|
אירינאַ סערגעיעוואַ. אַרכיוואַלע ירושה פֿון ש. אַנ־סקי אין די זאַמלונגען פֿון דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף וו. אי. ווערנאַדסקיס נאָמען. קיִעוו׃ "דוך אי ליטעראַ", 2006 (אוקראַיִניש). |
|
ש. אַנ־סקי (שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863־1920) האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע אַרכיוואַלע ירושה, וואָס נעמט אַרײַן טויזנטער בריוו, טאָגביכער, כּתבֿ־ידן און אַנדערע דאָקומענטן, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע זיבן ימען. אַנ־סקיס מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אין אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין מאָסקווע און פּעטערברוג, ירושלים און ניו־יאָרק. אָבער די גרעסטע און ביז איצט ווייניק־באַקאַנטע קאָלעקציע פֿון זײַנע מאַטעריאַלן פֿאַרהיט זיך אין דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף ווערנאַדסקיס נאָמען אין קיִעוו. די דאָזיקע זאַמלונג איז כּולל כּמעט 1,500 אַרכיוו־איינסן, וועלכע זײַנען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן קיין קיִעוו פֿון לענינגראַד נאָך דעם, ווי די סאָוועטישע מאַכט האָט ליקווידירט די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט אין 1930.
די קולטורעלע ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק איז דעמאָלט "אומגעקערט" געוואָרן דעם ייִדישן "פּראָלעטאַריאַט" און איז אַרײַן אין רשות פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט פֿון ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור. לאַנגע יאָרן נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם אינסטיטוט איז די קאָלעקציע געווען ניט צוטריטלעך, אָבער סוף–כּל–סוף, האָט זי באַקומען אַן אַנאָטירטע באַשרײַבונג, וואָס קאָן דינען ווי אַ מוסטער פֿון אַרכעאָלאָגישער פֿאָרשונג.
דאָס בוך איז אָרגאַניזירט לויטן טעמאַטישן פּרינציפּ. אינעם ערשטן טייל ווערן קורץ באַשריבן 98 כּתבֿ־ידן פֿון אַנ־סקיס אַרטיקלען און ליטעראַרישע ווערק אויף רוסיש און ייִדיש (צום באַדויערן, ברענגט מען ניט קיין ידיעות וועגן פּובליקאַציעס פֿון די דאָזיקע טעקסטן). דער צווייטער טייל נעמט אַרײַן דאָקומענטן וועגן אַנ-סקיס עפֿנטלעכער טעטיקייט (18 איינסן). דער דריטער טייל איז דער גרעסטער׃ 754 איינסן. דאָ געפֿינען זיך די אַנאָטירטע באַשרײַבונגען פֿון אַנ–סקיס רײַכער קאָרעספּאָנדענץ. דער פֿערטער טייל שליסט אײַּן 20 פֿאָטאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן, אָבער, צום באַדויערן, האָט דאָס בוך ניט קיין רעפּראָדוקציעס — עס וואָלט געווען טשיקאַווע אַ קוק צו טאָן, למשל, אויף דער אַמאַטאָרישער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון ש. אַנ–סקי מיט אַ קאַץ אין די הענט און אַ טויב אויף דער פּלייצע.
ווי אַ צוגאָב צו דעם באַנד ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט דער בריוון–אויסטויש צווישן ש. אַנ־סקין און באַראָן וולאַדימיר גינצבורג, וועלכער איז געווען דער הויפּט־שטיצער פֿון אַנ–סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין 1912–1914. דער גאַנצער בודזשעט פֿון די עקספּעדיציעס האָט באַטראָפֿן 30,000 רובל. גינצבורג אַליין האָט געגעבן 10,000, נאָך 10,000 האָט מען אָנגעזאַמלט צווישן די פּעטראָגראַדער גבֿירים, און דאָס רעשט האָט אַנ–סקי אַליין געדאַרפֿט פֿאַרדינען דורך לעקציעס און אַנדערע עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען. אין זײַנע בריוו צו גינזבורגן גיט אַנ–סקי פּרטימדיקע באַריכטן וועגן זײַן טעטיקייט. די דאָזיקע קאָרעספּאָנדענץ דערמעגלעכט אַרײַנצוקוקן אין דער "קיך" פֿון אַנ־סקיס פֿילזײַטיקער טעטיקייט ווי אַן אָרגאַניזאַטאָר, פֿאָרשער, זשורנאַליסט און געזעלשאַפֿטלעכער טוער. די אַלע אַספּעקטן זײַנען תּמיד געווען וויכטיק פֿאַר זײַן אַרבעט. אַנסקי האָט ניט אָפּגעטיילט זײַן פֿאָרשונג פֿון זײַן פּאָליטישער און עפֿנטלעכער אַרבעט. רעדנדיק וועגן זײַן פֿאָרשונג וועגן די מאָטיוון פֿונעם בלוט–בילבול אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, דערמאָנט ער, דרך־אַגבֿ, אַז די דאָזיקע אַרבעט קען זײַן ניצלעך פֿאַר דער עפֿנטלעכער קאַמפּאַניע, וואָס די פּראָגרעסיווע רוסישע און ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקייט האָט געפֿירט לטובֿת מענדל בייליס, וועלכער איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿונעם אָפֿיציעלן בלוט־בילבול אין קיִעוו אין 1911.
