פֿונעם אייביקן קוואַל

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דער­ציילט וועגן דעם מחלוקת פֿון קורח, אַ פֿירער פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז אויפֿגע­שטאַנען קעגן משה רבינו. קורח, צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי פֿירער פֿון שבֿט ראובֿן, האָבן געטענהט, אַז משה רבינו האָט נישט דאָס רעכט צו האַלטן זיך העכער, ווי אַנדערע ייִדן, און אַז קורח, ווי אַ מיוחסדיקער לוי, האָט נישט ווייניקער רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן-הכּהן; עס שטייט אין אַ מדרש, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער, 250 גרויסע תּלמידי-חכמים, זע­נען געקומען צו משה, אָנגעטאָן אין טליתים, געמאַכט פֿון ריינעם תּכלת (אַ ספּעציעלער בלויער מאַטעריאַל, וואָס מע פֿלעגט אַרײַנ­פֿלעכטן אין די ציצית). די אויפֿשטענדלער האָבן געפֿרעגט בײַ משה רבינו, צי אַזעלכע טליתים מוזן האָבן ציצית. משה רבינו האָט געענטפֿערט, אַז יאָ; קורחס נאָכפֿאָלגער האָבן אָנגעהויבן חוזק מאַכן, באַטאָנענדיק, אַז משהס פּסק-הלכה איז נישט ריכטיק.

משה רבינו האָט פֿאָרגעשלאָגן קורח און זײַנע חבֿרים צו ברענגען קטורת (אַ ווײַרעך) אינעם משכּן. ער האָט געזאָגט, אַז אויב דער קטורת וועט אָנגענומען ווערן, וועט ער מסכּים זײַן מיט זייערע טענות; משה האָט זיי אָבער געוואָרנט, אַז אויב זײַנע קעגנער זענען נישט גערעכט, וועלן זיי אָננעמען אַ שרעקלעכע מיתה-משונה. ווען קורח און זײַנע חבֿרים האָבן אויפֿגערויכערט זייער קטורת, האָט די ערד פּלוצעם "געעפֿנט איר מויל" און אײַנגעשלונגען קורח, דתן און אַבֿירם, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות און פֿאַרמעגנס; די אַנדערע אויפֿשטענדלער זע­נען פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער. דער אויפֿשטאַנד האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה אינעם פֿאָלק; צוליב זייערע טענות און ספֿקות, האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגיפֿה, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 15 טויזנט ייִדן. בלויז צוליב אַהרן-הכּהן, וועל­כער האָט געבראַכט דעם ריכטיקן קטורת, האָט די מגיפֿה זיך אָפּגעשטעלט. כּדי צו איבערצײַגן דאָס פֿאָלק, אַז משה רבינו איז טאַקע זייער בעסטער פֿירער, האָט דער אייבערשטער געוויזן אַ נס: אַהרונס שטעקן האָט זיך צעבליט און געבוירן מאַנדלען.

די חסידישע רביים דער­קלערן, אַז קורח מיט זײַנע חבֿרים זענען נישט געווען קיין פּראָסטע, גראָ­בע רשעים. אַדרבה, עס שטייט אַפֿילו אין אַ מדרש, אַז נאָך תּחית-המתים וועט קורח ווערן אַ כּהן-גדול, אַנ­שטאָט אַהרן! לויט תּורת-החסידות, דער­ציילט דער חומש "במדבר", דער עיקר, נישט וועגן פּשוטע זינד, נאָר וועגן זייער קאָמפּליצירטע, איידעלע טעותים פֿון גרויסע מענטשן; צוליב דעם קאַטאַסטראָפֿישן רעזולטאַט פֿון די דאָזיקע טעותים, ווערן זיי אָבער פֿאַררעכנט פֿאַר זייער גרויסע עבֿירות. קורח און זײַנע חבֿרים זענען בעצם געווען גאָר דערהויבענע מענטשן; זייערע בלויע טליתים פֿון ריינעם תּכלת האָבן סימבאָליזירט די צוקונפֿטיקע הויכע מדרגה פֿון עבֿודת-השם, וואָס וועט זיך אַנטפּלעקט ווען משיח וועט קומען. אין דעם גופֿאַ, אָבער, איז אויך באַשטאַנען זייער טעות: קורח האָט געמיינט, אַז ס׳איז מעגלעך און כּדאַי איבערצוהיפּן מיטאַמאָל אַלע באַגרענעצונגען פֿון עולם-הזה, כּדי צו דערגרייכן אַזאַ הויכע מדרגה, וווּ עס ווערן בטל אַלע חילוקים צווישן "גרויסע" און "קליינע" מענטשן. דערפֿאַר האָבן זיי באַשולדיקט משה רבינו אין שאַפֿן איבעריקע היעראַרכיעס צווישן די ייִדן. בעצם איז ער געווען גערעכט — דעריבער איז זײַן טענה, "כּל העדה כּולם קדושים" ("אַלע ייִדן זענען הייליק"), פֿאַרשריבן גע­וואָרן אין אַ פּסוק, ווי אַ ריכטיקער געדאַנק. קורח האָט אָבער נישט פֿאַרשטאַנען, אַז משה רבינו האָט אויך נישט געוואָלט שאַפֿן קיין "היעראַרכיעס", און האָט אויך געוואָלט אָנווײַזן דעם גאַנצן פֿאָלק, ווי אַזוי צו דערגרייכן די העכסטע מדרגות.

עס שטייט אין גמרא, אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן די צדיקים "טאַנצן אין אַ ראָד". אַ ראָד פֿון טאַנצנדיקע מענטשן סימבאָליזירט, אין אַן אַלעגאָרישן זין, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן טאַקע בטל ווערן די "ווערטיקאַלע" סטרוקטורן פֿון מאַכט און מעלות, און דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, ווי אויך די גאַנצע מענטשהייט, וועט זיך פֿירן ווי אַ "ראָד" — אַ וועלט, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין שטרענג באַשטימטע "העכערע" און "נידעריקערע" מדרגות. הגם קורח איז געווען בעצם גערעכט — דערפֿאַר וועט ער טאַקע ווערן אַ כּהן-הגדול אין משיחס צײַטן — האָט ער נישט ריכטיק אָפּגעטײַטשט די דאָזיקע אידעע.

אַלע ייִדן זענען טאַקע הייליק, און האָבן אַ באַזונדערע מעלה אין עבֿודת-השם, אָבער דאָס מיינט נישט, אַז מע זאָל שאַפֿן אַזאַ געזעלשאַפֿט, וווּ עס ווערן אָפּגעשאַפֿט די מעלות פֿון באַזונדערע יחידים. אַדרבה, יעדער מענטש האָט אַן אוניקאַלע מעלה און אַן אוניקאַלן צוועק אין דער וועלט. די מעלה פֿון משה רבינו איז באַשטאַנען נישט אין זײַן מאַכט און פֿירערשאַפֿט, נאָר אין זײַן אויסערגעוויינטלעכער נאָענטקייט צו דעם אייבערשטן, אין זײַן הויכער השׂגה פֿון דער גאַנצער תּורה. אַחוץ דעם, האָט קורח נישט געטאָרט איגנאָרירן דעם בהדרגהדיקן וועג בײַ עבֿודת-השם, פֿאָקוסירנדיק זיך בלויז אויפֿן "איבערהיפּן די מדרגות". הגם דאָס גײַסטיקע "איבערהיפּן" איז צומאָל זיכער וויכטיק, און ווערט כּסדר דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, מוז אַזאַ מין עבֿודה זײַן תּמיד פֿאַרבונדן מיטן סדר און סיסטע­מאַטישקייט.