ייִדיש פֿאַרמאָגט נישט די הײַנטיקע ענגלישע ווערטער ווי handicapped, אָדער physically impaired. אַנשטאָט דעם זאָגן מיר נאָך אַלץ אויף אַ מענטשן אויף קוליעס, אַ קאַליקע, אָדער גאָר ערגער — אַ קריפּל, כאָטש אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט מען צוגעטראַכט אַזעלכע אומגעלומפּערטע ווערטער, ווי: מומיק (פֿונעם וואָרט מום — דעפֿעקט) אָדער זײַן געהאַמעוועט אָדער געשעדיקט. דאָס זײַנען אַלץ הילצערנע ווערטער, און אויף וויפֿל איך האָב נישט געבראָכן דעם קאָפּ, האָב איך זיך נישט דערטראַכט צו אַזעלכע ווערטער וואָס זאָלן פֿאַרבײַטן קאַליקע אָדער קריפּל.
פֿאַר וואָס דערמאָן איך דאָס? איז די מעשׂה אַזאַ. איך פֿאַרמאָג, פֿון מאַמעס צד, קרובֿים אין ארץ־ישׂראל. דאָרט זײַנען געקומען נאָך דער מלחמה מײַן פֿעטערס צוויי ברידער מיט זייערע עופֿעלעך. און נאָך אַ סך טשאָלנטן און קוגלען, געפֿילטע פֿיש מיט אייגן געריבענעם כריין, האָט מען צווישן זיך געשלאָסן אַ טיפֿע קרובֿישע פֿרײַנדשאַפֿט. די צוויי ברידער גרשון און חיים, צוזאַמען מיט אַ דריטן, וועלכער האָט חתונה געהאַט מיט מײַן מאַמעס שוועסטער נאַכע, מײַן פֿעטער שלום זשאַרקאָווסקי, האָבן אָפּגעשטאַמט פֿון פֿרומע היימען אין פּוילן. איך געדענק שוין נישט פֿון וועלכן רבינס הויף האָט זיך געצויגן זייער פֿרומקייט, נאָר ביידע ברידער האָבן געוווינט אין בני־ברק און צווישן זיי ישעיה, אַן איידעלער יונגער־מאַן, מיט אַ האַרץ פֿון גאָלד. מיר רעדן כּסדר איין און די זעלבע שפּראַך. נישט נאָר אַ געשמאַקן פּוילישן ייִדיש, נאָר אײַנגעשטימט אין אַלגעמיינע ענינים פֿון דער וועלט. אַלע מאָל געווען אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאַרברענגען מיט דער משפּחה זשאַרקאָווסקי. איין זאַך וואָס איך האָב באַמערקט — דער טײַערער בחור איז געגאַנגען אויף קוליעס. זעט אויס, אַז דער קינדער־פּאַראַליז איז אים געקומען בײַם געבורט. מיט דער צײַט האָב איך עס שוין מער נישט באַמערקט און מיר זײַנען אַלע אָנגעגאַנגען מיטן טעגלעכן לעבן ווי אַלע מאָל. דער עיקר האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט מיט די פּרטים פֿון מײַן פֿעטער שלמהן, וועמען איך האָב לגמרי נישט געקענט. וואָס פֿאַר אַ מענטש איז ער געווען? ישעיהס טאַטע דערציילט אַז שלום האָט געלייענט ביכער און צווישן זיי קאַרל מאַרקסן, און געחלומט פֿון אָנטייל נעמען אינעם נײַעם חלום, מיט וועלכן ער האָט זיך אַרומגעטראָגן בעת די ברידער זײַנען געזעסן און געלערנט תּורה. איז ער איין פֿרימאָרגן, אין 1930, אַנטלאָפֿן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מען האָט אים תּיכּף פֿאַרשיקט צו די ווײַסע בערן, אין אַ שקלאַפֿן־לאַגער אין סיביר. דאָרט האָט מען געבויט וועגן און רעלסן, האָט מען זיך גענייטיקט אין הענט. בחינמדיקע הענט, אידעאַליסטישע הענט. און ער איז געווען גליקלעך וואָס ער נעמט אָנטייל אינעם בויען דעם סאָציאַליזם, אַ נײַע וועלט. ער איז אַזוי אָפּגעזעסן ביזן יאָר 1935, באַפֿרײַט געוואָרן, חתונה געהאַט מיט מײַן מאַמעס שוועסטער, וועלכע איז אין 1931סטן יאָר אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד זוכן אַ חתן. די צוויי קליינע מענטשעלעך האָבן געהאַט אַ טאָכטער, לענאַ, מײַן לײַבלעכע קוזינע, און געהערט האָב איך, אַז איר נאָמען איז נאָך לענינען, מיט וועלכער איך שטיי הײַנט אין נאָענטע באַציִונגען, כאָטש זי וווינט אין סאַראַטאָוו און איך אין ניו־יאָרק. איר טאַטע מיט איר מאַמען זײַנען געווען אַזוי אויסגעקאָכט אינעם קאָמוניזם, אַז ביידע זײַנען אַוועק נעמען קורסן אין מאַרקסיזם און לעניניזם. אָרעם זײַנען זיי געווען, קוים געהאַט אויף דער אַכילה. אָבער געגלייבט האָט מען, ווי להבֿדיל, אַ פֿרומער ייִד גלייבט אין גאָט. דער קאָמוניזם האָט בײַ מײַן פֿעטער באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ רעליגיע, אַ גלויבן. ער האָט אויסגעביטן איין גלויבן פֿאַר אַן אַנדערן און געדינט סטאַלינען, ווי להבֿדיל, אַ גוטער ייִד דינט דעם רבונו־של־עולם.
