- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישט די "הייליקייט" פֿון מעקאַ, נישט די צוגעזאָגטע מיליאָנען פֿון די סאַודיער אַפּוטרופּסים, נישט די פֿילצאָליקע צוזאַמענטרעפֿן און אָפּמאַכן צווישן די פֿירער פֿון "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", האָבן צו קיין שלום־בית נישט געבראַכט. די צאָל קרבנות וואַקסט און נישט בלויז צווישן די מיליטאַנטן; דאָרט וווּ מע שיסט קאָן מען דערהרגענען, זאָגט דאָס ווערטל. דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ. מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש. דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקומען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד. אַ סך מענטשן האַלטן, אַז אַן אמתע שפּראַך דאַרף האָבן אַ באַזונדער לאַנד, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן נישט קיין אייגענע טעריטאָריעס. אַזוי ווי אין פֿראַנקרײַך לעבן די פֿראַנצויזן וואָס רעדן פֿראַנצייזיש, מיינט מען, אַז מלוכה, פֿאָלק און שפּראַך דאַרפֿן שטענדיק זײַן אידענטיש. אָבער דאָס איז אין דער אמתן אַ זעלטענער פֿענאָמען, זיכער אַזוי איז בײַ ייִדן — אַ פֿאָלק טויזנטער יאָרן האָט נישט געהאַט קיין אייגענע מלוכה און האָט גערעדט פֿאַרשיידענע שפּראַכן. דער ציוניסטישער פּראָיעקט האָט געצילט, צום טייל, בלויז צוצופּאַסן די ייִדן צו די מערבֿ־אייראָפּעיִשע נאַציאָנאַלע ווערטן, מיט העברעיִש ווי די הויפּט־שפּראַך. ש. אַנ־סקי (שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863־1920) האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע אַרכיוואַלע ירושה, וואָס נעמט אַרײַן טויזנטער בריוו, טאָגביכער, כּתבֿ־ידן און אַנדערע דאָקומענטן, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע זיבן ימען. אַנ־סקיס מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אין אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין מאָסקווע און פּעטערברוג, ירושלים און ניו־יאָרק. אָבער די גרעסטע און ביז איצט ווייניק־באַקאַנטע קאָלעקציע פֿון זײַנע מאַטעריאַלן פֿאַרהיט זיך אין דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף ווערנאַדסקיס נאָמען אין קיִעוו. די דאָזיקע זאַמלונג איז כּולל כּמעט 1,500 אַרכיוו־איינסן, וועלכע זײַנען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן קיין קיִעוו פֿון לענינגראַד נאָך דעם, ווי די סאָוועטישע מאַכט האָט ליקווידירט די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט אין 1930. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם מחלוקת פֿון קורח, אַ פֿירער פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז אויפֿגעשטאַנען קעגן משה רבינו. קורח, צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי פֿירער פֿון שבֿט ראובֿן, האָבן געטענהט, אַז משה רבינו האָט נישט דאָס רעכט צו האַלטן זיך העכער, ווי אַנדערע ייִדן, און אַז קורח, ווי אַ מיוחסדיקער לוי, האָט נישט ווייניקער רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן-הכּהן; עס שטייט אין אַ מדרש, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער, 250 גרויסע תּלמידי-חכמים, זענען געקומען צו משה, אָנגעטאָן אין טליתים, געמאַכט פֿון ריינעם תּכלת (אַ ספּעציעלער בלויער מאַטעריאַל, וואָס מע פֿלעגט אַרײַנפֿלעכטן אין די ציצית). פֿיר ברידער זענען זיי געווען — זיגמונט, יאָנאַס, מאַרק און יצחק טורקאָוו. זיי זענען אַלע באַקאַנט ווי די דינאַסטיע טורקאָוו. זיגמונט, יאָנאַס און יצחק זענען געווען אַקטיאָרן־אינטעלעקטואַלן, שרײַבער און טעאַטער־פֿאָרשער, אויך רעזשיסאָרן. איינער פֿון זיי, מאַרק, האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע און דאָרט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿאָרשן די ייִדישע געשיכטע. ער האָט געאַרבעט אין אַרגענטינער "ייִוואָ" און פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע היסטאָרישע ווערק. יצחק טורקאָוו, וועלכער איז באַקאַנט אונטערן נאָמען יצחק טורקאָוו־גרודבערג, דער ייִנגסטער פֿון זיי, איז געווען