ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוגנטרופֿניקעס אויף דער "ייִדיש־וואָך"

שוין פֿאַר דער זיצונג זענען געווען קלאַנגען, אַז די פֿאַרוואַלטונג פֿון "יוגנטרוף" וועט זיך בײַטן אין גאַנצן. סײַ די דירעק­טאָרשע, מירע מניעווסקי, סײַ דער עק­זעקוטיוו־פֿאָרזיצער, הערשל גלע­זער, האָבן זיך געוואָלט צוריקציִען און איבער­געבן די אַרבעט אין ייִנגערע הענט. די אָרגאַניזאַציע הייסט טאַקע "יוגנטרוף", אָבער ס'זענען אַדורך אַ סך יאָר זינט די אמת יונגע מענטשן האָבן אָנגעפֿירט מיט איר. איצטער איז געקומען די צײַט, און אַזוי פֿיל מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער עקזעקוטיוו־זיצונג, דעם 30סטן סעפּטעמבער, אַז ס'האָט געפֿעלט פּלאַץ בײַם טיש.

ווען אַ גרופּע ייִדיש־סטודענטן האָט סוף זומער 2004 אין ניו־יאָרק אַרומגערעדט דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ ייִדיש־רעדנדיקע "קאָמונע" — דאָס הייסט, אַ גרויסע דירה, וווּ אַלע וואָלטן גערעדט ייִדיש — איז דער פּלאַן צו נישט געוואָרן צוליב געאָגראַפֿישע סיבות. איינער האָט געוואָלט וווינען אין ברוקלין, אַ צווייטער — אין מאַנהעטן, דער דריטער — אין פֿילאַדעלפֿיע, איז פֿון דעם גאָרניט געוואָרן. מע האָט גערעדט און גערעדט איבער דרײַ יאָר, אָבער ווי מע זאָגט: מע רעדט און מע רעדט, און מע שושקעט זיך.

פּובליציסטיק, קינאָ

אַז איינער איז רײַך און האָט אַ גרינג לעבן, זאָגט מען אויף אים: ער לעבט ווי גאָט אין פֿראַנקרײַך. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס לעבן אין הימל איז גאַנץ גוט, אָבער אין פֿראַנקרײַך — נאָך בעסער. שוין הונדערטער יאָרן איז דער פֿראַנצויזישער לעבנס־שטייגער באַרימט ווי אַ שיינער און אַ באַקוועמער, ספּעציעל, אין פֿאַרגלײַך מיט די קאַלטע פּראָטעסטאַנטישע לענדער — דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און אַמעריקע, למשל.

קהילה־לעבן
אונטער דער חופּה

איידער איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, בין איך קיין מאָל נישט געווען אויף אַ לוויה, אָבער זינט דעמאָלט, און ספּעציעל לעצטנס, בין איך געוואָרן אַ גרויסער מבֿין אויף לווית. איך ווייס שוין פֿון פֿריִער, וווּ די לוויה וועט פֿאָרקומען, ווער ס׳וועט רעדן און וואָס מע וועט זאָגן; כ׳האָב אַ פּלאַץ רעזערווירט בײַ דער מיזרח־וואַנט און כ׳ווייס, ווי אַזוי זיך אַרײַנ­צושלײַכן שטילערהייט, ווען איך קום אָן שפּעט און די צערעמאָניע האָט זיך שוין אָנ­געהויבן.

װעלט פֿון ייִדיש
ריטשאַרד קאָרב פֿירט אָן מיטן סעמינאַר

פֿונעם 18טן ביזן 22סטן יוני, בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט "יוגנטרוף" דורכגעפֿירט איר ערשטן לערער־סעמינאַר. ברוכה קאַפּלאַן האָט געהאַט פּלאַנירט דעם סעמינאַר שוין מיט עטלעכע יאָר צוריק, נאָך דעם ווי "יוגנטרוף" האָט באַקומען פֿאַר אים געלט פֿון די פֿישמאַן־ און לעווינסאָן־פֿונדאַציעס; מיט דער הילף פֿון שבֿע צוקער און נעמי קאַדאַר, האָט זי דעם פּלאַן, סוף־כּל־סוף, טאַקע רעאַליזירט. באַטייליקט האָבן זיך אַרום צוואַנציק מענטשן, סײַ דערפֿאַרענע ייִדיש־לערער פֿון שולן און אוניווערסיטעטן, סײַ אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס האָבן נאָך נישט אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס ווי לערערס.