העלפֿט גאָט און עס יאַוועט זיך דאָס יאָר 1937, די "טשיסטקע", די רייניקונג. מ'האָט גענומען אַרעסטירן אומשולדיקע מענטשן ווי אַ מגפֿה, און באַלד אָפּגעשיקט זיי קיין סיביר אויף קאַטאָרגע, אַרײַנגערעכנט מײַנע צוויי פֿעטערס — מײַן מאַמעס ברודער אַבֿרהם־חיימען און מײַן פֿעטער שלמהן. די ווײַבער און די קינדער האָבן זיי באַוויינט, אָבער ס'האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. מ'האָט זיי אַוועקגעשיקט אויף צען יאָר. אַ מזל, אַז מײַן מאַמעס ברודער איז געווען אַן ערשטקלאַסישער צושנײַדער און דער פֿעטער שלום אַן ערשטקלאַסישער גאַרבער. ער האָט געמאַכט פֿאַר די רוסישע אויפֿפּאַסער און זייערע ווײַבער שיינע, לעדערנע שטיוועלעך. און דער פֿעטער אַבֿרהם־חיים האָט גענייט ערשטקלאַסיקע קאָסטיומען און מונדירן. און אַזויערנאָך האָבן זיי איבערגעלעבט די פֿאַרשיקונג. דער פֿעטער אַבֿרהם־חיים איז אַרויס אין די פֿערציקער יאָרן אַ לעבעדיקער, אָבער אַ צעקאַליעטשעטער, געליטן אויף לונגען. באַוויזן נאָך אַ מאָל חתונה צו האָבן, ווײַל די ערשטע פֿרוי האָט אים גלײַך אָפּגעגט; געהאַט אַ טאָכטער, רעגינע, און געשטאָרבן יונגערהייט. דער פֿעטער שלום ווידער איז אַהיים געקומען, דערציילט מיר שוין מײַן קוזינע לענאַ. דערזען אַזאַ שיינע און געראָטענע טאָכטער, איז ער פֿאַרבליבן. ער איז פֿאַרבליבן נישט געקוקט אויף די קריגערײַען און בייז בלוט צווישן אים מיטן ווײַב. ער איז פֿאַרבליבן מיט איין תּנאַי, אויב דאָס ווײַב וועט אים נישט אויפֿהערן צו דערגיין די יאָרן, פּאַקט ער אײַן האַק־און־פּאַק און פֿאָרט צוריק קיין סיביר, וווּ ער האָט איבערגעלאָזט אַ פֿרוי מיט אַ קינד. געהערט אַזעלכע סטראַשונקעס, האָט מײַן מומע נעכע אײַנגענומען אַ מויל מיט וואַסער. זי האָט אים אַלץ פֿאַרשוויגן, יעדע עוולה, יעדן אויסבראָך, יעדן סקאַנדאַל. פֿרעג איך בײַ מײַן קוזינקע:
"זאָג מיר לענאַ, וואָס איז געוואָרן מיט דײַן טאַטנס קאָמוניזם?"
האָט זי מיר געענטפֿערט, ער איז געבליבן אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט ביזן סוף. און אַז איך האָב זי געפֿרעגט:
"און וואָס איז שייך סטאַלינס פֿאַרראַט, סטאַלינס הריגות פֿון מיליאָנען מענטשן אין די צוואַנגס־לאַגערן, זײַן אַנטיסעמיטיזם, דעם דאָקטוירים־בילבול, וואָס ער האָט געגרייט אויף די ייִדישע דאָקטוירים?"
"מײַן טאַטנס גלויבן האָט זיך אויף קיין הערעלע נישט געביטן. ער האָט געגלייבט אינעם קאָמוניזם ביז זײַן לעצטן אָטעמצוג".
