קהילה־לעבן, ליטעראַטור
דער ביכער יריד, אין "גני התערוכה", תּל־אָבֿיבֿ
דער ביכער יריד, אין "גני התערוכה", תּל־אָבֿיבֿ

מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש.

דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקו­מען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד.


הײַיאָר באַטייליקן זיך אין דעם יריד אַרום 150 פֿאַרלאַגן און קלענערע ביכער־אַרויסגעבער. מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר איז אינוועסטירט געוואָרן אין דעם דאָזיקן ביכער־יריד.

בשײַכות מיט דעם יריד, חוץ די אַלע קאָמערציעלע אַספּעקטן, קומען אויך פֿאָר אַ ריי קולטור־אונטערנעמונגען, באַגעגענישן מיט שרײַבער, ליטעראַרישע אָוונטן, שמועסן און אָפּהאַנדלונגען וועגן נײַע ביכער, אין וועלכע די אָנערקענטע שרײַבער און פּאָעטן, ווי אויך דער יונגער דור ליטע­ראַטן, האָבן אַ געלעגנהייט אויפֿצו­טרעטן פֿאַר גרופּעס לייענער, וווּ מען אַנאַליזירט און דיסקוטירט די פֿאַרשיידענע עטאַפּן פֿון זייערע שאַפֿונגען.

אין דער טעלעוויזיע און ראַדיאָ זע­נען אין די טעג פֿון יריד פֿאָרגעקומען ספּע­ציעלע פּראָגראַמען געווידמעט דעם ביכער־יריד, וואָס האָבן דעמאָנסטרירט פֿאַר דער עפֿנט­לעכקייט, סײַ אין לאַנד און סײַ אין אויס­לאַנד, אַז ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן און פּראָבלעמען פֿאַר וועלכע עס שטייט מדינת־ישׂראל אין די יאָרן פֿון קאַמף פֿאַר אונדזער קיום און זיכערהייט, זענען מיר נאָך אַלץ פֿאַרבליבן דער “עם־הספֿר" — דאָס פֿאָלק פֿון בוך.

די ירידים אומעטום האָבן צוגעצויגן טויזנטער באַזוכער, יונג און אַלט. עס האָט דאָרטן געהערשט אַ פֿריילעכע, יום־טובֿדי­קע אַטמאָספֿער.

די פֿאַרלעגער האָבן פּראָמינענט אויס­געשטעלט זייער “סחורה". עס איז ממש געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען ווי ייִדן פֿון אַלע שיכטן פֿון פֿאָלק האָבן אַרויסגעוויזן זייער גרויסן אינטערעס און נײַגעריקייט אין ביכער פֿון פֿאַרשיידענעם אינהאַלט און זשאַנער, אין רעליגיעזער ליטעראַטור, אין ספֿרים, אָנהייבנדיק פֿון דעם אַלטן חומש, תּלמוד, ביז די נײַעסטע פּירושים, און אין מאָדערנער ליטעראַטור, ראָמאַנען, אויף דער 46סטן ביכער־יריד אין ישׂראל

מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש.

דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקו­מען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד.

הײַיאָר באַטייליקן זיך אין דעם יריד אַרום 150 פֿאַרלאַגן און קלענערע ביכער־אַרויסגעבער. מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר איז אינוועסטירט געוואָרן אין דעם דאָזיקן ביכער־יריד.

בשײַכות מיט דעם יריד, חוץ די אַלע קאָמערציעלע אַספּעקטן, קומען אויך פֿאָר אַ ריי קולטור־אונטערנעמונגען, באַגעגענישן מיט שרײַבער, ליטעראַרישע אָוונטן, שמועסן און אָפּהאַנדלונגען וועגן נײַע ביכער, אין וועלכע די אָנערקענטע שרײַבער און פּאָעטן, ווי אויך דער יונגער דור ליטע­ראַטן, האָבן אַ געלעגנהייט אויפֿצו­טרעטן פֿאַר גרופּעס לייענער, וווּ מען אַנאַליזירט און דיסקוטירט די פֿאַרשיידענע עטאַפּן פֿון זייערע שאַפֿונגען.

