- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דוד מאַנדעלבוים, דער באַקאַנטער אַקטיאָר פֿון פֿאַרשיידענע "פאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונגען און פֿאָרלייענונגען, טרעט איצט אַרויס אויף זײַן אייגענער איניציאַטיוו מיט אַן אויפֿפֿירונג פֿון דער ייִדישער פּיעסע "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט" פֿון צבֿי קאָליץ. ס׳איז באמת אַ וווּנדער, ווי בײַם הײַנטיקן טאָג נעמט זיך אונטער אַ מענטש אַליין פֿאָרצושטעלן אַ דראַמע אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק, ווי קליין דער בודזשעט זאָל נישט זײַן. לויט מאַנדעלבוימס מיינונג, איז די הײַנטיקע "פֿאָלקסבינע" אַוועק אויף אַנדערע דרכים, און וויל אויפֿפֿירן מוזיקאַלישע און לײַכטערע דראַמאַטישע "סחורה", דעריבער איז געבליבן אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ טעאַטער פֿאַר די קלאַסישע און מער ערנסטע פּיעסעס. פֿריִער האָט מאַנדעלבוים מיטגעאַרבעט מיט מאַרק אַלטמאַן, געוועזענער אַסאָציִיִרטער קונסט־רעזשיסאָר פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע", און עלען פּערעצמאַן אין זייער טרופּע — New Worlds Theater Project (www.newworldsproject.org), וואָס באַמיט זיך אויך אויפֿצופֿירן קלאַסישע ייִדישע פּיעסעס. אָבער ווען די טרופּע האָט באַשלאָסן צוצוגרייטן נאָר איבערזעצונגען פֿון די פּיעסעס אויף ענגליש, האָט דוד מאַנדעלבוים באַשלאָסן צו פּרוּוון שאַפֿן זײַן אייגענע טרופּע פֿאַר טעאַטער אויף ייִדיש. ער האָט דער נײַער טרופּע אַ נאָמען געגעבן "גלות־שפּיל", און אויף ענגליש "Theater of the Diaspora". "ס‘זענען דאָך דאָ אַזוי פֿיל גוטע מאַטעריאַלן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, אָבער מע ניצט זיי נישט, ווײַל מע מיינט, אַז ס‘וועט נישט צוציִען קיין עולם." — האָט אונדז מאַנעדלבוים דערציילט — "איך מיין, אַז אַפֿילו מיט קלענערע אַמביציעס, דאַרף מען נישט האָבן אַזוי פֿיל געלט דורכצופֿירן גוטע פּיעסעס, און מע קען טאָן אינטערעסאַנטע זאַכן. אַזוי אַרום, דאַרף מען זיך נישט זאָרגן וועגן אַ בודזשעט פֿון אַ מיליאָן דאָלער." מאַנדעלבוים וויל בפֿירש צוציִען אַ חסידישן עולם, זאָגט ער — "זיי זענען דער גרעסטער ייִדיש־רעדנדיקער ציבור. איך האָב געזען ווי זיי קומען אין ייִדישן טעאַטער ווען איך האָב געשפּילט אין דער "פֿאָלקסבינע"; קודם בײַ דער פֿאָרשטעלונג פֿון "יענטל", און דערנאָך — אין די ווײַטערדיקע סעזאָנען. ס‘זענען געקומען אַ סך חסידישע יונגע־לײַט און אַפֿילו חסידישע פּאָרפֿעלקער. אויב מע מאַכט עפּעס וואָס איז שייך צו זיי, וועלן זיי יאָ קומען; און צוליב דעם האָב איך באַשלאָסן אָנצוהייבן מיט "יאָסל ראַקאָווער" פֿון צבֿי קאָליץ. דאָס איז אַ פּיעסע, אין וועלכער אַ חסיד ווערט באַטראַכט ווי אַ העלד, סײַ אין זינען פֿון זײַן אמונה, סײַ ווי אַ קעמפֿער קעגן די רשעים. איך האָף, אַז דער חסידישער עולם וועט זיך אָנכאַפּן אין דעם." די געשיכטע פֿון צבֿי קאָליצעס ווערק איז אַ קאָמפּליצירטע. דער מחבר, אַן אַמאָליקער מיטאַרבעטער אינעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל", איז אַנטלאָפֿן פֿון דער ליטע אין 1936, ווען ער איז געווען 17 יאָר אַלט. צו ערשט איז ער אָנגעקומען קיין איטאַליע, דערנאָך אין פּאַלעסטינע. דורכפֿאָרנדיק אַרגענטינע אין 