|
פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן |
|
נישט אַלע ווייסן, אַז אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַן אינסטיטוציע, וווּ מען קאָן פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין טאָג — רעדן, הערן און געניסן פֿון די קלאַנגען פֿון ייִדיש. פֿאַר אונדז איז עס געווען אַ פֿריידיקע איבערלעבונג.
די דאָזיקע אינסטיטוציע איז — דער "בית שלום־עליכם", וואָס געפֿינט זיך אין האַרץ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אין איינוועגס האָבן מיר געהאַט אַן אינטערעסאַנטן שמועס מיטן דירעקטאָר, פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, וועלכער האָט אונדז איבערגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם, וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר, צווישן די פֿיר ווענט פֿונעם "שלום־עליכם־הויז", אין אַ ריי אוניווערסיטעטן און אַנדערע אינסטיטוציעס, אין וועלכע מען לערנט נישט בלויז ייִדיש, נאָר אויך ייִ
דישע ליטעראַטור — און אַלץ אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ.
ייִדיש איז אַזוי אַרום געוואָרן אַ לשון, פֿון וועלכן מען געניסט בײַם שמועסן, בײַם הערן און גלײַכצײַטיק האָט מען די געלעגנהייט צו לערנען און באַרײַכערן די ידיעות אין אַ שפּראַך, וואָס אין משך פֿון הונדערט יאָר האָט זי זיך דערשלאָגן צו די העכסטע פּאָזיציעס אויף אַזוי ווײַט, אַז אַפֿילו קריסטן קומען קיין ישׂראל זיך לערנען די שפּראַך. אירע שאַפֿונגען, ווי באַקאַנט, ווערן איבערגעזעצט אויף אַלע לשונות, בתוכם כינעזיש.
כּדאַי צו באַמערקן, אַז פּראָפֿ' נאָווערשטערן איז אַן אַרגענטינער געבוירענער, אַ מוסמך פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער ייִדיש־העברעיִשן לערער־סעמינאַר בײַ דער קהילה, וואָס איז געשאַפֿן און אָנגעפֿירט געוואָרן דורכן זשורנאַליסט און ייִדישן אינטעלעקטואַל ר' יוסף מענדעלזאָן ז"ל. זײַן בילדונג האָט ער פֿאָרגעזעצט אינעם ירושלימער אוניווערסיטעט, זיך פּערפֿעקציאָנירט אונטערן אויפֿזיכט פֿון פּראָפֿ׳ חנא שמערוק אויפֿן געביט פֿון ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער געשיכטע. דאָרטן האָט ער באַקומען זײַן דאָקטאָראַט אויף ייִדישער ליטעראַטור. דאָס איז געשען מיט העכער 30 יאָר צוריק.
אויף מײַן פֿראַגע וויפֿל ייִדיש־קורסן זענען טעטיק אין ישׂראל און ווי גרויס איז די צאָל סטודענטן? האָט ד"ר נאָווערשטערן דערציילט, אַז אַזעלכע קורסן עקזיסטירן בײַ די אוניוועריטעטן אין ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, בר־אילן און חיפֿה. אין סך־הכּל, קאָן מען זאָגן, אַז די צאָל סטודענטן גרייכט צו עטלעכע הונדערט, נאָר בלויז אין "בית שלום־עליכם" לערנען זיך בײַ די 350 מענטשן. פֿון פּוילן איז פֿאַר אַ יאָרן געקומען אַ באַגרענעצטע גרופּע, און הײַיאָר ווערט דערוואַרט בעתן זומער־סעמינאַר, אַ גרעסערע גרופּע נישט־ייִדן. פֿאַר אַ יאָרן האָבן זיך פֿאַרשריבן 90 תּלמידים, הײַיאָר דערוואַרט מען אַ גרעסערע גרופּע. אַ חוץ דעם, זאָגט ער, "זענען אויך פֿאַראַן באַגרענעצטע ייִדיש־קורסן אין פֿאַרשיידענע שטעט. דער גרויסער סורפּריז זענען די ביטעס פֿון כּלערליי ייִשובֿים מען זאָל זיי באַזאָרגן מיט לערער, ווײַל ס׳זענען פֿאַראַן פֿאַראינטערעסירטע. דאָ אָבער שטויסט מען זיך אָן אויף אַ פּראָבלעם: נישטאָ קיין לערער וואָס זאָלן זײַן גרייט צו פֿאָרן אין אַזעלכע ווײַטע ייִשובֿים ווי קרית־שמונה, אָדער אלקנה, וווּ עס זענען פֿאַראַן יונגע מענטשן, וואָס ווילן זיך לערנען; נאָר האָפֿנטלעך, וועט קומען דער טאָג, ווען די פּראָבלעמען וועלן באַזײַטיקט ווערן און די מחנה ייִדיש־דערציִער וועט זיך באַדײַטיק פֿאַרגרעסערן".
