|
יאַנקל־פּרץ בלום אין זײַן צימער |
|
טייל לייענער וועלן אפֿשר געדענקען מײַן אַרטיקל, געדרוקט אינעם חודש־זשורנאַל "ווײַטער" וועגן דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ "ייִדיש־הויז" אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד פֿון מאַנהעטן. דאָס איז געווען נאָך אין יאָר 2007. זיצט איר, מסתּמא, ווי אויף ברענענדיקע קוילן, אומגעדולדיק צו הערן, צי דער חלום איז טאַקע מקוים געוואָרן, צי נישט. הײַנט קום איך, סוף־כּל־סוף, אײַך צו באַרויִקן און אַרויסצוגעבן פֿאַר דער וועלט, אַז דער נס איז טאַקע געשען: דאָס "ייִדיש־הויז" איז דאָ! אמת, עטלעכע יאָר האָט זיך גאָרנישט געטאָן, דער עולם איז געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט און געוואַרט אויף משיחן. אָבער אין יאָר 2010 האָבן דרײַ יונגע ייִדישיסטן גענומען די איניציאַטיוו אין זייערע הענט און געדונגען אַ דירה צוזאַמען, און טאַקע אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד, נישט ווײַט פֿון דעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. יאַנקל־פּרץ בלום, לאה בלום, און נפֿתּלי איידלמאַן — אַלע נאָך אין די 20ער — האָבן באַשלאָסן צו רעדן נאָר ייִדיש אין דער היים, ווי ווײַט מעגלעך, און אַזוי שאַפֿן דאָס ערשטע "ייִדיש־הויז" זינט אַ היפּש ביסל יאָרן. (פֿאַרשטייט זיך, צום ערשטן מאָל געמאַכט פֿון ייִדישיסטן; פֿון חסידים זײַנען דאָ הונדערטער, טויזנטער "ייִדיש־הײַזער".)
יאַנקל־פּרץ איז דעמאָלט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף", און נפֿתּלי האָט געהאַלטן בײַם אַנטוויקלען דעם "ייִדיש־פֿאַרם"־פּלאַן (וואָס איז, דרך־אַגבֿ, אויך מקוים געוואָרן, און אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב) — אָבער זייער "ייִדיש־הויז" אַליין איז געווען אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו, ניט פֿאַרבונדן פֿאָרמעל מיט קיין שום אָרגאַניזאַציע. אַלץ האָבן זיי געטאָן מיט די אייגענע כּוחות און די אייגענע באַשיידענע מיטלען. צופֿעליק האָט זיך אַנטדעקט, אַז אין דעם זעלבן בנין מיט יאָרן צוריק, האָט אויך געוווינט באַראַק אָבאַמאַ, דעמאָלט אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. די ייִדיש־הויזניקעס האָבן אין דעם גלײַך דערזען אַ השגחה־פּרטית, אַז זייער פּלאַן וועט זײַן געבענטשט מיט הצלחה.
איך האָב זיך באַקענט מיטן "ייִדיש־הויז", ווײַל די אײַנוווינער זײַנען מײַנע גוטע־פֿרײַנד און זיי האָבן דאָרט אָפֿט געמאַכט לעבעדיקע ייִדישיסטישע "סבֿיבֿות" און פֿאַרברענגענישן. אַזוי ווי אַלע זײַנען געווען שומר־שבת, האָבן זיי אָרגאַניזירט גרויסע סעודות און "מקרבֿ געווען" די ענגליש־רעדער צו דער ייִדישער שפּראַך. מיט דער צײַט האָט מען געזען אַ סך נײַע פּנימער אינעם קרײַז פֿון די יונגע ייִדישיסטן אין ניו־יאָרק. אויף די שׂימחות פֿלעגן קומען צענדליקער מענטשן, פֿרומע און פֿרײַע, וואָס האָבן זיך כּמעט ניט געקענט אַרײַנקוועטשן אינעם קליינעם דירהלע.