אין דער טעלעוויזיע און ראַדיאָ זע­נען אין די טעג פֿון יריד פֿאָרגעקומען ספּע­ציעלע פּראָגראַמען געווידמעט דעם ביכער־יריד, וואָס האָבן דעמאָנסטרירט פֿאַר דער עפֿנט­לעכקייט, סײַ אין לאַנד און סײַ אין אויס­לאַנד, אַז ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן און פּראָבלעמען פֿאַר וועלכע עס שטייט מדינת־ישׂראל אין די יאָרן פֿון קאַמף פֿאַר אונדזער קיום און זיכערהייט, זענען מיר נאָך אַלץ פֿאַרבליבן דער “עם־הספֿר" — דאָס פֿאָלק פֿון בוך.

די ירידים אומעטום האָבן צוגעצויגן טויזנטער באַזוכער, יונג און אַלט. עס האָט דאָרטן געהערשט אַ פֿריילעכע, יום־טובֿדי­קע אַטמאָספֿער.

די פֿאַרלעגער האָבן פּראָמינענט אויס­געשטעלט זייער “סחורה". עס איז ממש געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען ווי ייִדן פֿון אַלע שיכטן פֿון פֿאָלק האָבן אַרויסגעוויזן זייער גרויסן אינטערעס און נײַגעריקייט אין ביכער פֿון פֿאַרשיידענעם אינהאַלט און זשאַנער, אין רעליגיעזער ליטעראַטור, אין ספֿרים, אָנהייבנדיק פֿון דעם אַלטן חומש, תּלמוד, ביז די נײַעסטע פּירושים, און אין מאָדערנער ליטעראַטור, ראָמאַנען, רײַזע־באַשרײַבונגען און קאָכביכער. מען האָט פֿאַרקויפֿט ביכער מיט גרויסע הנחות לכּבֿוד דעם “שבֿוע הספֿר העבֿרי". מען האָט דאָרטן געזען הונדערטער ביכער אויך אין אַנדערע שפּראַכן. טויזנטער פֿון די באַזוכער האָבן זיך אײַנגעשאַפֿן גרויסע מציאות און אָנגעפֿילט זייערע פּלאַסטיק־זעקלעך מיט ביכער פֿון אַלע סאָרטן, פֿאַר זיך און אויך פֿאַר די קינדער.

כאָטש מײַן האַרץ האָט געקוואָלן פֿון נחת, האָב איך דאָך געפֿילט אַ געוויסן פֿאַרדראָס און באַדויער, וואָס אין דעם גאַנצן גערודער צווישן די אויסגעשטעלטע ביכער, האָב איך ניט געזען אַפֿילו איין בוך אין ייִדיש, אין אונדזער מאַמע־לשון.

איך האָב געפֿרעגט אייניקע פֿון די פֿאַר­לעגער, וועלכע זענען געשטאַנען הינטער די טישן באַלאָדן מיט ביכער, צי זיי האָבן צום פֿאַרקויף אַ ייִדיש בוך.

זייער ענטפֿער איז ליידער געווען “לא" — ניין! זיי גיבן ניט אַרויס ביכער אין ייִדיש און די סיבה איז בײַ זיי אַ גאָר פּשוטע, אַ קאָמערציעלע. היות ווי עס זענען ניטאָ קיין בעלנים אויף אַ ייִדיש בוך, דער נאָכ­פֿרעג איז אַ קליינער און די הוצאָות זענען גרוי­סע, לוינט זיי ניט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט אַ ייִדיש בוך...

זיי האָבן מיר געראַטן איך זאָל פֿאָרן קיין תּל־אָבֿיבֿ, אויפֿן דאָרטיקן יריד, אפֿשר וועל איך קענען דאָרטן געפֿינען אַ ייִדיש בוך. איך האָב זיך ניט גענייטיקט אין זייערע עצות, איך ווייס זייער גוט, “וווּ אַ גוטער ייִד וווינט". אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק עקזיסטירט צוויי לאַנג־יאָריקע ייִדישע פֿאַרלאַגן: דער “ישׂראל־בוך" און דער “י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג". ביידע האָבן זיך געשלאָסן און פֿאַרמאַכט זייערע געשעפֿטן. פֿאַר אונדז, ייִדיש־אַקטיוויסטן און ייִדיש־ליבהאָבער אין ישׂראל, זענען די סיבות פֿון זייער סוף גאַנץ גוט באַקאַנט.

