אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

די טעג בין איך אַרײַן אין דער סלאַ­ווי­שער ביבליאָטעק פֿון אָקספֿאָרדער אוניווער­סיטעט צו נעמען אויף איבערצולייענען איוואַן טורגענעווס ראָמאַן "רויך". איך זאָג צו, אַז אין אַ וואָך אַרום, אין מײַן קו­מענדיקן אַרטיקל, וועל איך, אם ירצה השם, דערקלערן צוליב וואָס מיר איז נייטיק געווען עס צו לייענען. אָבער איצט בין איך אויסן צו קאָנצענטרירן זיך אויף גאָר אַן אַנדער טעמע.

אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט אויך עפּעס געזוכט אויף די פּאָליצעס פֿון דער ביב­ליאָטעק, האָט דערזען דעם "רויך" אין מײַנע הענט און זיך געוואָנדן צו מיר. זי האָט געמיינט, אַז איך בין אַ פֿאָרשער פֿון רוסישער ליטעראַטור, ווײַל זי אַליין — אַ גראַדויִר-סטודענטקע פֿון טאָמסק און אַ הײַיאָריקע גאַסט-סטודענטקע אין אָקספֿאָרד — באַשעפֿטיקט זיך מיט רוסישע דיכטער פֿון נײַנצנטן יאָרהונדערט. זי האָט מיר אויך געזאָגט, אַז איר איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן אין אָקספֿאָרד. אָבער יעדעס מאָל, ווען זי האָט גערעדט וועגן די מעלות פֿון אָקספֿאָרדער ביבליאָטעקן און אַנדערע היגע גליקן, פֿלעגט זי די פֿראַזע אָנהייבן מיט אַ באַוואָרעניש: "איך מוז אָנערקענען..."

מיר האָט עס יעדעס מאָל געריסן די אויערן, ווײַל אין איר "איך מוז אָנער­קע­נען..." האָב איך אָנערקענט די גוט-באַ­קאַנ­טע סימנים פֿון דער סאָוועטישער פּראָ­פּאַגאַנדיסטישער שול: אונדזער לאַנד איז, בלי-ספֿק, בעסער פֿון אַלע אַנדערע, אָבער אייניקע זאַכן — מוז מען אָנערקענען — זײַנען דערווײַל בעסער אין אויסלאַנד. אין דער רוסישער פּראָווינץ זײַנען מענטשן אָפֿט מאָל נאָך שטאַרקער "פֿאַרפּראָגראַמירט" איידער אין די צענטראַלע שטעט, מאָסק­ווע און פּעטערבונג. מיט אַ יאָר צען צוריק האָט מען מײַן ווײַב און מיך פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע צו אַ יונגער משפּחה — ער איז געווען אַן ענגלענדער, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין קאַזאַן (טאַ­טאַרסטאַן), זיך פֿאַרליבט אין אַ היגער לערערקע און האָט מיט איר חתונה געהאַט. האָט די יונגע פֿרוי אונדז פֿאָרמולירט אירע פֿרישע אײַנדרוקן פֿון ענגלאַנד: "אַ שיין לאַנד, אָבער איך האָב אַ געפֿיל, אַז מע פֿירט דאָ כּמעט ניט קיין פּאַטריאָטישע פּראָפּאַגאַנדע".

אין וולאַדימיר פּוטינס רוסלאַנד איז איצט ממש אַ משוגעת מיט פּאַטריאָטיש­קייט. דער טעלעוויזיע-"טעלער" אויף אונדזער דאַך נעמט אויף צוויי מאָסקווער קאַנאַלן, וואָס אַרבעטן אידעאָלאָגיש לויט די רעצעפּטן פֿון סאָוועטישן "אַגיטפּראָפּ". די צענטראַלע פֿיגור איז, פֿאַרשטייט זיך, פּוטין. עס שמעקט אַפֿילו ניט מיט קיין שום קריטיק אין זײַן אַדרעס. ער איז דער טאַטע, וואָס זאָרגט זיך וועגן דעם המון. אין זײַן חדר-מיוחד אין דעם קרעמל קומען מיניסטאָרן און אַנדערע רוסישע מנהיגים, כּדי אויסהערן פֿון אים אינסטרוקציעס, ווי אַזוי צו פֿירן ווײַטער זייערע ענינים. און דאָס ווײַזט מען אין אַלע אינפֿאָרמאַציע-פּראָגראַמען.

איטלעכער טאָג ברענגט אין פּוטינס צי­מער אַ נײַעם אַפּאַראַטשיק צי השתּדלות-שליח. אָנהייב מײַ איז געקומען דער הויפּט-רבֿ, בער לאַזאַר. אַ געבוירענער אין אויס­לאַנד, רעדט ער אַ קאָמישן, צעבראָ­כענעם רוסיש. און אויף אָט דעם לשון האָט ער דער­ציילט פּוטינען וועגן זײַן געדאַנק צו עפֿע­נען אין מאָסקווע אַ נײַעם ייִדישן מוזיי. פּוטין, וואָס רעדט דווקא ריכטיק רוסיש, האָט אונטערגעהאַלטן די דאָזיקע אידעע און גלײַך געגעבן אַ בײַשטײַער: זײַן אייגע­נעם חודש-געהאַלט. אין דעם מאָמענט האָט מײַן ווײַב גענומען איבערלעבן — פֿאָרט אַ באַרעמהאַרציקע נשמה! — ווי אַזוי די פּו­טינס וועלן, נעבעך, איבערקומען דעם חודש.