ווי גרויס איז די צאָל ייִדיש־לערנער אין איצטיקן מאָמענט? פּראָפֿ' נאָווערשטערן זאָגט, אַז עס איז נישט לײַכט צו ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע, ווײַל אויף דעם געביט איז נישטאָ קיין סטאַטיסטיק. פֿאַראַן תּלמידים, וואָס פֿאַרשרײַבן זיך, קומען אויף אַ פּאָר לעקציעס און גייען אַוועק אָן אַ זײַ־געזונט. קאָן מען זיי אײַנשליסן אין דער צאָל ייִדיש־לערנער?
ד"ר נאָווערשטערן איז באַגײַסטערט פֿונעם דערפֿאָלג וואָס די זומער־קורסן האָבן געהאַט, און דער בעסטער סימן איז דער פֿאַקט, וואָס עס קומען סטודענטן פֿון אויסלאַנד, אויך לעקטאָרן, ווי דער באַגאַבטער ייִדיש־קענער פֿון פּאַריז, יצחק ניבאָרסקי.
וואָס שייך די טויזנט סטודענטן וואָס לערנען זיך איצט ייִדיש, זאָגט ער, אַז מען וואָלט געקאָנט פֿאַרגרעסערן זייער צאָל, נאָר מען נייטיקט זיך אין אַן אָרגאַניזאַציאָנעלן כּוח, וואָס זאָל זיך מיט דעם ענין מטפּל זײַן. דער אינטערעס פֿאַר ייִדיש שטײַגט פֿון יאָר צו יאָר. וועגן דעם איז אַפֿילו נישטאָ וואָס דיסקוטירן, און דאָס קאָן מען אָנווײַזן מיטן פֿאַקט, וואָס מיט נײַן יאָר צוריק, ווען מען האָט אָנגעהויבן די ייִדיש־קורסן אין "בית שלום־עליכם", זענען געווען קוים 120 תּלמידים. הײַנט גרייכט זייער צאָל, ווי געזאָגט, צו 350. די קורסן וואָלט מען געקאָנט אָרגאַניזירן איבערן גאַנצן לאַנד, נאָר צום באַדויערן, באַטאָנט ער פֿון דאָס נײַ, זענען נישטאָ גענוג לערער און ווען מיר וואָלטן יאָ געהאַט, וואָלט נאָך אַלץ עקזיסטירט די פּראָבלעם פֿון די מרחקים.
ווײַטער זאָגט ד"ר נאָווערשטערן, אַז דער ירושלים־אוניווערסיטעט האָט געהאַט די זכיה צו זײַן דער ערשטער וווּ מען האָט אָנגעהויבן לערנען ייִדיש און דאָס — אויף אַ העכערן אַקאַדעמישן ניוואָ. דאָס איז געשען אין יאָר 1950. צוזאַמען מיטן לימוד פֿון ייִדיש האָט מען אײַנגעפֿירט דעם לימוד פֿון ייִדישער ליטעראַטור, וווּ דער לעקטאָר איז געווען דער למדן און פֿאָרשער דבֿ סדן, וואָס זײַנע לעקציעס האָבן אַרויסגערופֿן אַ פֿאַרשטענדלעכע פֿאַראינטערעסירונג. דאָס האָט באַווויגן די אַנדערע אוניווערסיטעטן צו טאָן דאָס זעלביקע. הײַנט איז כּמעט נישטאָ קיין אוניווערסיטעט וווּ מען זאָל נישט לערנען ייִדיש.
וואָס שייך ליטעראַטור האָט מען געהאַט די איבערראַשונג, אַז עס האָבן זיך פּרעזענטירט סטודענטן וואָס האָבן שוין גערעדט ייִדיש, נאָר האָבן זיך געוואָלט באַקענען מיט די שאַפֿונגען פֿון אונדזערע קלאַסיקער וועגן וועלכע זיי האָבן געהערט, נאָר נישט געלערנט.
