װעלט פֿון ייִדיש
ריטשאַרד קאָרב פֿירט אָן מיטן סעמינאַר
ריטשאַרד קאָרב פֿירט אָן מיטן סעמינאַר

פֿונעם 18טן ביזן 22סטן יוני, בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט "יוגנטרוף" דורכגעפֿירט איר ערשטן לערער־סעמינאַר. ברוכה קאַפּלאַן האָט געהאַט פּלאַנירט דעם סעמינאַר שוין מיט עטלעכע יאָר צוריק, נאָך דעם ווי "יוגנטרוף" האָט באַקומען פֿאַר אים געלט פֿון די פֿישמאַן־ און לעווינסאָן־פֿונדאַציעס; מיט דער הילף פֿון שבֿע צוקער און נעמי קאַדאַר, האָט זי דעם פּלאַן, סוף־כּל־סוף, טאַקע רעאַליזירט. באַטייליקט האָבן זיך אַרום צוואַנציק מענטשן, סײַ דערפֿאַרענע ייִדיש־לערער פֿון שולן און אוניווערסיטעטן, סײַ אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס האָבן נאָך נישט אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס ווי לערערס.

דער "לערער פֿון די לערערס" אויפֿן סעמינאַר האָט געהייסן ריטשאַרד קאָרב, דער פּעדאַגאָגישער דירעקטאָר פֿון דער דײַטשישער שפּראַך־פּראָגראַם אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. קאָרב האָט אויסגעשולט די אָנטיילנעמער אין זײַן מאָדערנעם לערן־מעטאָד — "דאָס אינטעגרירטע שפּראַך־לערערײַ": דאָס לערנען דאַרף פֿאָרקומען אין אַ לעבעדיקן קאָנטעקסט; די פּראַקטישע צילן פֿון שפּראַך־באַנוץ דאַרפֿן פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן בײַם לערנען, נישט די גראַמאַטישע כּללים; די לערן־פּראָגראַם דאַרף זײַן דורכגעטראַכט פֿון אָנהייב ביזן סוף, מיט אַלע דרײַ אַספּעקטן פֿון לערנען: פֿאַרשטיין, קאָמוניקירן, פֿאָרשטעלן; מען דאַרף אָפּשאַצן די תּלמידים לויטן מין אַרבעט, וואָס זיי טוען אין קלאַס, נישט לויט אַבסטראַקטע עקזאַמענס. קאָרב האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן מעטאָד (צום באַדויערן, אויף ענגליש), געגעבן בײַשפּילן, אָנגעוויזן אויף פֿאַרשיידענע קאָמפּיוטער־רעסורסן, און געהאָלפֿן די אָנטיילנעמער צו אַנטוויקלען זייערע אייגענע לערן־פּראָגראַמען.

צו פֿאַרשטיין קאָרבס מעטאָד האָבן די לערערס זיך צעטיילט אויף קליינע גרופּעס פֿון 3־4 מענטשן און צוגעגרייט אַ געוויסע טעמע — משפּחה, עסן, ניו־יאָרק, פּסח — וואָס זיי האָבן בײַם סוף פּרעזענטירט פֿאַר די איבעריקע. די מעלות און חסרונות פֿון זײַן צוגאַנג זענען פֿאַר אונדז בולט געוואָרן אין דער געניטונג. אַרבעטנדיק אין גרופּעס, למשל, רעדן די סטודענטן אַ סך מער צווישן זיך אויף ייִדיש, ווי אין אַ געוויינטלעכן קלאַס. אָבער אין אַ גרופּע איז אָפֿט דאָ איינער, וואָס טוט די אמתע אַרבעט, בשעת די אַנדערע קוקן פֿאַרחלומט אַרויס אין פֿענצטער. עס טרעפֿט זיך אויך, אַז דער יצר־הרע פֿאַרכאַפּט די גאַנצע גרופּע און מע הייבט אָן רעדן וועגן אַלץ אויף דער וועלט, אַבי נישט וועגן דער אַרבעט. אָבער, בדרך־כּלל, האָבן די מענטשן גוט צוזאַמענגעאַרבעט, און ס׳זענען אַרויס פֿון דעם פֿיר נײַע לערן־פּלענער, וואָס וועלן אַלע אָנטיילנעמער צו ניץ קומען. ס׳איז בלויז אַ שאָד, וואָס דער געוויינטלעכער לערער האָט נישט קיין גאַנצע וואָך, כּדי צוצוגרייטן איין קלאַס.

