דזשאָרדין, וואָס טוסטו דאָ בײַם "ביכער־צענטער"? איך אַרבעט מיט די ייִדישע רעקאָרדירונגען פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל, וואָס ס’רובֿ האָט מען געמאַכט אין די יאָרן 1953 ביז 2005. די רעקאָרדירונגען זײַנען געמאַכט אויף אַלטע טאַשמעס און די אינפֿאָרמאַציע וועגן די מענטשן, וואָס האָבן דאָרט גערעדט, איז פֿאַרשריבן באַזונדער אין אַ גרויסן העפֿט. מײַן אַרבעט איז אויסצוקלײַבן די רעקאָרדירונגען, וואָס דאַרפֿן זײַן דיגיטאַליזירט פֿריִער פֿון אַנדערע, אין אַ געוויסן סדר. אַ טעכניקער אין באָסטאָן פֿאַרבעסערט דעם קלאַנג און איך הער זיך צו, כּדי צו פֿאַרשרײַבן די ווײַטערדיקע פּרטים, אויף וויפֿל איך קען. איך גרייט אויך צו אויסצוגן פֿון די רעדעס, וואָס איך מאַך פֿון זיי קורצע פֿילמען מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. קענסטו דערציילן אַ ביסל וועגן די אוצרות וואָס איר האָט דאָ? מיר האָבן כּמעט אַלע ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן געלעבט נאָך דער מלחמה — ס׳איז גרינגער צו זאָגן, וועמען מיר האָבן נישט, איידער צו געבן אַ רשימה פֿון די וואָס מיר האָבן יאָ. פֿאַר מיר פּערזענלעך איז געווען זייער אַ גרויסע זאַך צו געפֿינען אַ רעקאָרדירונג פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי, ווײַל ווען איך בין געווען 8 אָדער 9 יאָר אַלט האָט אַ לעבן־געבליבענע פֿון ווילנער געטאָ מיך אויסגעלערנט זײַן "יוגנט־הימען", וואָס זי האָט אַליין זיך אויסגעלערנט פֿון אים. אַזוי ווי קאַטשערגינסקי איז געשטאָרבן אין 1955, זעט אויס, ווי דאָס איז אפֿשר די איינציקע רעקאָרדירונג פֿון אים. מיר האָבן אויך חיים גראַדע, באַשעוויס, סוצקעווער, לייוויק... מיר האָבן נישט: מאַקס ווײַנרײַך, אַנאַ מאַרגאָלין, די סאָוועטישע שרײַבער, פֿאַרשטייט זיך, ווי אויך עטלעכע וואָס זײַנען קיין מאָל נישט געקומען קיין אַמעריקע אויף אַ באַזוך. אַרום און אַרום האָבן מיר כּמעט 900 רעקאָרדירונגען אויף ייִדיש. אין אַ דרײַ חדשים אַרום וועלן די ערשטע 150 רעקאָרדירונגען זײַן פֿרײַ צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען אין אינטערנעץ. דו ביסט אויך דער נײַער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף". וואָס איז דײַן וויזיע פֿאַר דער צוקונפֿט? אויב עמעצער וואָלט דיר געגעבן 10 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר ייִדיש, וואָס וואָלטסטו געטאָן? מיט 10 מיליאָן דאָלאַר וואָלט איך געשאַפֿן "אימערסיע"־קינדער־גערטנער אין די ערטער, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַזאַ זאַך הייסט אַ "שפּראַך־נעסט" און מע ניצט עס אין וויילס, אין נײַ־זילאַנד, און בײַ אַ סך פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער שבֿטים, וואָס זייערע שפּראַכן זײַנען אין סכּנה. אין אַזעלכע קהילות, וווּ די עלטערן קענען ניט די שפּראַך, אָבער באָבע־זיידע קענען זי יאָ, נעמט מען אַ פּאָר מענטשן וואָס זײַנען שוין אויף פּענסיע, כּדי זיי זאָלן רעדן מיט די קינדער. מיט ייִדיש זײַנען די רעדערס געוויינטלעך אַ ביסל צו אַלט פֿאַר דעם, דאַרף מען אָנשטעלן באַצאָלטע לערער; אָבער ס׳איז פֿאָרט כּדאַי, דער עיקר אין אייראָפּע, ווײַל אין אַ סך ערטער האָט ייִדיש ספּעציעלע רעכט ווי אַ מינאָריטעטן־שפּראַך. אין פּוילן — כאָטש טעאָרעטיש — דאַרף מען בלויז 7 קינדער, כּדי צו שאַפֿן אַ קינדער־גאָרטן אויף ייִדיש; דער געזעצלעכער מצבֿ איז ענלעך אין שוועדן, רומעניע, און האָלאַנד. כאָטש אַ סך מער ייִדן וווינען אין אַמעריקע, האָט ייִדיש אַ וויכטיקן סימבאָלישן ווערט אין אַזעלכע לענדער ווי פּוילן און ליטע. אַחוץ שולן, איז די וויכטיקסטע זאַך צו שאַפֿן נײַע מעדיאַ אויף ייִדיש. ס׳איז דאָ אַ גרויסער פּאָטענציאַל אין אינטערנעץ פֿאַר אַ רעגולערער פּראָגראַם, וואָס מע זאָל קענען זען איבער דער גאָרער וועלט. אויב מיר קענען קאָאָרדינירן