נפֿתּלי האָט געאַרבעט אויפֿן "ייִדיש־פֿאַרם"־פּלאַן — צו שאַפֿן אַן אָרגאַנישע פֿאַרם, וווּ די אַרבעטער קענען זיך פֿאַרטיפֿן אין אַ לעבעדיקער סבֿיבֿה פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור — צוזאַמען מיטן יונגן ייִדישיסט ישׂראל באַס; און זייער גיך איז דער פּלאַן געוואָרן אַ רעאַליטעט. באַלד זײַנען די צוויי אַריבער אין אַ דירה פֿאַר זיך אַליין, אַ צווייט "ייִדיש־הויז", וואָס האָט זיך געפֿונען אין דער געגנט וואַשינגטאָן־הײַטס. הײַנט וווינען זיי שוין אויף דער פֿאַרם ממש, אַרומגערינגלט פֿון דער נאַטור. אָבער דעמאָלט, ווײַל נפֿתּלי איז אַוועק, האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען ווער עס זאָל פֿאַרנעמען זײַן אָרט און זײַן צימער, און דאָ בין איך אַרײַנגעשפּרונגען — אָנהייב 2011 בין איך געוואָרן דער דריטער ייִדיש־הויזניק.
איך קען ניט טענהן, אַז מײַן בײַזײַן האָט אויפֿגעלעבט די פֿאַרשלאָפֿענע דירה, וואָס נפֿתּלי האָט געלאָזט הינטער זיך. אפֿשר פֿאַרקערט: מיט מיר איז אַלץ געוואָרן שטילער און פֿאַרשלאָפֿענער, ווײַל איך האָב ס’רובֿ צײַט נאָר געלייענט אין מײַן צימערל. פֿונדעסטוועגן האָבן מיר פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרבעטן געסט, און דעמאָלט האָט זיך געקאָכט אַזוי ווי אין די אַלטע גוטע צײַטן. מיר האָבן, למשל, אָרגאַניזירט זינגערײַען, וואָס האָבן צוגעצויגן אַ סך מער מענטשן ווי די לייענקרײַזן. אויף דער ערשטער זינגערײַ אונדזערער איז געקומען אַ גאַנצע כאָפּטע חסידים פֿון באָראָ־פּאַרק, און אויף די שפּעטערע האָבן פֿרומע ייִדן אויך נישט אויסגעפֿעלט. ווײַזט זיך אַרויס, אַז חסידים האָבן שטאַרק ליב צו זינגען לידער, און נישט בלויז די שבתדיקע זמירות. איז עס כאָטש איין בשותּפֿותדיקע זאַך, וואָס פֿון איר האָבן סײַ די חסידים, סײַ די ייִדישיסטן הנאָה; און זיך לערנען איינער פֿון צווייטן, ווײַל, בדרך־כּלל, ניט מיר קענען זייערע לידער, נישט זיי קענען אונדזערע.
דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט האָבן מיר געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן דאָס קליינע דירהלע אונדזערס, ווײַל דער בעל־הבית האָט געהעכערט דאָס דירה־געלט. דער ערשטער פּלאַן איז געווען זיך אַריבערצוציִען אין ברײַטאָן־ביטש צווישן די רוסן, ווײַל יאַנקל־פּרץ און איך האָבן ביידע געוואָלט פֿאַרבעסערן אונדזער רוסיש. אָבער ברײַטאָן איז געווען פֿאַרבונדן מיט געוויסע מניעות, וואָס האָבן אונדז נישט געלאָזט וווינען דאָרט. ערשטנס, איז דאָס זייער ווײַט פֿון מאַנהעטן; מע דאַרף פֿאָרן אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך איידער מע קומט אַהין אָן. און צווייטנס, האָט אונדזער צײַטווײַליקע נײַע מיטוווינערין פֿון פֿראַנקרײַך, די זינגערין מילענאַ קאַרטאָווסקי, בשום־אופֿן ניט געוואָלט וווינען אין ברײַטאָן־ביטש.
|
דער אַרײַנגאַנג אינעם "ייִדיש־הויז" |
|
דאָס איצטיקע "ייִדיש־הויז" געפֿינט זיך פֿאַקטיש אין דער געגנט בעדסטײַ, וווּ עס וווינען מערסטנס אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און קאַריבישע מענטשן. אָבער צו ביסלעך ציִען זיך אַרײַן אויך אָרעמע ווײַסע "היפּסטערס", וואָס קענען זיך נישט מער דערלויבן צו וווינען אין דער מאָדיש־געוואָרענער וויליאַמסבורג; ווי אויך יונגע חסידישע משפּחות, וואָס זוכן ביליקע גרויסע דירות, נאָענט צו זייערע ישיבֿות און אינסטיטוציעס. דערווײַל איז אונדזער גאַס מערסטנס שוואַרץ, אָבער ניטאָ קיין ספֿק, אַז אין צען יאָר אַרום וועט זי ווערן פֿאַרפֿלייצט פֿון חסידישע קינדערלעך.