סײַ אַקטיאָר, סײַ רעזשיסאָר, מחבר פֿון דראַמאַטישע ווערק, איבערזעצער, און איז פֿרי אַוועק אין דער אייביקייט. פֿאַרוואָס האָט מען אים גערופֿן טורקאָוו־גרודבערג? היות דרײַ ברידער זענען געווען אַקטיאָרן האָט ער זיך צוגעטראַכט אַ פּסעוודאָנים "גרודבערג". אַזעלכע דערשײַנונגען האָבן מיר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. נישט אַלע ווייסן, אַז אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַן אינסטיטוציע, וווּ מען קאָן פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין טאָג — רעדן, הערן און געניסן פֿון די קלאַנגען פֿון ייִדיש. פֿאַר אונדז איז עס געווען אַ פֿריידיקע איבערלעבונג. די דאָזיקע אינסטיטוציע איז — דער "בית שלום־עליכם", וואָס געפֿינט זיך אין האַרץ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אין איינוועגס האָבן מיר געהאַט אַן אינטערעסאַנטן שמועס מיטן דירעקטאָר, פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, וועלכער האָט אונדז איבערגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם, וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר, צווישן די פֿיר ווענט פֿונעם "שלום־עליכם־הויז", אין אַ ריי אוניווערסיטעטן און אַנדערע אינסטיטוציעס, אין וועלכע מען לערנט נישט בלויז ייִדיש, נאָר אויך ייִ דוד מאַנדעלבוים, דער באַקאַנטער אַקטיאָר פֿון פֿאַרשיידענע "פאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונגען און פֿאָרלייענונגען, טרעט איצט אַרויס אויף זײַן אייגענער איניציאַטיוו מיט אַן אויפֿפֿירונג פֿון דער ייִדישער פּיעסע "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט" פֿון צבֿי קאָליץ. ס׳איז באמת אַ וווּנדער, ווי בײַם הײַנטיקן טאָג נעמט זיך אונטער אַ מענטש אַליין פֿאָרצושטעלן אַ דראַמע אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק, ווי קליין דער בודזשעט זאָל נישט זײַן. לויט מאַנדעלבוימס מיינונג, איז די הײַנטיקע "פֿאָלקסבינע" אַוועק אויף אַנדערע דרכים, און וויל אויפֿפֿירן מוזיקאַלישע און לײַכטערע דראַמאַטישע "סחורה", דעריבער איז געבליבן אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ טעאַטער פֿאַר די קלאַסישע און מער ערנסטע פּיעסעס. די טעג בין איך אַרײַן אין דער סלאַווישער ביבליאָטעק פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט צו נעמען אויף איבערצולייענען איוואַן טורגענעווס ראָמאַן "רויך". איך זאָג צו, אַז אין אַ וואָך אַרום, אין מײַן קומענדיקן אַרטיקל, וועל איך, אם ירצה השם, דערקלערן צוליב וואָס מיר איז נייטיק געווען עס צו לייענען. אָבער איצט בין איך אויסן צו קאָנצענטרירן זיך אויף גאָר אַן אַנדער טעמע. אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט אויך עפּעס געזוכט אויף די פּאָליצעס פֿון דער ביבליאָטעק, האָט דערזען דעם "רויך" אין מײַנע הענט און זיך געוואָנדן צו מיר. ייִדיש פֿאַרמאָגט נישט די הײַנטיקע ענגלישע ווערטער ווי handicapped, אָדער physically impaired. אַנשטאָט דעם זאָגן מיר נאָך אַלץ אויף אַ מענטשן אויף קוליעס, אַ קאַליקע, אָדער גאָר ערגער — אַ קריפּל, כאָטש אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט מען צוגעטראַכט אַזעלכע אומגעלומפּערטע ווערטער, ווי: מומיק (פֿונעם וואָרט מום — דעפֿעקט) אָדער זײַן געהאַמעוועט אָדער געשעדיקט. דאָס זײַנען אַלץ הילצערנע ווערטער, און אויף וויפֿל איך האָב נישט געבראָכן דעם קאָפּ, האָב איך זיך נישט דערטראַכט צו אַזעלכע ווערטער וואָס זאָלן פֿאַרבײַטן קאַליקע אָדער קריפּל. עס גלוסט זיך אײַך אַ האַמבורגער, נאָר דער דאָקטער האָט אײַך באַפֿוילן נישט צו עסן קיין רינדערן פֿלייש. פּרוּווט פֿאַרבײַטן דאָס פֿלייש מיט טונפֿיש. כּדי גרינגער צו מאַכן דאָס מאכל, ניצט דעם גרייטן טונפֿיש פֿון די פּושקעס. אָבער געדענקט, ווען איר עפֿנט די פּושקע, זאָלט איר פֿריִער לאָזן אָפּרינען דעם זאַפֿט. דער כריין אין דעם רעצעפּט גיט צו אַ געוויסע שאַרפֿקייט צום טעם. טאָמער זענט איר שפּירעוודיק אויף שאַרפֿע עסנס, גיט אַרײַן ווייניקער ווי 1/2־1 לעפֿעלע כריין, אָדער לאָזט אים אַרויס אין גאַנצן. |