|
שמעון פּערעס און פּרעמיער אהוד אָלמערט אין דער כּנסת, מיטוואָך, בעת מע ציילט די שטימען פֿון די פּרעזידענט־וואַלן |
|
דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ.
אַוודאי וועלן לײַטן שטוינען, ווי אַזוי איז דאָס געשען, אַז דעם נצחון האָט אהוד ברק דערגרייכט דווקא אין זכות פֿון די צוויי סעקטאָרן, וועלכע האָבן אים צום מערסטן פֿײַנט געהאַט, מחמת זיי האָבן זיך באַטראַכט ווי צום מערסטן פֿון אים באַעוולט — אין די קיבוצים און, דער עיקר, צווישן די אַראַבישע וויילער. ביז דער פֿאָריקער וואָך איז ער געווען פֿאַר זיי דער רויטער טוך: די ערשטע צוליב זײַן מפֿקיר זײַן די פּאַרטיי צום חסד פֿון "ליכּוד" נאָך זײַן מפּלה אין 2001, און די אַנדערע — צוליב זײַן אחריות פֿאַר דער הריגה פֿון די 13 אַראַבער אין די בלוטיקע אומרוען אין אָקטאָבער 2000, וועלכע האָבן געפֿירט צום אויסברוך פֿון דער צווייטער פּאַלעסטינער אינטיפֿאַדע.
דאָס איז אָבער די טבֿע פֿון דער פּאָליטיק, וועלכע לעבט אין זכות פֿון אירע קוריאָזן און רעטענישן. איצט האָט ברק צום צווייטן מאָל דעראָבערט מיט שטורעם די פֿירערשאַפֿט — דאָס מאָל אין אַ גרויסער מאָס מיט דער הילף פֿון זײַן עקשנותדיקן שווײַגן. אַזוי ווי שרון בשעתּו, האָט ברק אין זײַן גאַנצן וואַל-קאַמפּיין נישט מגלה געווען זײַנע פּלענער און זײַן אידעיִשן אני־מאמין. ער האָט זיך באַנוגנט מיט די דרײַ נײַע קען-צייכנס (אויך קאָפּירט פֿון שרונען) אויף זײַן נײַער וויזיט-קאַרטע: אַז ער האָט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קאַנדידאַטן אין דעם פֿירער-פֿאַרמעסט, די גרעסטע דערפֿאַרונג (הגם נישט דווקא אַ פּאָזיטיווע), אַז וואָס שייך זײַן כאַראַקטער, האָט ער געלערנט און זיך געענדערט, און אחרון-אחרון — אַז נאָר ער קען מנצח זײַן ביבי נתּניהון.
אָט דער לעצטער מאָטיוו, דער פּחד פֿאַר נתּניהון האָט, זעט אויס, איבערגעווויגן אַלע אַנדערע מאָטיוון און אים געשאָנקען דעם נצחון, וואָס האָט איצט געצײַטיקט ווי די ביטערע פֿרוכט פֿון דער לבֿנונישער מלחמה. ער איז פֿאַקטיש געווען דער איינציקער זיגער אין אָט דער מלחמה, אין וועלכער ער האָט זיך בכלל נישט באַטייליקט.
עס איז אָבער געווען צו באַוווּנדערן — און דאָס איז אפֿשר געווען אַ גוטע לעקציע פֿאַר טעאַטער-רעזשיסאָרן און שרײַבער פֿון פֿילם-סצענאַרן צו לערנען, ווי אַזוי מ'קען פֿון גאָרנישט מאַכן אַ דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונג אָדער אַ שפּאַנענדיקן פֿילם. אין אָט דער דראַמע, וואָס אונטערן דעק פֿון דער אידיליע, זענען געוועזן מער פֿאַרראַטן ווי טרײַשאַפֿטן, וואָס האָבן זיך אויך באַצויגן צו דעם אויסוואַל פֿונעם מדינה-פּרעזידענט, דעם אַנדערן טאָג, דורך די מיטגלידער פֿון דער כּנסת.
אויב אין דעם פּראָפּאַגאַנדע-צוג צו די פּרײַמעריס איז אָנגעגאַנגען דער פֿאַרמעסט צווישן די צדדים, ווער פֿון זיי עס איז מער פֿאַרהאַסט, האָט די צווייטע רונדע, אין קעגנזאַץ צו דער ערשטער, זיך גאָר אויסגעצייכנט מיט אַ זעלטענער אידיליע צווישן די קעגנערישע מחנות. און אין קעגנזאַץ צו אַלע פֿאָרויסזאָגונגען, מחמת דער אַלגעמיינער אַטמאָספֿער פֿון סקעפּטישער פּאַסיווקייט און געזעלשאַפֿטלעכער מידקייט, איז די וואַל-באַטייליקונג אין דער צווייטער רונדע געווען גרעסער, ווי אין דער ערשטער מיט צוויי וואָכן פֿריִער. זי האָט באַטראָפֿן איבער 64%, וואָס ווערט דאָ הײַנט באַטראַכט ווי אַ הויכע פֿרעקווענץ.