1946, האָט ער די דערציילונג געדרוקט אין 1946 אויף ייִדיש אין אַן אָרטיקער צײַטונג. דער נאַראַטאָר פֿון דער דערציילונג, וועלכער באַשרײַבט זײַן מצבֿ און גלויבן אין די לעצטע שעהען פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, איז אין גאַנצן אַן אויסגעטראַטכער. מיט דער צײַט האָט מען איבערגעדרוקט די דערציילונג אין ישׂראל און אין אייראָפּע אָן דעם מחברס נאָמען, און מע האָט געגלייבט, אַז זי איז טאַקע פֿאָרגעקומען. קאָליץ האָט פּראָטעסטירט, אַז ער איז דער שרײַבער פֿון "יאָסל ראַקאָווער", אָבער, אין אַ מאָדנעם געדריי פֿון דער געשיכטע, האָט מען אים נישט געגלייבט און אים אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט. אַ גאַנצע קריטישע ליטעראַטור איז אויפֿגעקומען וועגן "ראַקאָווער", וועגן דעם העלד און זײַן קוק אויף דער וועלט און אויפֿן רבונו־של־עולם. ווי ווײַט מאַנדעלבוים ווייסט, האָט מען דעם טעקסט קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט אין דער אָריגינעלער שפּראַך — ייִדיש. "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט" האָט נאָר איין כאַראַקטער, יאָסל ראַקאָווער, וועלכער ווערט געשפּילט פֿון דוד מאַנדעלבוים. די רעזשיסאָרין איז איימי קאָלמאַן, מאַנדעלבוימס פֿרוי. אויב די פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש וועט זײַן אַ געראָטענע, מיט אַ לײַטישן עולם, וועט ער זי אויפֿפֿירן יעדן מאָנטיק דעם זומער, איין וואָך אויף ענגליש, איין וואָך אויף ייִדיש. דוד מאַנדעלבום איז געבוירן געוואָרן אין שטוטגאַרט, אין אַ שארית־הפּליטה־לאַגער. זײַן משפּחה שטאַמט פֿון שוחטים פֿונעם שטעטל טשובין, אין גאַליציע. זײַן טאַטנס טאַטע איז געווען דער איינציקער ייִדישער בירגערמײַסטער אין פּוילן. די מוזיק וואָס ער וועט שפּילן אין דער פּיעסע שטאַמט אויך פֿון זײַן משפּחה. דער עלטער־זיידע, זײַנער, דער טשובינער שוחט, האָט געשאַפֿן באַקאַנטע ניגונים און לידער, וועלכע מע קען נאָך הערן בײַ די הײַנטיקע באָבעווער חסידים. איינס פֿון זײַנע לידער וועט מען הערן אין דער פֿאָרשטעלונג. מאַנדעלבוים קען, פֿאַרשטייט זיך, מאַמע־לשון פֿון דער היים און איז איבערגעגעבן דער שפּראַך, אָבער ער האָט געפֿונען, צו זײַן אַנטוישונג, אַז די ייִדישע געזעלשאַפֿט איז צעשפּליטערט, אַז ס׳פֿעלט אַחדות. דער נייטיקער שטיץ, וואָס ער וואָלט געוואָלט פֿאַר זײַן פּראָיעקט,; באַווײַזט זיך נישט. "די צרה איז וואָס יעדער ייִד האָט צוויי שילן: די אין וועלכער ער דאַוונט, און די, אין וועלכער ער וועט מיט קיין פֿוס נישט אַרײַנטרעטן. די פּיעסע וואָלט געפּאַסט פֿאַר שולן, שילן און אוניווערסיטעטן און בכלל פֿאַר אַ גרעסערן עולם." באַטאָנט ער. אויב ס‘וועט געראָטן מאַנדעלבוימען מיט דער ערשטער פּיעסע, האָפֿט ער אויפֿצופֿירן אַנדערע ייִדישע דראַמעס, אַפֿילו איין פּיעסע אַ חודש. דרײַ פּרץ־איינאַקטערס — "אַן אָוונט מיט י. ל. פּרץ" — גרייט ער איצט צו פֿאַר דער קומעדיקער פֿאָרשטעלונג. די פּרעמיערע פֿון "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט", פֿון צבֿי קאָליץ, וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 25סטן יוני, 7 אַ זייגער אין אָוונט, 339 וועסט 47סטע גאַס, אינעם "אַקטיאָרן טעמפּל". נאָך אינפֿאָרמאַציע קען מען באַקומען אויף דער וועבזײַטל פֿון "גלות־שפּיל", http://theaterd.org |