איינע פֿון די גרויסע פּראָבלעמען וואָס עס האָט דער לימוד פֿון ייִדיש איז דאָס פֿעלן פֿון פּאַסיקע לערנביכער. תּחילת פֿלעגט מען זיך באַניצן מיט אוריאל ווײַנרײַכס "College Yiddish". אין ישׂראל איז דערשינען "ייִדיש לאוניברסיטה". דאַן אַ וויכטיק לערנבוך פֿון חיה גילינסקי־מעלער און אַ פֿערט בוך פֿון לאה סקיבֿאַ, "ייִדיש איז דאָך אַזוי שיין". די אַלע ביכער זענען מיט יאָרן צוריק געווען גוט, נאָר נישט איצט. מיט דער צײַט זענען זיי געוואָרן פֿאַרעלטערט. נאָך אַ חסרון — זיי פּאַסן זיך נישט צו צו די תּלמידים וואָס קענען נישט קיין ייִדיש וואָרט, האָט מען בלית־ברירה אַליין געמוזט שאַפֿן פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן, הגם אוריאל ווײַנרײַכס בוך פֿון 1949 האָט אין משך פֿון יאָרן געהאַט אַ גוואַלדיקע השפּעה אויפֿן לימוד פֿון ייִדיש איבער דער וועלט, אײַנגעשלאָסן ישׂראל און עס איז נאָך אַלץ דאָס קלאַסישע בוך וואָס מען באַניצט בײַם לערנען ייִדיש מיט דערוואַקסענע. הײַנט דאַרף מען נעמען אין אַכט, אַז בײַם לימוד פֿון שפּראַכן זענען פֿאַראַן וויכטיקע דידאַקטישע מאַטעריאַלן, ווי אוידיאָ־וויזועלע מיטלען. אויך אויף דעם געביט זענען מיר געבליבן הינטערשטעליק.
פּראָפֿ' נאָווערשטערן האָפֿט, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועלן זיך געפֿינען מענטשן וואָס וועלן די דידאַקטישע מאַטעריאַלן שאַפֿן און האָפֿנטלעך וועלן פֿון די איצטיקע קורסן אַרויסקומען לערער, וועלכע וועלן העלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן דעם לימוד פֿון ייִדיש.
ביז איצט זענען שוין אַרויס פֿעיִקע איבערזעצער וואָס האָבן "איבערגעגאָסן" אויף העברעיִש וויכטיקע טיילן פֿון אונדזערע קלאַסיקער.
אויף דער פֿראַגע, צי פֿון די אַלע קורסן זענען אַרויסגעקומען לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס"? ענטפֿערט פּראָפֿ' נאָווערשטערן, אַז — יאָ! פֿאַראַן תּלמידים, וואָס האָבן אַבאָנירט דעם "פֿאָרווערטס" און האָבן פֿון אים הנאה. נאָווערשטערן איז איבערצײַגט, אַז ווען דער "פֿאָרווערטס" וואָלט דורכגעפֿירט אַן אינטענסיווע ווערבירונגס־אַקציע פֿון לייענער, וואָלט דער טיראַזש געשטיגן.
וויפֿל ישׂראלים רעדן און שרײַבן ייִדיש אין אונדזער מדינה? אַבֿרהם נאָווערשטערן גלייבט, אַז זייער צאָל גרייכט צו עטלעכע צענדליק טויזנטער, נאָר מען קאָן נישט רעדן וועגן מאַסן, ווײַל אויך אויף דעם געביט איז נישטאָ קיין סטאַטיסטיק. יעדנפֿאַלס, קאָן מען פֿאַרזיכערן, אַז די צאָל ישׂראלים וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש איז אַ היפּשע.
אויף דער פֿראַגע, צי עס זענען פֿאַראַן מעצענאַטן וואָס העלפֿן פֿינאַנצירן די ייִדיש־קורסן, זאָגט פּראָפֿ' נאָווערשטערן, אַז די קורסן ווערן געדעקט אַ דאַנק דער אונטערשיצונג פֿון אַ פֿאָנד, וואָס עס האָט געשאַפֿן אַ מענטש מיט אַ ייִדיש האַרץ — ישׂראל סאָלאָוויי ז"ל, וועלכער וואָלט אָנגעקוואָלן בײַם זען, ווי אַזוי די קורסן אַנטוויקלען זיך און די צאָל תּלמידים וואַקסט. דער גאַנצער "בית שלום־עליכם" איז געבויט און עקזיסטירט אַ דאַנק דעם דאָזיקן פֿאָנד.
נאָך אַן אינטערעסאַנטער פּרט איז דער פֿאַקט, וואָס צווישן די ייִדיש־לערער איז פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל סאַברעס, מענטשן אין עלטער צווישן 50 און 60 יאָר וואָס האָבן אַ נאָסטאַלגיע און ליבשאַפֿט צו דער דאָזיקער שפּראַך.
און לסוף, קערט זיך אום פּראָפֿ' נאָווערשטערן צום פּראָיעקטירטן ייִדיש־סעמינאַר, וואָס וועט פֿײַערלעך דערעפֿנט ווערן דעם 25סטן יוני און זיך ציִען ביזן 19טן יולי אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.