פֿאַרשײדנס

אַ סך מענטשן האַלטן, אַז אַן אמתע שפּראַך דאַרף האָבן אַ באַזונדער לאַנד, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן נישט קיין אייגענע טעריטאָריעס. אַזוי ווי אין פֿראַנקרײַך לעבן די פֿראַנצויזן וואָס רעדן פֿראַנצייזיש, מיינט מען, אַז מלוכה, פֿאָלק און שפּראַך דאַרפֿן שטענדיק זײַן אידענטיש. אָבער דאָס איז אין דער אמתן אַ זעלטענער פֿענאָמען, זיכער אַזוי איז בײַ ייִדן — אַ פֿאָלק טויזנטער יאָרן האָט נישט געהאַט קיין אייגענע מלוכה און האָט גערעדט פֿאַרשיידענע שפּראַכן. דער ציוניסטישער פּראָיעקט האָט געצילט, צום טייל, בלויז צוצופּאַסן די ייִדן צו די מערבֿ־אייראָפּעיִשע נאַציאָנאַלע ווערטן, מיט העברעיִש ווי די הויפּט־שפּראַך. אַ סך טעריטאָריאַליסטן האָבן געטראַכט צו טאָן כּמעט די זעלבע זאַך אויף אַן אַנדער אָרט, נישט אין ארץ־ישׂראל, נאָר מיט דער ייִדישער שפּראַך, אַנשטאָט דער העברעיִשער. דער דאָזיקער געדאַנק שטעקט הינטער דער "ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט" פֿון ביראָבידזשאַן, און אויך הינטער דעם נײַעם דעטעקטיוו־ראָמאַן פֿון מײַקל שייבאָן "די ייִדישע פּאָליציי־יוניאָן". שייבאָן שטעלט זיך פֿאָר, ווי אַזוי עס וואָלט אויסגעזען אַן אָפֿיציעלע ייִדישע טעריטאָריע אין אַלאַס­קע, וווּ מע רעדט ייִדיש.

דאָס פֿראַזע־ביכעלע פֿאַר טוריסטן "זאָגט עס אויף ייִדיש" פֿון אוריאל און בינה ווײַנרײַך האָט שייבאָנען אינספּירירט אָנצושרײַבן דעם ראָמאַן. וועגן דעם האָט ער אָנגעשריבן אַ קאָמישן אַרטיקל, וואָס ער האָט שפּעטער געדאַרפֿט פֿאַרטיידיקן אויף "מענדעלע": "וואָס האָט מיך פֿאַראינ­טערעסירט איז דאָס פֿאָרשטעלן זיך אַן אַנ­דער וועלט, וווּ אַ ייִדיש פֿראַזע־ביכל פֿאַר טוריסטן וואָלט זיך באַצויגן צו אַן אמתדיק אָרט, מיט די אָפֿיציעלע פּאַספּאָרטן, צאָל־אַגענטן, די פֿלוג־ליניעס און שיף־פּאַסאַזשירן, וואָס שפּילן אַזאַ גרויסע (און, פֿאַר מיר, רירנדיקע) ראָלע אינעם פֿראַזע־ביכל. וואָס מער איך האָב געטראַכט וועגן דעם דאָזיקן לאַנד, און עס זיך פֿאָרגעשטעלט, אַלץ אומעטיקער איז מיר געוואָרן אויפֿן האַרצן צוליב זײַן נישט־זײַן; אַן אומעט, וואָס — און דאָ רעד איך בלויז פֿאַר זיך אַליין — קיין סאָוועטישע רעפּובליקן, קיין חסידישע געגנטן און קיין געזעלשאַפֿטן צו פּרעזערווירן און באַנײַען די ייִדישע שפּראַך, וועלן אים קיין מאָל נישט אײַנשטילן".

מ׳דאַרף מודה זײַן, אַז קיין ייִדיש־רעדנ­דיק לאַנד האָט קיין מאָל נישט עקזיס­טירט, אַפֿילו אין די בעסערע צײַטן. ייִדיש האָט געהאַט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס אַ געוויסע צײַט אין ווײַסרוסלאַנד, אין ביראָבידזשאַן, הײַנט אין שוועדן און מאָלדאָווע אויך (נאָך נישט אין ישׂראל) — אָבער דאָס איז נישט געווען די ייִדיש־רעדנדיקע מדינה, וועגן וועל­כער שייבאָן און אַנדערע ייִדישיסטן האָבן געחלומט. ס׳איז קיין מאָל נישט גע­ווען, אָבער עס בענקט זיך נאָך דעם סײַ ווי.

