ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוגנטרופֿניקעס אויף דער "ייִדיש־וואָך"
יוגנטרופֿניקעס אויף דער "ייִדיש־וואָך"

שוין פֿאַר דער זיצונג זענען געווען קלאַנגען, אַז די פֿאַרוואַלטונג פֿון "יוגנטרוף" וועט זיך בײַטן אין גאַנצן. סײַ די דירעק­טאָרשע, מירע מניעווסקי, סײַ דער עק­זעקוטיוו־פֿאָרזיצער, הערשל גלע­זער, האָבן זיך געוואָלט צוריקציִען און איבער­געבן די אַרבעט אין ייִנגערע הענט. די אָרגאַניזאַציע הייסט טאַקע "יוגנטרוף", אָבער ס'זענען אַדורך אַ סך יאָר זינט די אמת יונגע מענטשן האָבן אָנגעפֿירט מיט איר. איצטער איז געקומען די צײַט, און אַזוי פֿיל מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער עקזעקוטיוו־זיצונג, דעם 30סטן סעפּטעמבער, אַז ס'האָט געפֿעלט פּלאַץ בײַם טיש.

דער עולם האָט דערוואַרט גרויסע זאַכן און געהאַלטן לאַנגע רעדעס (ווי עס פֿירט זיך בײַ ייִדן); אין משך פֿון צוויי שעה האָט מען כּמעט גאָרנישט נישט באַשלאָסן. אָבער בײַם סוף, נאָך אַלעמען, איז די רעוואָלוציע דאָך פֿאָרגעקומען און אַ נײַע, יונגע פֿאַרוואַלטונג איז געקומען צו דער מאַכט.

פֿאַרן נײַעם פֿאָרזיצער האָט מען אויס­געקליבן מנחם־יאַנקל איידלמאַן, 24 יאָר אַלט, וואָס ער איז סײַ דער ייִנגסטער אין דער פֿאַרוואַלטונג, סײַ דער גרעסטער מיוחס; זײַן זיידע, ד"ר מרדכי שעכטער ע"ה, איז געווען איינער פֿון די גרינדערס פֿונעם נײַעם "יוגנטרוף" און זײַן לאַנג־יאָרי­קער עצה־געבער. מנחם־יאַנקל אַרבעט איצטער בײַ דעם "ייִוואָ", וווּ ער העלפֿט צו פּלאַ­נירן נײַע פּראָגראַמען, אָבער ער האָט ביז לעצטנס אויך געאַרבעט בײַם "יוגנט­רוף" און בײַם "בוירטרײַט־ישׂראל", אַן אָר­גאַניזאַציע, וואָס פֿינאַנסירט נסיעות קיין ישׂראל פֿאַר דער אַמעריקאַנער ייִדי­שער יוגנט. ער האָט הײַיאָר אין אַפּריל אָרגאַניזירט דעם "ייִדיש־ברייק", אַ ייִדי­שיס­טישער "שבתון" אין בראַנדײַס־אוני­ווערסיטעט, וואָס האָט צוגעצויגן איבער 40 יונגע מענטשן און קאָלעדזש־סטודענטן פֿון איבער דער וועלט. די נײַע וויצע־פֿאָר­זיצערין, אַבֿיגיל האַועל, 25 יאָר, שטו­דירט די דערציִונג פֿון טויבע מענטשן אין באָסטאָנער אוניווערסיטעט. כאָטש זי וווינט ווײַט פֿון ניו־יאָרק, קען דאָס אין איר פֿאַל זײַן אַ מעלה, ווײַל דאָרט וווינט אַ גאַנצע כאַליאַסטרע יונגע ייִדישיסטן, וואָס ווילן זיך באַטייליקן אין "יוגנטרוף"־אונטערנעמונגען. יעקבֿ־פּרץ בלום, 24 יאָר, וואָס אַרבעט ווי אַ סטראַכיר־סטאַטיסטיקער פֿאַר אַ פֿאַרזיכערונג־פֿירמע, איז געוואָרן דער נײַער קאַסירער. נישט בלויז קען ער גוט מאַטעמאַטיק און מאַכן חשבונות, נאָר ער איז אויך אַ לינגוויסט, וואָס קען צונויפֿשטעלן אַ בודזשעט אין עטלעכע שפּראַכן. נאָך פֿינף יאָר איבערגעגעבענער אַרבעט האָט דער פּראָטאָקאָל־סעקרעטאַר בנימין צאַדאָק זיך אויך צוריקגעצויגן, האָט דער שרײַבער פֿון די שורות זיך אַליין פֿאָר­געלייגט פֿאַר דער שטעלע און איז באַשטעטיקט געוואָרן. איך בין שוין 29 יאָר אַלט און דערפֿאַר בין איך דער עלטסטער מיטגליד פֿון דער נײַער פֿאַרוואַלטונג. דערצו זענען צוגעקומען עטלעכע נײַע פּנימער צו דער עקזעקוטיווע, וואָס וועלן העלפֿן באַנײַען די אָרגאַניזאַציע.