אין דער ערשטער רונדע האָבן זיך די באַקעמפֿנדיקע קאַנדידאַטן צו דער אָנפֿירונג פֿאַרמאָסטן מיט אַרויסהייבן קעגנזייטיק די חסרונות אַון שוואַכקייטן פֿון דעם קעגנער. אין דער צווייטער רונדע האָט מען, דאַקעגן, זיך באַשאָנקען מיט קעגנזײַטיקע קאָמפּלימענטן, וואָס איז אַ זעלטנהייט אין די היגע פּאָליטישע פֿאַרהעלטענישן.
אין דער טיף אָבער האָט אין די צוויי וואָכן צווישן די צוויי וואַל-רונדעס דאָמינירט דער כּעס צוליב די גרויסע אַנטוישונגען, וואָס די פּאַרטיי האָט אַדורכגעמאַכט אין די לעצטע יאָרן מצד אירע דרײַ מנהיגים: אַנטוישט פֿון אהוד ברקן מיט זעקס יאָר צוריק, ווען ער האָט אַ פֿאַרשפּילטער איבערגעלאָזט אויף הפֿקר די פּאַרטיי אַ צעטרייסלטע, דעם שלום-פּראָצעס אַ צעמזיקטן — און איז אַוועק מאַכן ביזנעס אין דער וועלט פֿון די מולטי-מילאָנערן; פֿון עמיר פּרצן, וועלכער האָט אויפֿגעוועקט און דערנאָך פֿאַרשטויסן די סאָציאַלע האָפֿענונג, און האָט אויך פֿאַרשפּילט זײַן געוועט מיטן מזל מחמת דער פּלוצעם אויסגעבראָכענער לבֿנונישער מלחמה, קורץ נאָך זײַן נאָמינאַציע. און פֿון שמעון פּערעסן, דעם אַלטן מפּא"ישן מנהיג, וועלכער האָט צוליב אָט די ערשטע צוויי, און צוליב זײַן באַליידיקטן עגאָ, פֿאַרראַטן זײַן היים־פּאַרטיי און איז אַוועק זוכן די — שוין באַזעצטע — אָנפֿירונג אין דער הערשנדיקער "קדימה" פֿון אהוד אָלמערט.
די ערשטע רונדע פֿון די פּרײַמעריס איז געווען, דער עיקר, אַ פֿאַרמעסט צווישן אַ גענעראַל און אַן אַדמיראַל און האָט זיך פֿאַרענדיקט אָן דער אַנטשיידונג. זי האָט אָבער באַשטעטיקט דאָס באַקאַנטע פֿאָלקס-ווערטל, אַז ווען צוויי קריגן זיך, געניסט דער דריטער, און דער דריטער איז געווען דער ביז איצטיקער מנהיג עמיר פּרץ, וועלכער האָט פֿאַרשפּילט אין די פּרײַמעריס און האָט פֿאַרלוירן די פֿירערשאַפֿט. מיט זײַנע 22 פּראָצענט שטימען איז אָבער דער פֿאַרלירער, עמיר פּרץ, אַרויסגעקומען שיִער נישט דער זיגער, וואָס ביידע צדדים האָבן זיך באַמיט און געסטאַרעט צו געווינען זײַן חסד, כּדי ער זאָל זיי העלפֿן מיט די שטימען פֿון זײַנע געטרײַע וויילער.
דאָ האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן, אַזוי ווי אין אַ טעלעדראַמע, דער עקזאַמען און דער פֿאַרמעסט צווישן אַלטע טרײַשאַפֿטן און נײַע פֿאַרראַטן, מיט אַריבערלויפֿונגען און מיט אומגלויבלעכע "דילן" און "קאָמבינעס" צווישן נעכטיקע קעגנערס און מאָרגנדיקע פֿאַרבינדעטע. מיטאַמאָל ווערן אַלע הימלשרײַענדיקע באַשולדיקונגען פֿאַרגעסן. דער "רשע" ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ "צדיק" און אַזוי אויך פֿאַרקערט. אופֿיר פּינס, וועלכער האָט דעמיסיאָנירט פֿון דער רעגירונג צוליבן אײַנשליסן אין איר דעם רעכטן עקסטרעמיסט אבֿיגדור ליבערמאַן און האָט געפֿאָדערט, אַז "עבֿודה" זאָל פֿאַרלאָזן די רעגירונג, האָט צו דער צווייטער רונדע זיך געשטעלט הינטער אהוד ברקן, וועלכער שטרעבט צו בלײַבן אין דער קאָאַליציע. דאַקעגן האָט עמיר פּרץ, וועלכער האָט פֿאַרשפּילט אין דער ערשטער רונדע, זיך געשטעלט מיט זײַן גאַנצער פֿראַקציע הינטער עמי אילונען, וועלכער האָט פֿריִער געהאַט צוגעזאָגט נישט צו בלײַבן אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט.