שייבאָן האָט זײַן פֿאַנטאַזירטן ייִדישן דיסטריקט — סע הייסט בײַ אים "סיטקאַ" — בשום אופֿן נישט אידעאַליזירט אָדער פֿאַר­שענערט. מאָרד, קאָרופּציע, אַ פֿאַרברע­כערישער חסידישער הויף, און דער בייזער אַלאַסקער וועטער מאַכן אַ מער פּאַסיקן הינ­טערגרונט פֿאַר אַ דעטעקטיוו־ראָמאַן. אין ביראָבידזשאַן איז דער חלום אויך נישט מקוים געוואָרן, שיין גערעדט. אַזוי אַרום דאַרף מען אפֿשר דאַנקבאַר זײַן, וואָס דער חלום איז געבליבן בלויז אַ חלום. מע זעט אויך אין מדינת־ישׂראל, ווי אַזוי דער אידעאַל און די רעאַליטעט גייען זיך פֿו­נאַנדער. הערצל האָט נישט געשריבן אין זײַן טאָגבוך וועגן די מלחמות אָן אַ סוף מיט די אַראַבער; וועגן דער אָקופּאַציע, וועגן דעם מויער, וואָס טיילט אָפּ די פּאַ­לעס­טינער; וועגן די יאָרן מיליטער־דינסט, וואָס יעדער ישׂראל־ביר­גער דאַרף אַדורכ­מאַכן; וועגן דער מלחמה אין איראַק, די אַטאָם־ראַקעטן פֿון איראַן, און די אַלע אַנדערע טויזנטער סכּנות פֿאַר די ייִדן אין זײַן אויסגעחלומטער מדינה. מע קען טאַקע האָבן ספֿקות אין דעם פֿאַל וועגן די גוואַלדיקע מעלות פֿון דעם מערבֿ־אייראָפּעיִשן מאָדעל: איין לאַנד, איין פֿאָלק, איין שפּראַך.

ייִדישלאַנד איז געווען, און איז נאָך הײַנט געבליבן אַ "גײַסטיקע מלוכה", אָן גרענעצן און אַרמייען, אַ "לאַנד" געמאַכט פֿון ביכער און מענטשן. הײַנטיקע צײַטן, ווען מע דערקענט די געפֿערלעכע מאַכט פֿון דער רעגירונג, און די גוואַלדיקע פּירות, וואָס קומען פֿון דער פֿרײַער געזעל­שאַפֿט — נישט בלויז עקאָנאָמיש, נאָר אויך אַרטיסטיש־שעפֿעריש, אין דער אַנט­וויקלונג פֿון דער מענטשלעכער נשמה — הײַנט קען מען בעסער אָפּשאַצן די גרויסע מעלות פֿון אַ נישט־אָפֿיציעלער שפּראַך — אַזוי ווי ייִדיש.

מיט עטלעכע יאָר צוריק, דווקא אין אַ קלאַס וועגן דעם ייִדישן חורבן, האָב איך געזען אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער שרעקלעכער באַהאַנדלונג פֿון די אַמע­ריקאַנער אינדיאַנער אין דער אַמערי­קאַנער געשיכטע. די אינדיאַנער שפּראַכן און קולטורן זענען צום גרעסטן טייל אָפּ­גע­ווישט געוואָרן פֿון דער ערד, די רעשטלעך פֿון די אַמאָליקע שבֿטים לעבן אין אָרעמע רעזערוואַציעס אין פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלעך פֿונעם לאַנד. אין איין סצענע פֿונעם פֿילם האָט אַן אינדיאַנער גע­וויזן דעם "פּאַספּאָרט" פֿון זײַן שבֿט, כּדי צו באַטאָנען, אַז זיי זענען אַ באַזונדער פֿאָלק, נישט סתּם אַמעריקאַנער בירגער; און די שבֿטים ווערן טאַקע אָנערקענט ווי באַזונדערע נאַציעס פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, כאָטש קיין אמתע מאַכט פֿאַר­מאָגן זיי נישט. דע­מאָלט בין איך געווען אַ הייסער אַמעריקאַנער פּאַטריאָט, האָב איך געקריצט מיט די ציין: "סטײַטש! וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאַרראַטונג — מאַכן זייערע אייגענע פּאַספּאָרטן! זאָלן זיי שוין פֿאַרגעסן די אַלטע שטותים און ווערן נאָר­מאַלע אַמעריקאַנער". אָבער הײַנט טראַכט איך פּונקט פֿאַרקערט.

קיין אַרמיי און קיין אימפּעריע דאַרפֿן מיר נישט. אין דער הײַנטיקער וועלט — כאָטש אין אַמעריקע און אין אייראָפּע איז מען פֿרײַ צו לעבן, ווי דאָס האַרץ וויל עס. אָבער פֿאַר וואָס טאָר מען נישט אָנערקענען אונדזער "גײַסטיקע מלוכה" כאָטש סימבאָליש, אַזוי ווי די אינדיאַנער האָבן עס געטאָן? פֿאַר וואָס נישט האָבן אונדזער אייגענעם פּאַספּאָרט?

ריין סימבאָליש דאַרף דאָס אויך נישט זײַן. מיר האָבן אונדזערע צײַטונגען, אונדזע­רע שילן, אונדזערע טעאַטערס, אונדזערע קולטור־אינסטיטוציעס — די יסודות פֿון אונדזער "גײַסטיקער מלוכה". זאָל דער פּאַספּאָרט זײַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן די אינ­סטיטוציעס. זאָלן די ייִדישלאַנד־"בירגער" קריגן אַ הנחה אויף זייערע צײַטונג־אַבאָ­נעמענטן און טעאַטער־בילעטן. זאָלן זיי האָבן אַ דעה אין דער צוקונפֿט פֿון זייער ייִדיש־וועלט.

עס בלײַבט די קשיא — ווער וועט שאַפֿן די דאָזיקע פּאַספּאָרטן?

רופֿט זיך אָפּ און שרײַבט:

© 2006 Forward Association | Contact the Webmaster