די ערשטע וואָכן אינעם נײַעם "ייִדיש־הויז" זײַנען געווען שווערע, פּיאָנערישע, ווי בײַ די חלוצים אין די ערשטע מושבֿים אין ארץ־ישׂראל. קיין הייס וואַסער איז נישט געווען, און מיר האָבן לאַנג נישט געוווּסט פֿאַר וואָס. די שאַפֿעס און שופֿלאָדן אין קיך זײַנען געווען איבערגעפֿילט מיט טאַראַקאַנעס — עטלעכע וואָכן האָבן מיר געפֿירט אַ מלחמה קעגן זיי, מיט אַלע פּראָשיקעס, שפּריצן, און פּאַסטקעס, וואָס מיר האָבן נאָר געקענט קויפֿן — ווי אויך מיט די שיך, מיט דיקע זשורנאַלן, און מיט הויכע געשרייען. דער קאַמף איז געווען ביטער, אָבער צום סוף, האָבן מיר מנצח געווען. אויך די קאָמאַרן האָבן אונדז געביסן, ווײַל הינטערן בנין האָבן מיר אַ גרויסן גאָרטן, אַ ווילדן, וואָס קיינער גיט זיך נישט אָפּ מיט אים. צום גליק, האָט דער קילער וועטער די קאָמאַרן באַלד פֿאַרטריבן. איך קען צולייגן נאָך צרות, אָבער בקיצור, מיר האָבן איבערגעלעבט די עשׂר־מכּות און געמאַכט פֿון דער נײַער גרויסער דירה אַ ליכטיקע און ציכטיקע היים, וווּ מיר האָבן געקענט פֿאַרבעטן פֿרײַנד און אַפֿילו חשובֿע געסט.
אונדזער מיטוווינערין מילענאַ האָט געהאַט אַ טאַלאַנט צו חבֿרן זיך מיט כּל־מיני נײַע מענטשן און זיי ברענגען אויף די שׂימחות וואָס זי האָט אָרגאַניזירט בײַ אונדז. אירע זינגערײַען האָבן צוגעצויגן נאָך מער מענטשן, אַרײַנגערעכנט חסידים, וואָס האָבן איצט געוווינט נישט ווײַט פֿון אונדז. פֿאַרשטייט זיך, נישט קיין גרויסע רביס און בעלי־מוסר, נאָר די מער אויפֿגעקלערטע פֿונעם ייִנגערן דור, וואָס האָבן נישט מורא צו רעדן מיט מאָדערנע מענטשן. זעלטן ווען האָט אַ חסידישער גאַסט אונדז געזאָגט זײַן אמתן נאָמען, ווײַל ווער ווייסט, וואָס קען געשען, אויב מע דערוויסט זיך אין דער קהילה, אַז ער פֿאַרברענגט מיט אונדז? מענער און פֿרויען זיצן אין איין צימער און שמועסן צוזאַמען — ממש פּריצות! דאַרף ער, אַז זײַנע קינדער זאָל מען אַרויסוואַרפֿן פֿון חדר, פֿאַרשוואַרצן זײַן נאָמען, שטערן זײַנע קינדערס שידוכים אאַז״וו?! בײַ זיי הערשט נאָך דער אַלטער קאָמוניזם און יעדער דאַרף נאָך טאָן ווי חבֿר סטאַלין הייסט. איז דערווײַל לעבן די חסידישע ליבעראַלן ווי די סאָוועטישע דיסידענטן, מיט רעוואָלוציאָנערע פּסעוודאָנימען און אונטערערדישע זשורנאַלן, דער עיקר, אין אינטערנעץ.