ווי דער טאַטע פֿון דער רוסישער נאַציע זאָרגט זיך פּוטין, מע זאָל, חלילה, ניט באַליידיקן זײַן לאַנד. אָט האָט זיך דזשאָרדזש בוש צוגעטשעפּעט מיט די ראַ­קעטעס, וואָס מע וויל שטעלן אין טשעכיע און פּוילן — אַ קאַצן־שפּרונג פֿון די רוסישע גרענעצן. צוליב דעם סטראַשעט פּוטין די מערבֿדיקע וועלט, בפֿרט די אייראָפּעער, מיט אָנצילן אויף זיי רוסישע ראַקעטעס און, בכלל, מיט אָנהייבן אַ נײַעם וויקלקרײַז אין וואָפֿן-פֿאַרמעסט.

בײַ אונדז האָט מען עס גערופֿן "שרעקן די גענדז". פּוטינס בייזע ווערטער זײַנען וויכטיק דער עיקר פֿאַר דער פּראָפּאַ­גאַנ­דע אין דער היים. אַ סבֿרא, אַז אין אויס­לאַנד קען מען זיך צו דעם צוהערן מיט אַ סאַר­קאַסטיש שמייכל. די רוסישע עקאָנאָ­מיע קען ניט קאָנקורירן מיט דער מערבֿדיקער. די רוסישע באַפֿעלקערונג איז אַלט, קראַנק און פֿירט ניט קיין געזונט לעבן — אַזוי אַז יאָר-אײַן יאָר-אויס ווערט זי קלענער בערך אויף אַ מיליאָן נפֿשות. פֿון רוסלאַנד האָבן זיך אָפּגעקערט ס'רובֿ געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון פּוילן, טשעכיע און אַנדערע געוועזענע פֿרײַנד.

מע זעט ניט אויך, אַז די רײַכקייט פֿון נאַפֿט און גאַז זאָל איבערלאָזן טיפֿע, בלײַביקע שפּורן אין רוסישן לעבן. די רײַכע בויען פֿאַר זיך פּאַלאַצן, קויפֿן גרוי­סאַר­טיקע אויטאָס, הוליען אין די טײַערס­טע קור-ערטער — מע אײַלט זיך צו לעבן הײַנט, איידער פֿאַרלייגן אַ יסוד אויף מאָרגן. צוריק גערעדט, מע הרגעט זיי אַזוי אָפֿט, אַז ס'איז, אפֿשר, אַפֿילו ניט כּדאַי צו טראַכטן וועגן מאָרגן.

די איינציקע ממשותדיקע זאַך, וואָס קען טאַקע שרעקן דעם מערבֿ, איז די ענערגעטישע אָפּהענגיקייט פֿון רוסלאַנד. ניט צופֿעליק אַרבעט מען איצט אויס נײַע פּלענער וועגן אַלטערנאַטיווע קוואַלן פֿון ענערגיע. בפֿרט, קערט מען זיך אום צו נוקלעאַלער ענערגעטיק. אָבער די ענער­געטישע סכּנה איז אויך ניט פֿון די סאַמע ערנסטע, ווײַל דאָס וווילזײַן אין רוסלאַנד און די פּאָפּולערקייט פֿון פּוטינען זײַנען אין לעצטן סך-הכּל אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון איר ענערגעטישן עקספּאָרט.

אַ שאָד נאָר וואָס מע פֿאַרנעפּלט די מוחות פֿון רוסישע מענטשן. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק זײַנען מיר געווען אויף אַן אויסשטעלונג פֿון אַ טאַלאַנטירטער פּע­טערבורגער קינסטלערין. האָט זי אונדז דער­ציילט וועגן די פּאַראַנאָיִשע קלאַנגען, וואָס גייען אַרום אין רוסלאַנד. מיר איז באַ­זונ­דערס געפֿעלן געוואָרן, אַז מע טאָר ניט (כּלומרשט) אַרויספֿירן מעדיצינישע אַנאַ­ליזן, ווײַל מע האָט מורא אַז אין אויסלאַנד וועט מען עס אויסנוצן בײַם אויסאַרבעטן אַ ביאָלאָגיש געווער, געצילט אויף די אייגנאַרטיקייטן פֿון רוסישער ביאָלאָגישער סטרוקטור.

איך מוז אָנערקענען, אַז דאָס זעט אויס זייער פּאַסקודנע — קיין בעסער וואָרט קען איך ניט אונטערקלײַבן.