אויב דער גרויסער סורפּריז אין דער ערשטער רונדע איז געווען די גרויסע צאָל שטימען, וואָס עס האָט באַקומען עמיר פּרץ, כאָטש ער האָט אין איר די פּרײַמעריס פֿאַרשפּילט, איז די גרויסע איבערראַשונג אין דער צווייטער רונדע געווען — דאָס שטעלן זיך פֿון פּרצעס נאָענטסטער פֿאַרבינדעטע, די "אידעאָלאָגישע קעמפֿערין קעגן דער סאָציאַלער נויט", שעלי יעכימאָוויטש, דווקא הינטער אהוד ברקן.
די דאָזיקע דראַמע איז אָבער אָנגעגאַנגען "אונטערן שטח", בעת אויף דער אויבערפֿלאַך האָט געהערשט אַ זעלטענע אידיליע, אין וועלכער יעדער איינער פֿון די צוויי זיך פֿאַרמעסטנדיקע קאַנדידאַטן האָט זיך באַמיט איבערצוצײַגן די וויילער, ווי שטאַרק ער האָט ליב דעם קעגנער און זײַנע אָנהענגער... יעדער איינער פֿון זיי האָט זיך געסטאַרעט אויפֿצווײַזן, אַז ווען ער וועט ווערן אויסגעוויילט, וועט ער קיינעם פֿון די פֿאַרשפּילטע נישט באַעוולען און אַרײַננעמען אַלעמען אין דעם קרענצל פֿון דער אָנפֿירנדיקער קרוין. אַבי אים צו העלפֿן מנצח צו זײַן דעם פֿריִער באַשמוצטן "חבֿר קעגנער".
די געשיכטע וועט דאָס אַלץ אָבער גאָר גיך פֿאַרגעסן — אין זכות פֿון דעם קורצן קאָלעקטיוון זכּרון.
וואָס האָט שוין אָבער יעדער פֿון זיי געהאַט "צו פֿאַרקויפֿן" און וואָס האָבן זיי שוין געקענט, נעבעך, צוזאָגן, אַז די מאַכט איז נישט אין זייערע הענט. די דעה אין דער רעגירונג האָט דערווײַל אהוד אָלמערט און נישט קיינער פֿון זיי, חוץ אהוד ברקן, דעם זיגער אין די פּרײַמעריס, וועלכער האָט דערגרייכט זײַן ציל — צו ווערן דער זיכערהייטס-מיניסטער אויפֿן אָרט פֿון עמיר פּרצן, און פֿאַרגיטיקן אים מיט אַ נידערווערטיקן מיניסטער-פֿאָטעל בײַם ווײַטן עק פֿון דעם רעגירונגס-טיש, ווײַט פֿון אים און פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט, וועלכער וואַרט נאָך אַלץ — צוזאַמען מיט דער גאַנצער רעגירונג — אויף דעם פֿולן און ענדגילטיקן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע.
דער איצטיקער פֿאַרמעסט איז פֿאַקטיש געווען דער המשך, אָדער דער דריטער אַקט, פֿון אהוד ברקס דעראָבערונגס-מאַרש, וואָס ער האָט אָנגעהויבן מיט אַן ערך צוויי יאָר צוריק, ווען ער האָט זיך צוריקגעקערט פֿון זײַן ביזנעס-אורלויב און האָט פֿאַרשפּילט די שלאַכט צום מנהיג פֿון דער הסתדרות עמיר פּרץ. געקומען איז דעמאָלט פּרץ מיט זײַנע דרײַ מאַנדאַטן פֿון "עם אחד", כּדי צו פֿאַרצוימען ברקן דעם וועג און צו העלפֿן שמעון פּערעסן אין זײַן ווירטועלן "קאַמף קעגן דעם חזירישן קאַפּיטאַליזם" און קעגן ברקן, וועלכער האָט געשטיצט די אַנטי-סאָציאַלע עקאָנאָמישע פּאָליטיק פֿון בנימין נתּניהו.
אין רעזולטאַט, האָט עמיר פּרץ באַזיגט נישט בלויז ברקן, נאָר אויך פּערעסן, וועלכער האָט אַ באַליידיקטער פֿאַרלאָזט די "עבֿודה" און איז אַריבער אין "קדימה", די פּאַרטיי פֿון שרון און פֿון אָלמערט, וועלכער האָט אים געקרוינט ווי דעם שטעלפֿאַרטרעטער פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער. ער האָט אָבער נאָך אַלץ געוואָלט אַוואַנסירן.