די לערערס האָבן זיך אויך געראַנגלט מיט איין אַספּעקט פֿון שפּראַך־לערערײַ, וואָס מע טאָר אים אַפֿילו נישט אַרויסרעדן — די גראַמאַטיק. ווי באַקאַנט, האָבן די לערערס ליב די גראַמאַטיק, בשעת די תּלמידים האָבן זי פֿײַנט. דערפֿאַר האָבן די אָנטיילנעמער זיך געבראָכן דעם קאָפּ, ווי אַזוי אַרײַנצוברענגען מער גראַמאַטיק אין די לערן־פּלענער, אַזוי אַז מע זאָל עס נישט באַמערקן. קאָרב האָט געפֿונען פֿאַר איר אַ נײַעם נאָמען: "סטרוקטורן".

דער סעמינאַר האָט אויך אַרײַנגענומען אַנדערע שיטות פֿון שפּראַך־לערערײַ. הערשל גלעזער האָט געהאַלטן אַ גראַמאַטיק־לעקציע וועגן פּערפֿעקטיווע און אומפּערפֿעקטיווע ווערבן. שבֿע צוקער האָט געלערנט, ווי אַזוי אַ קלאַס קען צוזאַמען לייענען און פֿאַרשטיין אַ ליטעראַרישן טעקסט. חנה פּאָלין האָט דערציילט וועגן איר אַרבעט אין אַ ייִדישער טאָגשול אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי האָט צוויי יאָר געלערנט ייִדיש מיט די קינדערלעך. אַבֿרהם העלד, ווידער, האָט באַשריבן זײַן לערנען ייִדיש מיט דערוואַקסענע, וואָס קענען נישט אָפּגעבן גענוג צײַט צו לערנען די שפּראַך. חוה לאַפּין האָט געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק מיט אַ לעקציע, אין וועלכער זי האָט גערעדט וועגן דער רײַכקייט און דער אײַנגעוואָרצלטקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין דער טראַדיציאָנעלער וועלט; די לערערס האָבן זיך טאַקע געפֿרעגט — ווי אַזוי קען איך לערנען דאָס, וואָס איך ווייס אַליין נישט? אָבער בײַם סאַמע סוף, האָט קאָליע באָראָדולין דערהויבן די געמיטער מיט פֿאַרשיידענע שפּראַך־שפּילן, וואָס ער ניצט בײַם לערנען, וועלכע פֿאַרווײַלן זײַנע תּלמידים, יונג און אַלט.

די אָנטיילנעמער זענען נישט געקומען בלויז צו פֿאַרנעמען זיך מיט פּעדאַגאָגישע ענינים. זיי האָבן אויך געוואָלט פֿאַרברענגען צוזאַמען מיט אַלטע פֿרײַנד, און זיך באַקענען מיט נײַע. אַזוי אַרום האָט מען אָרגאַניזירט אַ קולטור־פּראָגראַם, אַ וועטשערע מיט געזאַנג, אָנגעפֿירט פֿון אַסיע ווײַסמאַן, אַ פֿילם־ווײַזונג וועגן איטשע גאָלדבערג, און אַן אַרויספֿאָר אינעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה".

די דערפֿאַרענע לערערס האָבן זיך דערוווּסט עפּעס נײַעס אויפֿן סעמינאַר; אַלע האָבן געהאַט וואָס צו נאַשן. אָבער די סאַמע גליקלעכסטע זענען געווען די אָנטיילנעמער, וואָס וועלן אָנהייבן לערנען ייִדיש דאָס קומענדיקע יאָר און האָבן פֿריִער נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס צו טאָן. אַזאַ לערער־סעמינאַר קומט פֿאָר איין מאָל אין אַ יובֿל און איז זיי געקומען אין דער האַנט פּונקט צו דער צײַט. ס׳זעט אָבער אויס, אַז דער סעמינאַר האָט אַזוי אויסגענומען, אַז ער וועט נישט בלײַבן דער לעצטער.