אַזוי ווי די "יוגנטרוף"־דירעקטאָרין מירע מניעווסקי גייט אַוועק שוין סוף נאָ­וועמבער האָט די נײַע פֿאַרוואַלטונג גע­דאַרפֿט באַשליסן, צי מע וועט זוכן אַ נײַעם דירעקטאָר, צי בלויז אַ סעקרעטאַר, וואָס קען דערליידיקן די נייטיקסטע אַר­בעט. איז מען געקומען צום אויספֿיר, אַז דערווײַל דאַרף מען געפֿינען אַ ביוראָ־סעקרעטאַר (צוויי טעג אַ וואָך, פֿון 10—15$ דאָלאַר אַ שעה). פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, קלינגט אָן 0381־889־212, אָדער שרײַבט צו: .yugntruf@yugntruf.org

די נײַע פֿאַרוואַלטונג וועט זיכער געבן דער אָרגאַניזאַציע אַ פֿרישן אויסזען, אָבער דער גײַסט, דער ציל פֿון "יוגנטרוף" בלײַבט דער זעלבער: צו מאַכן אַקטיווער די ייִדישע שפּראַך בײַ דער הײַנטיקער יוגנט, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן נאָך הערן און רעדן אַ לעבעדיק ייִדיש וואָרט. דער בעסטער אויסדרוק פֿון דעם געדאַנק, און די וויכטיקסטע "יוגנטרוף"־אַקטיוויטעט אין יאָר, איז די "ייִדיש־וואָך", אַ זומער־לאַגער אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, וווּ עס קומען זיך צונויף יעדן סוף אויגוסט יונג און אַלט, גאַנצע משפּחות פֿון ייִדיש־רעדערס. די "ייִדיש־וואָך" איז אַן אמתע ייִדיש־רעדנדיקע קהילה, וווּ מע האָדעוועט ייִדיש־רעדנדיקע קינדער צוזאַמען. אָבער די יונגע ברענגען אויך מיט זיך אַ נײַע וויזיע און אַ נײַעם אימפּעט, צו מאַכן פֿון "יוגנטרוף" אַן אמתע יוגנט־אָרגאַניזאַציע מיט אַ קיום.

די נײַע וויצע־פֿאָרזיצערין, אַבֿיגיל האַועל, האָט אויסגעדריקט דעם פּלאַן אַזוי: "מיר ווילן ווײַטער אָנפֿירן מיטן פּראָיעקט צו שאַפֿן ייִדיש־רעדנדיקע קהילות, און שאַפֿן נײַע מעגלעכקייטן פֿאַרן ייִנגערן דור נישט־חתונה געהאַטע ייִדישיסטן, כּדי זיך צו טרעפֿן און אײַנשטעלן באַציִונגען צווישן זיך. נײַע פּרויעקטן ווי ‘ייִדיש־ברייק’ זענען אויך וויכטיק, ווײַל זייער אַ סך אוניווערסיטעט־סטודענטן לערנען זיך ייִדיש יעדעס יאָר אין די זומער־פּראָגראַמען אָדער אין נאָרמאַלע קלאַסן. מיר ווילן זיי צונויפֿברענגען און שאַפֿן אַ קהילה".

די נײַע פֿאַרוואַלטונג פּלאַנירט: צו שאַפֿן אַ מאָדערן, צוציִיִק וועבזײַטל; אויפֿשטעלן צווײַגן פֿון "יוגנטרוף" אין פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן, דורך שטיצן מיט געלט די היגע ייִדיש־קלובן, און אַזוי אַרום ווערן אַ מין "ייִדיש הילל"; באַנײַען די "סבֿיבֿות" — ייִדישע שמועס און לייען־גרופּעס; שאַפֿן נײַע קלאַסן און לערן־קרײַזן; דורכצופֿירן נאָך אַ "ייִדיש־ברייק" אין בראַנדײַס־אוני­ווערסיטעט פֿאַר די ייִדיש־סטודענטן.

"יוגנטרוף" וועט צעשיקן אַ בריוו צו די מיטגלידער מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן די נײַע פּרויעקטן. אויב איר ווילט אויך באַקומען דעם בריוו, זײַט אַזוי גוט און שיקט אַרײַן אַ בריוול מיט אײַער נאָמען און אַדרעס: yugnruf@yugntruf.org אָדער: Yugntruf 45 E. 33rd st. NY NY 10016.