די אָרגאַניזאַציע פֿון די עקספּעדיציעס איז געווען אַ ריזיקע אונטערנעמונג, וואָס האָט געפֿאָדערט אַ סך מי. אַנ־סקי האָט זיך געפֿילט אומרויִק. סוף יוני 1912, ערבֿ זײַן אַרויספֿאָר אין די שטעטלעך פֿון וואָלין, האָט ער געשריבן צו גינצבורגן׃ "איך בין שטאַרק אויפֿגערעגט, ווי פֿאַר אַ גרויסער אומבאַוווּסטקייט. ווי אַזוי וועט די זאַך אָנגיין? צי וועל איך האָבן אַ צוטרוי צו יענע אָרעמע און אומוויסנדיקע מענטשן, וואָס פֿון זייער סבֿיבֿה קום איך אַרויס, אָבער פֿון וועמען איך האָב זיך אַזוי דערווײַטערט אין משך פֿון אָט די יאָרן? צומאָל ווערט מיר אַפֿילו פֿינצטער. אָבער איינצײַטיק האָב איך אַ שטאַרקן געפֿיל פֿון פֿרייד אין מײַן נשמה, אַז עס הייבט אָן זיך צו פֿאַרווירקלעכן דער שענסטער חלום מײַנער". אין האַרבסט, אינעם זעלביקן יאָר האָט אַנ–סקי מיטגעטיילט גינצבורגן, אַז די צײַט פֿון ימים–נוראים איז געווען ניט פּאַסיק פֿאַר דער עטנאָגראַפֿישער אַרבעט׃ "די באַפֿעלקערונג, מיט וועלכער מיר האָבן צו טאָן, האָט ניט קיין חשק, צוליב דער פֿאַרשטאַרקטער רעליגיעזער שטימונג, זיך אָפּצוגעבן מיט זינגען לידער און דעציילן מעשׂיות, אַפֿילו פֿרומע לעגענדעס."
פֿון זײַן צד, האָט גינצבורג כּסדר באַטאָנט, אַז מען מוז פֿירן די עקספּעדיציעס ווײַטער, ניט געקוקט אויף אַלע מניעות. ער האָט באַטראַכט אַנ־סקיס פּראָיעקט ווי זייער אַ וויכטיקע אונטערנעמונג פֿאַרן גאַנצן רוסישן ייִדנטום. "דער גלײַכגילט פֿון אַנדערע מענטשן דאַרף ניט האָבן קיין השפּעה אויף אײַער גײַסטלעכער ענערגיע. לאָזט זיך ניט גובֿר זײַן דורך די מאַטעריעלע אומשטאַנדן" — האָט גינצבורג געשריבן אַנ–סקין סוף מײַ 1913, ערבֿ דעם צווייטער אַרויספֿאָר אין די שטעטלעך, ווען די גאַנצע אונטערנעמונג איז געווען אין סכּנה צוליּב דעם דוחק אין געלט. צווישן אַנדערע מאַטעריאַלן, וועלכע אַנ–סקי פֿלעגט איבערשיקן גינצבורגן אין פּאַריז, איז געווען אַ כּתבֿ–יד פֿונעם "דיבוק", וואָס אַנ–סקי האָט פֿאַרפֿאַסט אונטער דעם אײַנדרוק פֿון די פֿאָלקלאָרישע לעגענדעס, וועלכע ער האָט געהערט בעת זײַנע רײַזעס איבער וואָלין און פּאָדאָליע. גינצבורג איז געווען אַנטציקט פֿון דער פּיעסע, הגם ער האָט געגעבן דעם מחבר אַ פּאָר קריטישע עצות.
די פּרטימדיקע הקדמה פֿון אירינאַ סערגעיעוואַ שטעלט די אַרכיוואַלע דאָקומענטן אינעם כראָנאָלאָגישן קאָנטעקסט פֿון אַנ–סקיס לעבן און טעטיקייט. ספּעציעל שטעלט זי זיך אָפּ באריכות אויף דעם לעצטן פּעריאָד פֿון אַנ–סקיס לעבן, ווען ער איז געווען פֿאַרטאָן אין זײַנע גרעסטע און וויכטיקסטע אונטערנעמונגען, די עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס און די הילפֿס־אַרבעט אין גאַליציע בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. די פֿאָרשערין רעקאָנסטרויִרט אַנ־סקיס לעבן טאָג בײַ טאָג, און דערבײַ צעבינדט זי דעם שטאַרקן קנופּ פֿון זײַן פֿילזײַטיקער טעטיקייט. די דאָזיקע אויסגאַבע איז אַ וויכטיקער צוגאָב צו דעם וואַקסנדיקן קאָרפּוס פֿון אַנ–סקיס פֿאָרשונגען אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. איצט וועלן די, וואָס אינטערעסירן זיך מיט אַנ־סקין, מוזן באַהערשן נאָך איין שפּראַך — אוקראַיִִניש.