די אַרבעט און מאַכן, למשל, איין עפּיזאָד אין שוועדן, איינעם אין ישׂראל אאַז"וו, וואָלט נישט געווען אַזוי שווער, ווײַל מע וואָלט געקענט ניצן די ספּעציעלע רעכט און פֿאָנדן פֿאַר ייִדיש אין די לענדער. אַ פּאָר הונדערט טויזנט דאָלאַר וואָלט געקלעקט אויף דעם און די פּראָגראַם וואָלט צוגעצויגן אַ סך מענטשן. וואָס שייך שאַפֿן אַזעלכע קאָנטאַקטן, פּרוּווט "יוגנטרוף" זיך צו פֿאַרבינדן מיט יונגע ייִדיש־רעדער פֿון אַנדערע לענדער, פֿון מיזרח־אייראָפּע און לאַטײַן־אַמעריקע. יעדעס יאָר ברענגען מיר עטלעכע אויף אונדזער "ייִדיש־וואָך" — נאָר מיר דאַרפֿן טאַקע געלט אויף דעם. אָן געלט... קען מען עפּעס אויפֿטאָן פּשוט דורך דעם, וואָס מע רעדט ייִדיש אין עפֿנטלעכע ערטער. די פֿאָרשונג ווײַזט, אַז אויב מענטשן הערן אַ שפּראַך אויף דער גאַס, ווערן זיי מער פֿאַראינטערעסירט, און זיי רעדן עס אַליין אָפֿטער. אַז צוויי יונגע מענטשן גייען אַרײַן אין אַ שיל אָדער אַ קהילה־צענטער, אָדער זיי ברענגען אַ קליין קינד וואָס רעדט ייִדיש, מאַכט דאָס אַ גרויסן אײַנדרוק. ייִדיש איז הײַנט צו אָפּגעזונדערט, מע דאַרף עס הערן אין דער עפֿנטלעכקייט. די ייִדישיסטישע וועלט, און "יוגנטרוף" בפֿרט, דאַרף מער לייגן דעם טראָפּ אויף קינדער, ווײַל כאָטש מע קען אויך לערנען יונגע־לײַט אין די אוניווערסיטעטן, ווען מע שאַפֿט פֿון פֿריִער אַ יסוד, וועט מען קענען לערנען מער אַוואַנסירטע קורסן. בכלל איז בלויז אַ קליינער פּראָצענט פֿון מענטשן פֿאַראינטערעסירט אין אַוואַנסירטע קורסן, איז אויב מע וויל, עס זאָלן זײַן כאָטש אַ פּאָר אַוואַנסירטע, דאַרף מען אָנהייבן מיט אַ גרויסער גרופּע אָנהייבער. שוין יאָרן לאַנג ביסטו פֿאַראינטערעסירט אין דער חסידישער וועלט, וואָס האָט, דאַכט זיך, לעצטנס דורכגעמאַכט אַ שטיקל מאָדערניזאַציע. מיינסטו, אַז אין דעם באַשטייט אַ געוויסער פּאָטענציאַל פֿאַר דער ייִדישער קולטור? שווער צו זאָגן, צי ס׳איז טאַקע דאָ אַ מאָדערניזאַציע. עס זײַנען דאָ אַ סך מער מענטשן וואָס פֿאַרלאָזן די קהילה, אָדער פֿיזיש, אָדער גײַסטיק. אַ סך מער חסידים לייענען זאַכן אין אינטערנעץ, זײַנען מער אַקטיוו אויף "פֿייסבוק". מע קען מער זיך נישט אָפּטיילן פֿון דער גאַנצער וועלט, ס׳איז פּשוט אוממעגלעך. דער פּאָטענציאַל פֿאַר ייִדיש באַשטייט אין דעם, אַז עס וועלן זײַן אַ סך מענטשן, וואָס וועלן וועלן דערציילן וועגן זייערע נײַע איבערלעבונגען, וואָס זייער בעסטע שפּראַך איז דווקא ייִדיש. אַ סך פֿון זיי שרײַבן דערווײַל אויף ענגליש, און אויף אַזאַ וועבזײַטל ווי Unpious [אָן פּעות]. איז דאָ אַ סך, וואָס ס’איז כּדאַי צו לייענען. איך האַלט אָבער, אַז דער פּאָטענציאַל פֿאַר ייִדיש איז נאָך גרעסער. אַזעלכע אויסגאַבעס ווי "יוגנטרוף" און דער "פֿאָרווערטס" קענען אָפּדרוקן זאַכן, וואָס די אָפֿיציעלע חסידישע וועלט וועט עס נישט דערלאָזן. למשל, מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט מען געאַסרט דעם "שטערן" און דעם "שפּאַקטיוו", וואָס איך האַלט, אַז זיי זײַנען (געווען) די בעסטע חסידישע זשורנאַלן. אויב עמעצער וויל שרײַבן אָן אַ צענזור — און ס׳איז קלאָר, אַז אַ סך פֿון זיי ווילן דאָס טאַקע — קענען מיר אין דעם שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע. ס׳רובֿ חסידים, וואָס גייען "אַראָפּ פֿון דרך", אַזוי צו זאָגן, פֿילן זיך נאָך אַלץ שטאַרק פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט, און די ייִדישע ליטעראַטור, פֿון אַ מאָל און פֿון הײַנט, קען זיי דינען ווי אַ בריק צו יענעם מין מעסיקער ייִדישקייט וואָס זיי זוכן. אַ דאַנק, דזשאָרדין. איך וויל דיר ווינטשן, אַז אַלע דײַנע פּלענער זאָלן טאַקע מקוים ווערן במהרה בימינו אָמן! ייִװאָ האָט אױךSubmitted by skilja13 on Sun, 2012-03-25 19:54.
ייִװאָ האָט אױך רעקאָרדירונגען פֿון שמערקע קאַטשערגינסקין ־ איך האָב זיך צוגעהערט צו זײ... |