ניט געקוקט אויף דער טאָטאַליטאַרישער רעליגיעזער סיסטעם, האָפֿן מיר, אַז אונדזער "ייִדיש־הויז" קען ווערן אַ מין קולטור־צענטער, וווּ די ייִדישיסטן און חסידים וועלן האָבן אַן אָרט זיך צונויפֿצוקומען, כּדי צו לערנען און לעבן צוזאַמען. מיר האָבן, למשל, שוין אָרגאַניזירט אַ לייענקרײַז פֿאַר די קלאַסישע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; אָנגעהויבן האָבן מיר פֿון "דער בעל־תּשובֿה" פֿון באַשעוויס, ווײַל דאָס האָט דווקא אַ חסידישע טעמאַטיק. די אַרכאַיִזמען, די אַלטע ווערטער פֿון דײַטש און סלאַוויש, קענען מיר ייִדישיסטן בעסער פֿון די חסידים, בשעת זיי קענען בעסער די לשון־קודש־ווערטער, די תּורה, גמרא, און מדרשים. כּדי צו לייענען די ייִדישע ליטעראַטור מיט פֿאַרשטאַנד, דאַרפֿן מיר פֿאַראייניקן אונדזערע כּוחות, און דאָס טוען מיר טאַקע. לעצטנס, האָבן מיר אויך געפֿונען אַ קענער אין די קליינע אותיותלעך, וואָס קומט איין מאָל אַ וואָך, כּדי צו לערנען מיט אונדז אַ בלאַט גמרא און פֿאַרמינערן אונדזער עם־הארצות (בעסער געזאָגט — מײַן עם־הארצות, ווײַל יאַנקל־פּרץ איז שוין אַ שטיקל לערנער). מע דאַרף זיך אָפּהיטן, דאָס "ייִדיש־הויז" זאָל חלילה ניט ווערן אַ בית־מדרש! מיר טראַכטן וועגן אַרײַנברענגען רעדנער, מאַכן סעמינאַרן, אַ גאַנצע פּראָגראַם, ווי אויך וועגן זוכן עפּעס אַ סובסידיע, וואָס זאָל די פּראָגראַם שטיצן, כאָטש אַ ביסל. דערווײַל אָבער גייט אַלץ אויף אַ דרך אַפֿילו אַזוי, פּריוואַט און אומפֿאָרמעל.
ווען מילענאַ איז צוריקגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך, האָבן מיר געפֿונען אַ נײַע מיטוווינערין, מרים סיגל, וואָס האָט געלערנט עטלעכע יאָר אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם און האָט געוואָלט לעבן אין אַן אמת ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. בײַ אונדז האָט זי אַ סך פֿאַרבעסערט איר ייִדיש, זי רעדט שוין ווי אַ וואַסער. נאָר צום באַדויערן (אָדער צום גליק), פֿאָרט זי אָנהייב מאַרץ אַוועק קיין בוענאָס־אײַרעס, וווּ זי האָט באַקומען אַ "פֿולברײַט"־סטיפּענדיע איבערצוזעצן אַרגענטינער ייִדישע פּאָעזיע. קען זײַן, אַז זי וועט דאָרט בעסער פֿאַרברענגען — אויף דער פּלאַזשע, טאַנצנדיק טאַנגאָ, אין די שיינע קאַפֿעען — נאָר אַזוי פֿיל ייִדיש וועט זי זיכער נישט געפֿינען, ווי אין אונדזער "ייִדיש־הויז". מיר ווינטשן איר אַ סך געזונט און הצלחה און האָפֿן זי ווידער צו זען, ווי באַלד זי וועט צוריקקומען צו אונדזערע ברעגן. די ייִדיש־וועלט נייטיקט זיך אין אַזעלכע איבערגעגעבענע און פֿרײַנדלעכע יונגע מענטשן!
צום סוף, ווילן מיר פֿאַרבעטן דעם חשובֿן לייענער צו אונדז אין דער היים. אַ שיינער צימער אין "ייִדיש־הויז" וואַרט אויף אַ שותּף, עמעצער וואָס וואָלט געוואָלט דאָ וווינען מיט אונדז פֿון אָנהייב מאַרץ. ס׳איז דאָ אַ גרויסער פֿענצטער, וואָס קוקט אַרויס אויף אונדזער ווילדן גאָרטן־דזשאָנגל. יעדער אײַנוווינער צאָלט נאָר 733$ דירה־געלט, פּלוס "יוטיליטיס". איר קענט מיר שרײַבן אויפֿן אַדרעס leyzertag@gmail.com. און אַפֿילו אויב איר ווילט נישט וווינען אין "ייִדיש־הויז", וועט איר אַוודאי זײַן אַן אָנגעלייגטער גאַסט אויף אונדזערע אַקטיוויטעטן. אָדער נאָך בעסער: אפֿשר קענט איר מאַכן אײַער אייגן "ייִדיש־הויז" דאָרט, וווּ איר וווינט איצט?