און אַז איך האָב איר געזאָגט, אַז ער האָט פֿאַרביטן זײַן פֿרומקייט אויף אַן אַנדער פֿרומקייט, אויף אַ פֿרעמדן און אַ גזלנישן גלויבן, האָט זי עס נישט אַזוי שטאַרק באַנומען. קיין ייִדיש וואָרט האָט מען מיט איר נישט אויסגערעדט, בלויז רוסיש, אין דער צײַט וואָס מײַנע עלטערן האָבן אין רוסלאַנד גערעדט צו מיר בלויז ייִדיש. פֿון קיין שבת אָדער יום־טובֿ האָט זי נישט געהערט. און ווען איך האָב זי צום ערשטן מאָל באַגעגנט אין וואַרשע, צום צווייטן מאָל אין פּראָג, צום דריטן מאָל אין ווילנע און צום פֿערטן מאָל אין ישׂראל, אויף מײַנע הוצאָות, פֿאַרשטייט זיך, איז פֿאַר מיר געשטאַנען אַ מיטלוווּקסיקע, מיטליאָריקע רוסישע גויע. איך האָב זי גענומען צו אירע פֿעטערס און אַ האַלבן טוץ קוזינען, זי באַקענט מיט זיי, איז זי געשטאַנען אַ געפּלעפֿטע, נישט געקענט קיין וואָרט אויסרעדן. איך האָב איר געראַטן זי זאָל בלײַבן אין ארץ־ישׂראל, אָבער זי האָט זיך שטאַרק געשראָקן פֿאַר דער מדינה. ס'איז הייס, זי איז צו אַלט צו בײַטן דאָס לעבן. אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן, ווי קען זי איבערלאָזן טאַטע־מאַמעס "מאָגילאָטשקי" (קבֿרימלעך). זי וועט זיי נישט איבערלאָזן אַליין. איז זי צוריקגעפֿאָרן קיין סאַראַטאָוו.
האָב איך זיך אַוועקגעזעצט מיט ישעיהן, איר לײַבלעכן קוזין, אַדורכשמועסן. ער איז אַ געשמאַקער מיטשמועסער, און מיר האָבן באַטראַכט די סיטואַציע און באַשלאָסן אַז ס'איז צו שפּעט. זי איז אויף אַזוי פֿיל דערווײַטערט פֿון ייִד, אַז זי וועט זיך בשום־אופֿן דאָ נישט אַרײַנפּאַסן. האָב איך לענאַן געראַטן זי זאָל אויסזוכן אין סאַראַטאָוו אַ ייִדישע אינסטיטוציע ווי ליובאַוויטש, אָדער גיין אין שיל, זיך באַקענען מיט ייִדן. האָט זי מיך געפֿאָלגט און אַוועק צו די ליובאַוויטשער. הײַנט פֿרייט זי זיך מיט די "פּאָדאַרקעס" (מתּנות) וואָס זיי גיבן איר, ווי המן־טאַשן אויף פּורים און מצות אויף פּסח, און ווען עס קומט אַ ייִדישער יום־טובֿ, קלינגט זי מיר אָן און ווינטשט מיר:
"פּאָזדראַווליאַיו ס׳יעוורעיסקים פּראַזדניקאָם פּאַסכאַ" (איך באַגריס דיך צום ייִדישן יום־טובֿ פּסח). אָט דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון אײַנגעגלייבטקייט אין געצן מיט געטשקעס, וווּ די קינדער וואַקסן אויס קאָמפּלעטע ייִדישע איגנאָראַמוסעס און חוץ דעם וואָס מיר ביידע שטאַמען פֿון ייִדישע עלטערן, האָבן מיר גאָרנישט געמיינזאַמס.
מײַן משפּחהלע אין ישׂראל באַשטייט פֿון ווייניק און ווערט וואָס ווייניקער. ישעיה האָט דערווײַל חתונה געהאַט מיט אַן אַדוואָקאַטקע וועלכע באַנוצט זיך מיט אַ רעדלשטול און איז שיין און קלוג און ביידע זײַנען זיי גליקלעך. ישעיה האָט אַ שוועסטער צפּורה, איז זי אויסגעוואַקסן געזונט און שטאַרק און שיין און פֿרום. און ווען זי האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַרכיטעקט און געהאַט קינדער, האָבן זיי זיך באַזעצט אין "אלקנה", אין אַ באַחנט שטעטעלע אויף די אײַנגענומענע שטחים. און ווען איך האָב אָפּגעשטאַט בײַ זיי אַ וויזיט, האָבן זיי מיר געוויזן, אַז אַנטקעגן זייער פֿענצטער איז פֿאַראַן אַן אָליוון־פּרדס וואָס געהערט צו די אַראַבער. האָב איך זיי געפֿרעגט צי זיי האָבן נישט קיין מורא דאָ אויפֿצוציִען קינדער און הײַנט שוין אייניקלעך. האָבן זיי מיר געוויזן זייער געווער, און זיך פֿאַרטרויט, אַז זיי זײַנען אַלע מאָל גרייט. די באַרגיקע געסלעך אין שטעטעלע "אלקנה" האָבן געהייסן נאָך אונדזערע אָבֿות, מלכים און נבֿיאים. כ'האָב געהאַט אַ געפֿיל, אַז איך שפּאַציר איבער די בלעטער פֿון תּנ״ך. דאָס מאָל האָב איך דערפֿילט, אַז איך געהער צו אַ טײַער פֿאָלק, וואָס שטייט אויס געפֿערלעכע יסורים און גיט זיך נישט אונטער, און איך בין אינעווייניק אין דער גאָלדענער קייט.