ייִדיש־וועלט

קודם־כּל, זאָל דער לייענער זיך גרייטן פֿאַר אַ גרויס שטיקל אַפּיקורסות, וואָס ער וועט באַלד הערן פֿון מיר. קען זײַן, אַז ער האָט עס אַפֿילו שוין געכאַפּט פֿונעם קעפּל אויבן. בײַ אונדז הייסט דאָס לשון "ייִדיש", נאָר בײַ די חסידים — "אידיש". און די צוויי סאָרטן מאַמע־לשון, ייִדיש און אידיש, אונטערשיידן זיך זייער שטאַרק. ס׳זענען אַפֿילו דאָ אַזעלכע, וואָס טענהן, אַז ייִדיש און אידיש זענען צוויי באַזונדערע שפּראַכן, ווײַל דער ייִדישיסט און דער חסיד קענען זיך אָפֿט נישט צונויפֿרעדן. דער ווייסט נישט פֿון "בליצפּאָסט" און "הילקע־פּילקע", און יענער — פֿון "שיריים" און "עם־הארצות". אַ מאָל איז נישט געווען אַזוי: איין ברודער איז געוואָרן אַ ייִדישער שרײַבער און דער צווייטער — אַ רבֿ, אָבער זיי האָבן פֿון דער היים גערעדט די זעלבע שפּראַך. הײַנט איז דער שפּאַלט צווישן זייערע אייניקלעך געוואָרן אַזוי גרויס, אַז זיי קוקן איינער אויפֿן אַנדערן ווי אויף אַ מאָדנער באַשעפֿעניש.

ווי באַקאַנט, זענען די פֿאַרבליבענע וועלט­לעכע ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש, הײַנט כּמעט אַלע אין די הויכע 70ער און 80ער יאָרן, אויב נישט נאָך העכער. מיט ווייניק אויסנאַמען, רעדט די יוגנט מאַמע־לשון נאָר אין די חסידישע קרײַזן. אָבער אין די אוניווערסיטעטן לערנט מען אויסשליסלעך ייִדיש, כּלל־שפּראַך, וואָס קלינגט אין די חסידישע אויערן אַ ביסל ווי שעקספּירס ענגליש און אַ ביסל ווי לאַטײַן. נישט קיין וווּנדער, אַז ווען אַ ייִדיש־סטודענט גייט אַרײַן אין אַ חסידיש געשעפֿט און זאָגט "זײַט אַזוי גוט, און דערלאַנגט מיר דאָס נײַע קאָמפּאַקטל פֿון דעבי פֿרידמאַן", קוקט דער חסיד אויף אים ווי ער וואָלט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דער לבֿנה.

שוין לאַנג מאַכט פּראָפֿ׳ דוד כּ״ץ אַ טאַרעראַם וועגן דעם ענין, און עס זענען הײַנט פֿאַראַן פֿאָרשער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אידיש, למשל, ברוס מיטשעל. אָבער די שפּראַך־לערער לייגן דערווײַל נישט קיין אַכט אויף דעם און לערנען ווײַ­טער "לאַטײַן" אין די קלאַסן. איר זאָלט נישט מיינען, אַז איך האָב פֿײַנט לאַטײַן, פּונקט פֿאַרקערט — איך האָב זיך געלערנט לאַ­טײַן עטלעכע יאָר, און איך האָב אַפֿילו אָנטייל­גענומען אין אַ זומער־פּראָגראַם אין רוים, וווּ די סטודענטן און דער לערער האָבן גערעדט צווישן זיך לאַטײַן. אָבער מאַמע־לשון איז אַ לעבעדיקע שפּראַך און מע קען עס נישט באַהאַנדלען ווי אַ טויטע שפּראַך.

אַ ייִדיש־לערערין אין ניו־יאָרק, חנה גרינפֿעלד, האָט לעצטנס אָנגעהויבן לערנען אַן אַוואַנסירטן ייִדיש־קלאַס, רעדנדיק מיט איר אונגעריש־חסידישן אַרויסרעד, ווײַל אַזוי רעדט זי אין דער היים און אַזוי רעדט מען הײַנט. אָבער אין די אויגן פֿון די אוני­ווערסיטעט־פּראָפֿעסאָרן געפֿינט אידיש נאָך נישט קיין חן. זיי וועלן ווײַטער לער­נען מיט די סטודענטן ייִדיש, ביז די חסידים וועלן זיך אויסלערנען!

איך וויל נישט מאַכן צו קליינגעלט די ריזיקע אויפֿטוען פֿון די ייִדישיסטן אין משך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. זיי האָבן געשאַפֿן אַ סטאַנדאַרט־שפּראַך, צונויפֿגעשטעלט ווערטערביכער און גראַ­מאַטיקעס, אויסגעפֿאָרשט איר אַנטוויקלוגנ און סטרוקטור. אָבער מע דאַרף מודה זײַן, אַז כּלל־שפּראַך האָט זיך נישט אָנגענומען אַזוי ווי מע וואָלט געוואָלט, און אַז די גרויסע מערהייט רעדט און שרײַבט הײַנט גאַנץ אַנדערש.