"דאָס וועט זײַן דער לעצטע מלוכישער אַמט אין מײַן פּאָליטישער קאַריערע" — האָט געזאָגט דער פֿילמאָליקער מיניסטער און פּרעמיער־מיניסטער און לאַנג־יאָריקער "צײַטווײַליק" געוויילטער פֿאָרזיצער און מנהיג פֿון "מערך" און "עבֿודה", ווי די יורשים פֿון דער "היסטאָרישער" מפּא"י און לסוף מיניסטער און שטעלפֿאַרטרעטער פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, איידער ער האָט באַשלאָסן צו אָפּטירן קעגן די קאַנדידאַטורן פֿון רובי ריבֿלין פֿון "ליכּוד" און קאָלעט אבֿיטל פֿון "עבֿודה".
דער מדינה-פּרעזידענט פֿון ישׂראל ווערט געוויילט דורך דער כּנסת אין אַ געהיימער אָפּשטימונג. ווען עס איז פּערעסן פֿאָרגעלייגט געוואָרן צו קאַנדידירן, האָט ער, צוערשט, פֿאַרלאַנגט די כּנסת זאָל ענדערן דאָס געזעץ, כּדי די אָפּשטימונג זאָל זײַן אַן אָפֿענע און אַ נאָמענטלעכע. דורך דעם האָט ער געוואָלט אויסמײַדן די חרפּה, וואָס ער האָט געליטן צוליב דעם פֿאַרראַט פֿון די כּנסת-דעפּוטאַטן פֿון ש"ס, וועלכע האָבן אים צוגעזאָגט צו שטיצן אין דער געהיימער אָפּשטימונג, אָבער אויפֿן געהיימען באַפֿעל פֿון הרבֿ עובֿדיה יוסף, האָבן זיי געשטימט פֿאַר דעם כּנסת-דעפּוטאַט משה קצבֿ, דעם קאַנדידאַט פֿון "ליכּוד". באַליידיקט פֿון אָט דעם "שטינקענדיקן מאַנעווער", וואָס איז שוין געווען דער צווייטער פֿון דעם מין קעגן פּערעסן, האָט ער אָבער נישט אויפגעהערט צו שתדלען און אַדאָרירן דעם גײַסטיקן מנהיג פֿון ש"ס, וועלכער האָט אים דאָס מאָל ווידער געגעבן זײַן ברכה — און דאָס מאָל אין נאָמען פֿון זײַן "שולד-געפֿיל" און חרטה. באַזונדערס, צוליב דער חרפּה, וואָס זײַן האַנדלונג האָט פֿאַרשאַפֿט דעם בית־הנשׂיא — וואָס איז די העכסטע רעפּרעזענטאַטיווע אינסטאַנץ פֿון דער מדינה.
דאָס איז נאָך אָבער נישט געווען די לעצטע קאָרט אין דעם געראַנגל פֿון שמעון פּערעסן מיט זיך אַליין. ער האָט שטאַרק געוואָלט דעם אַמט, אָבער ער האָט מורא געהאַט פֿאַר אַ באַנײַטער חרפּה ווידער צו פֿאַרלירן אין דער אָפּשטימונג. האָט ער די גאַנצע צײַט געטענהט, אַז ער וויל גאָר נישט מען זאָל אים מאַכן פֿאַר דעם נשׂיא. ער האָט גענוג אַנדערע באַשעפֿטיקונגען פֿאַר דער מדינה. שמעון פּערעס האָט זיך געשלאָגן מיט דער דעה: טאָמער וועט די ווינאָגראַד־קאָמיסיע פּסלען אָלמערטן ווי פּרעמיער, איז ער דאָך זײַן ערשטער שטעלפֿאַרטרעטער; און — וואָס וועט אָבער זײַן טאָמער וועט ער קאַנדידירן פֿאַר פּרעזידענט — און זײַנע געטרײַע חבֿרים וועלן אים ווידער פֿאַרראַטן. ער קען דאָך פֿאַרלירן ביידע וועלטן...
צום סוף, האָט ער באַשלאָסן צו ריזיקירן לטובת דעם מער בכּבֿודיקן אַמט און ווערן דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, ווייניקסטנס אויף די נאָענטסטע זיבן יאָר. און דאָס מאָל, מיט דער הילף און דעם זשעסט פֿון זײַנע צוויי ריוואַלן, וועלכע האָבן נאָך דער ערשטער אָפּשטימונג מוותר געווען אויף זייער קאַנדידאַטור און פֿרײַ געמאַכט פֿאַר אים דעם וועג צום הויז פֿון דעם מדינה־פּרעזידענט.
די צוויי נצחונות — פֿון אהוד ברק און פֿון שמעון פּערעס — זענען אויך אַ נצחון פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט.
תּל־אָבֿיבֿ, 13טער יוני 2007