פֿאַרשײדנס

אַ סך מענטשן האַלטן, אַז אַן אמתע שפּראַך דאַרף האָבן אַ באַזונדער לאַנד, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן נישט קיין אייגענע טעריטאָריעס. אַזוי ווי אין פֿראַנקרײַך לעבן די פֿראַנצויזן וואָס רעדן פֿראַנצייזיש, מיינט מען, אַז מלוכה, פֿאָלק און שפּראַך דאַרפֿן שטענדיק זײַן אידענטיש. אָבער דאָס איז אין דער אמתן אַ זעלטענער פֿענאָמען, זיכער אַזוי איז בײַ ייִדן — אַ פֿאָלק טויזנטער יאָרן האָט נישט געהאַט קיין אייגענע מלוכה און האָט גערעדט פֿאַרשיידענע שפּראַכן. דער ציוניסטישער פּראָיעקט האָט געצילט, צום טייל, בלויז צוצופּאַסן די ייִדן צו די מערבֿ־אייראָפּעיִשע נאַציאָנאַלע ווערטן, מיט העברעיִש ווי די הויפּט־שפּראַך.

ייִדיש־וועלט

קודם־כּל, זאָל דער לייענער זיך גרייטן פֿאַר אַ גרויס שטיקל אַפּיקורסות, וואָס ער וועט באַלד הערן פֿון מיר. קען זײַן, אַז ער האָט עס אַפֿילו שוין געכאַפּט פֿונעם קעפּל אויבן. בײַ אונדז הייסט דאָס לשון "ייִדיש", נאָר בײַ די חסידים — "אידיש". און די צוויי סאָרטן מאַמע־לשון, ייִדיש און אידיש, אונטערשיידן זיך זייער שטאַרק.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען מאַקס ווײַנרײַך און די פֿירנדיקע ייִדישיסטן האָבן געגרינדעט דעם "ייִוואָ" אין 1925, האָבן זיי געטראַכט צו שאַפֿן נישט בלויז אַן אַרכיוו, אַ ביבליאָטעק, אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און שפּראַך־לערערײַ, נאָר אַן אמתן ייִדישן אוני­ווערסיטעט. אַזוי ווי מען לערנט אין העברעיִשן אוניווער­סיטעט אויף העברעיִש, און אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אויף ענגליש, וואָלט מען געלערנט אין ייִוואָ־אוניווערסיטעט אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס זייער חלום איז קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן, אויף דעם דאַרפֿן די היסטאָריקער ענטפֿערן, אָבער עס איז אַוודאי אַ גרויסער שאָד.

ייִדיש־וועלט
יונגע ייִדישיסטן פּלאַנירן אַ

דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגע­קומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידל­מאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [—הפֿסקה], אָבער איך האָב נישט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס.

װעלט פֿון ייִדיש
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כאָטש ער איז בעסער באַקאַנט פֿאַר זײַנע ראַדיאָ־דראַמעס, וואָס זײַנען געשפּילט געוואָרן צענדליקער יאָרן אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע "WEVD", איז נחום סטוטשקאָוו אויך געווען אַ באַדײַטנדיקער פֿילאָלאָג און לעקסיקאָגראַף, סײַ פֿון דער ייִדישער און סײַ פֿון דער העברעיִשער שפּראַך. אַחוץ זײַן טעאַטער־טעטיקייט, האָט ער, אין זײַן פֿרײַער צײַט, אַזוי צו זאָגן, אָנגעשריבן די דרײַ ריזיקע ביכער — דער "ייִדישער גראַמען־לעקסיקאָן", דער "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", וואָס בלײַבט אַ יחיד־במינו, ווי אויך זײַן "אוצר השׂפֿה העבֿרית".

בעת אַ הפֿסקה אויפֿן "ייִדיש־ברייק" אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט

דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגעקומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידלמאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [הפֿסקה], אָבער איך האָב ניט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס.

פּובליציסטיק

אויף אַ שבתדיקער מאָלצײַט האָב איך לעצטנס געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פֿרומער פֿרוי, אַ מאַמע פֿון זעקס קינדערלעך, וועגן דעם ענין דערציִונג. זי האָט זיך געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, אין וואָסער חרדישער ישיבֿה צו שיקן די קינדער, זיי זאָלן קריגן אַ פֿעסטן יסוד אין ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שפּראַך, אָבער גלײַכצײַטיק אויך קענען גיין אין קאָלעדזש און האָבן אַ פֿאַך, ווען זיי וואַקסן אויס. ס׳איז אײַנגעפֿירט בײַ די ישיבֿה־ייִדן, אַז די בחורים גייען נישט אָפֿט אין קאָלעדזש און זיי אַרבעטן אויך נישט, נאָר יאָרן לאַנג נאָך דער חתונה קוועטשן זיי די באַנק, זיצן און לערנען תּורה. זיכער, ברענגט דאָס גוואַלדיקע זכותים, די עלטערן און דער רבונו־של־עולם שעפּן פֿון דעם אַ סך נחת.