וועט איר מיר זאָגן, אַז אידיש איז קיין שפּראַך נישט. די חסידים קענען נישט קיין גראַמאַטיק, זיי מישן אַרײַן צו פֿיל ענגליש, זייער אויסלייג איז נישט אויסגעהאַלטן, מיטן פֿאַרעלטערטן אויסלייג "זעהן" און "געהן" און אַנדערע ווילדקייטן אַזעלכע. טאַקע גערעכט, אָבער ס׳איז סײַ ווי פֿאַראַן אַ "באַהאַלטענער סטאַנדאַרד" בײַ זיי. זיי טאָרן נישט זאָגן און שרײַבן אַבי וואָס; "גיין", "געהן" און "געהען" — זענען אַלע כּשר, אָבער "גהען" און "גויוייִן" — טרייף. מע קען זאָגן "דער רבי", "די רבי", "דע רבי", אָבער נישט "דאָס רבי" אָדער "דוינג רבי". אויב מע וויל עמעצן באַדאַנקען, זאָגט מען "ש׳כּוח", נישט "אַ דאַנק"; "אַ דאַנק" איז נישט אידיש. אידיש איז אַ נאָרמאַלע שפּראַך מיט איר אייגענער גראַמאַטיק, סינ­טאַקסיס און וואָקאַבולאַר. און אויב איר מיינט, אַז די חסידים האָבן קאַליע געמאַכט די שפּראַך מיט די אַלע אַנגליציזמען, גיט אַ קוק אין סטוטשקאָווס "אוצר פֿון דער ייִדי­שער שפּראַך" פֿון יאָר 1950. דאָרט וועט איר געפֿינען טויזנטער אַנגליציזמען, וואָס זענען "פֿאַרייִדישט" געוואָרן נאָך איידער די חסידים האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט: "טרײַען", "יוזן", "סטאַפּן", "סעטלען" — אין דער אמתן, האָבן די חסי­דים איבערגענומען די ווערטער פֿון די אַמאָ­ליקע אַמעריקאַניזירטע ייִדיש־רעדער.

איז וואָס טוט מען? אַרויסוואַרפֿן דעם "קאָלעדזש־ייִדיש" אין מיסטקעסטל? (אָדער אויף אידיש: "אין דע גאַאַבעדזש") חס־ושלום! ס׳רובֿ ליטעראַרישע ווערק זע­נען געשריבן אויף ייִדיש, און ווײַל זײַן אויס­לייג איז סטאַנדאַרטיזירט געוואָרן, איז ייִדיש אַ סך גרינגער צו לערנען ווי אידיש. אָבער מע דאַרף אויך אידיש אַרײַנברענגען אין די קלאַסן; די סטודענטן דאַרפֿן הערן און לייענען, ווי אַזוי מאַמע־לשון לעבט הײַנט. מע דאַרף שאַפֿן נײַע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן און לערנביכער. און כאָטש מײַן זיידע איז אַ ליטוואַק און דזשיגאַן און שומאַכער גרילצן מיר אין די אויערן, דאַרפֿן די סטודענטן אויך הערן דעם חסי­דישן אַרויסרעד, ווײַל אַנדערש וועלן זיי נישט פֿאַרשטיין גאָרנישט.

דאָס קעפּל "סטאַנדאַרד־אידיש" איז נישט בלויז אַ שפּאַס (כאָטש ס׳איז דאָס אויך). חסידישע אינטעליגענטן באַקלאָגן זיך הײַנט אויף דעם פֿאַרווילדעוועטן מצבֿ פֿון דער גראַמאַטיק אין זייערע קרײַזן. דער באַקאַנטער זשורנאַל "מעלות", למשל, באַהאַנדלט אָפֿט לינגוויסטישע ענינים, און די שרײַבער דאָרטן באַמיִען זיך אָפּצוהיטן די שפּראַך. לעצטנס, איז אַרויס אַ נײַער זשורנאַל "היימיש אידיש" (דערווײַל בלויז אין אינטערנעץ צו באַקומען), וואָס צילט צו לערנען דעם פֿרומען עולם גראַמאַטיק. דער רעדאַקטאָר, און דערווײַל דער איינציקער שרײַבער, ר׳ יעקבֿ־יוסף סורקיס, האָפֿט "צו שרײַבן וועגן דער גראַמאַטיק פֿון דעם אידיש, וואָס ווערט באַנוצט דורך דעם גרעסטן טייל פֿון אידיש רעדער, לייענער און שרײַבער". וועגן אונדז, און אונדזער ייִדיש, שרײַבט ער:

"אַרום דער וועלט, זענען דאָ הײַנט אויך אידן, וועלכע שטודירן אידיש. אידיש איז נישט זייער טאָג־טעגליכע שפּראַך, אָבער זיי ווילן קענען די שפּראַך פֿון זייער באָבען. אויך גויים טרעפֿט מען צווישן אידיש־ליבהאָבער. דאָס אידיש וואָס זיי לערנען איז אָבער אַ געקינצלטע, נישט יענץ וואָס ווערט באַנוצט דורך מענטשן, בײַ וועמען אידיש איז די נאַטירליך־גערעד­טע שפּראַך. ס׳איז ווי אַן אַנדער שפּראַך. מאָדערנע אידיש־אָנהענגער האָבן געהאָפֿט אַז ס׳וועט זײַן אַ שפּראַך; טייל האָפֿן אַזוי עד־היום. דאָס פֿאָלק קאָאָפּערירט אָבער נישט. ׳היימיש אידיש׳ איז גאָר אַנדערש ווי דאָס אַמאָליגע און ווי דאָס פֿאַנטאַזירטע אידיש".

קעגן ר׳ יעקבֿ־יוסף קען מען האָבן טענות, אָבער ס׳שטעקט אין דעם אַ ביסל אמת. און כאָטש קיין "סטאַנדאַרד־אידיש" איז נאָך נישטאָ, וועט עס, דורך סורקיס און דורך אַנדערע אַזוי ווי סורקיס, אין דער צוקונפֿט מסתּמא יאָ אויפֿקומען. אויף דעם קען יעדער ייִדיש־ און אידיש־ליבהאָבער אַרויסקוקן מיט פֿרייד.