נישט די "הייליקייט" פֿון מעקאַ, נישט די צוגעזאָגטע מיליאָנען פֿון די סאַודיער אַפּוטרופּסים, נישט די פֿילצאָליקע צוזאַמענטרעפֿן און אָפּמאַכן צווישן די פֿירער פֿון "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", האָבן צו קיין שלום־בית נישט געבראַכט.
די צאָל קרבנות וואַקסט און נישט בלויז צווישן די מיליטאַנטן; דאָרט וווּ מע שיסט קאָן מען דערהרגענען, זאָגט דאָס ווערטל.
באַגלײַך מיט די דערשאָסענע מיליטאַנטן, בלײַבן ליגן אין מיטן דער גאַס אויך צופֿעליקע דורכגייער, צווישן זיי קינדער און ווײַבער, שוין אָפּגערעדט, אַז צו מאָל דערמאָנט דער אופֿן פֿון טייטן איינער דעם אַנדערן, באַרבאַרישע מעשׂים — נאָך איין באַווײַז דערפֿון, אַז דאָס לעבן אין דער מוסולמענישער וועלט קאָסט קיין גראָשן נישט. בלוט איז דאָרט ביליקער פֿון וואַסער.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וווּ זשע איז דער באַרימטער "קוואַרטעט" מיט זײַנע קלוגע פּלענער? וווּ זײַנען די פֿיפֿיקע שליחים פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, וואָס פֿירן איבער צענדליקער מיליאָנען יוראָס פֿאַר הומאַניטאַרע צוועקן, אָבער ביז זיי קומען אָן צום אַדרעסאַט, הייבן די "יוראָס" אָן שיסן מיט קוילן? וווּ זײַנען די פֿאַרטיידיקער פֿונעם פֿילגעפּלאָגטן פּאַלעסטינער פֿאָלק — די אַקאַדעמיקער פֿון ענגלאַנד און שלום־טרעגער פֿון בעלגיע, נאָרוועגיע, שוועדן וּכּדומה? וווּהין האָבן זיך אַהינגעטאָן די עקסטרעם־לינקע אָפּשרײַער פֿון דער "ציוניסטישער גזירה"?
זעט אויס, אַז דער הונט איז באַגראָבן נישט דאָרט וווּ מע זוכט אים, נאָר דאָרט וווּ עס שפּירט זיך דער עיפּוש־ריח. דער איצטיקער קאַמף אויף די שטחים פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע איז אַ פּועל־יוצא סײַ פֿון דער דרויסנדיקער פּאָליטיק צו שאַפֿן אַ קינסטלעכע מלוכה, סײַ פֿונעם אינווייניקסטן שפּאַלט צווישן די פֿאַנאַטיש־געשטימטע איסלאַמסיטן און די מער ליבעראַלע מוסולמענער.
נישט דער מערבֿ־"קוואַרטעט", נישט די פּר אָגרעסיווע כּוחות, וועלן מסוגל זײַן אַרויסצוהעלפֿן דעם פֿילגעפּלאָגטן פּאַלעסטינער פֿאָלק, ווײַל די אַזוי גערופֿענע פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע איז הײַנט אַ געאָפּאָליטישער פּונקט פֿון אינטערעסן — פֿון דער מערבֿ־וועלט, אַראַבישער וועלט, איסלאַמיסטישער וועלט, פֿון דער ייִדישער וועלט.
אויפֿן בײַשפּיל פֿון אַפֿגאַניסטאַן און איראַק קאָן מען בולט זען, אַז די בעסטע דעמאָקראַטישע קאָנסטיטוציע קאָן ברענגען צו אַ בירגער־קריג, אויב זי, די קאָנסטיטוציע, איז נישט אײַנגעוואָרצלט אין דער געשיכטע און טראַדיציע פֿונעם לאַנד און פֿאָלק. די הײַנטיקע פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט — סײַ דער פּרעזידענט מיט זײַן אַדמיניסטראַציע און סײַ דער פּרעמיער מיט זײַן קאַבינעט — עקזיסטירן מער "דע יוראָ", איידער "דע פֿאַקטאָ". די אמתע מאַכט דאָרט איז — אַנאַרכיע, וווּ צענדליקער פֿאַמיליע־קלאַנען ווערן אָנגעפֿירט פֿון זייער אייגענעם "פּרעזידענט" און אייגענעם "פּרעמיער־מיניסטער".
איינער אַ פּאַלעסטינער דאָקטער, וואָס העלפֿט די פֿאַרוווּנדעטע פֿון אַלע צדדים, האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו: "אַלע שיסן אין אַלעמען!" — און דאָס איז דער ביטערער אמת.
לויט די ידיעות, וואָס מיר האָבן הײַנט צו טאָג, האָט מאַכמוד אַבאַס (אַבו מאַזען), דער הויפּט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, זיך געוואָנדן צו אַלע פֿראַקציעס (אַנדערש געזאָגט — קלאַנען), אײַנגעשלאָסן די מיליטאַנטן פֿון "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", אָפּצושטעלן די בלוטפֿאַרגיסונג אין עזה. ווי עס ווערט מיטגעטיילט, פּלאַנירט מאַזען צונויפֿצורופֿן אַן עקסטרע זיצונג מיט די פֿאָרשטייער פֿון "פֿאַטאַך", כּדי צו באַהאַנדלען דעם מצבֿ און צו באַשליסן, ווי אַזוי צו רעאַגירן ווײַטער אויף די מעשׂים פֿון "כאַמאַס".
זעט אויס, אַז מאַזען באַטראַכט די מעגלעכקייט, אַז "פֿאַטאַך" זאָל בכלל פֿאַרלאָזן די רעגירונג פֿון נאַציאָנאַלער אייניקייט. צוריק גערעדט, וועגן וואָס פֿאַר אַן אייניקייט גייט דאָ די רייד, אַז נאָר אין די לעצטע פּאָר טעג זײַנען פֿון ביידע צדדים דערהרגעט געוואָרן איבער 20 מענטשן און איבער 80 זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. די צאָל געליטענע וואַקסט כּסדר...
יאָ, דאָס פּאַלעסטינער הויז ברענט, אָבער דער זייגער גייט: די "קאַסאַם"־ראַקעטן, אַרויסגעלאָזט פֿון עזה אויף שׂדרות און אַנדערע ישׂראל־ייִשובֿים פֿאַלן ווײַטער; און ווײַטער באַשיסט די ישׂראל־אַוויאַציע די פּונקטן, פֿון וואַנען די "קאַסאַם"־ראַקעטן ווערן אַרויסגעלאָזט.