עפּעס פֿון דעם וואָס איך האָב געזוכט אויפֿן ירושלימער ביכער־יריד האָב איך יאָ געפֿונען. אין דעם ביכער־שטעל פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אַרויסגעגעבן פֿון דעם אָפּטייל פֿאַר רוסישע לימודים און "הוצאת־מאַגנעס", האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ זײַטיקן טיש מיט די פּאָפּולערע ביכער פֿון ד"ר יוסף גורי, "וואָס דאַרפֿט איר מער?" — 2,000 בילדערישע אויסדרוקן אין ייִדיש; "קלוג ווי שלמה המלך" — 500 ייִדישע פֿאָלקספֿאַרגלײַכן; זײַן בוך, וואָס איז וואָכן לאַנג געווען אויף דער רשימה פֿון די פּאָפּולערע ייִדיש־אויס­גאַבעס, "לאָמיר הערן גוטע בשׂורות" — ייִדישע ברכות און קללות, ווי אויך זײַן גאָר־לעצט בוך "אויפֿן שפּיץ צונג". עס פֿאַרקויפֿט זיך דאָרטן אויך דער "ייִדיש לאוניברסיטה — מבוא ללשון ייִדיש ולתרבותה" פֿון אוריאל ווײַנרײַך, ווי אויך זײַן גוט־באַקאַנט "מאָדערן ייִדיש־ענגליש און ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך".

ניט געקוקט אויף דעם שווערן מצבֿ פֿון ייִדישן בוך, הײַנט צו טאָג אין ישׂראל, און אַוודאי אויך אין די תּפֿוצות, זענען נאָך דאָ, צו אונדזער אַלעמענס צופֿרידנקייט, אַ קליינע צאָל פּראָזאַיִקער און פּאָעטן וועלכע האָבן נאָך ניט “אַוועקגעלייגט זייער פּען" און זיי זענען נאָך אַלץ שעפֿעריש; זיי לעבן מיט דער האָפֿענונג, אַז אפֿשר וועט זיי ווען עס איז אָפּגליקן, און זיי וועלן קענען אַרויסנעמען זייער יצירה פֿון טישקעסטל און עס אַוועקגעבן צום דרוק, כּדי עס זאָל זען די ליכטיקע שײַן, כּדי אַ ייִדיש־לייענער זאָל געניסן דערפֿון, כּדי עס זאָל זײַן אַ המשך פֿון דער ייִדיש־ליטעראַרישער שאַפֿונג אין דער צוקונפֿט.

מיר זענען אַלע גוט באַקאַנט מיט די שוועריקייטן, מיט די ווייען פֿון געבורט פֿון אַ ייִדיש־שאַפֿונג אין דרוק, ביז עס זעט די ליכטיקע שײַן. עס פֿאָדערט זיך אַ סך מי, געדולד און געלט, ביז אַ ייִדישער שרײַבער, פּאָעט און פּאָעטעסע דערלעבן כאָטש אַ ביסעלע מזל און נחת פֿון זייער ליטעראַרישער שאַפֿונג.

מיר זענען אויך באַקאַנט מיט דעם גורל פֿון ייִדישע ביכער אין היימען, נאָך דעם ווי די עלטערן, ייִדיש־לייענער, גייען אַוועק אין דער אייביקייט. יאָרן לאַנג זענען די ביכער געווען אויסגעשטעלט אין די שרענק פֿון די סאַלאָנען. איצט ליגן זיי ערגעץ וווּ אין אַ פֿינצטערן ווינקל, עלנט און פֿאַרוואָרלאָזט, עס וואַקסן אויף זיי הויפֿנס שטויב...

ניט זעלטן זוכן די יורשים וועגן, ווי אַזוי פּטור צו ווערן פֿון די דאָזיקע “אַלטע זאַכן". קומען זיי אַרײַן אין די ייִדיש־קלובן אין זייער שטאָט אָדער מושבֿ, און בעטן זיך, אַז מען זאָל זיי באַפֿרײַען פֿון די דאָזיקע “אומנייטיקע" ביכער, וואָס פֿאַר­נעמען אַ פּלאַץ אין זייערע הײַזער.

"לייוויק־פֿאַרלאַג" אין תּל־אָבֿיבֿ

נאָך דעם ווי די צוויי עלטערע ייִדישע פֿאַרלאַגן “ישׂראל־בוך" און דער “י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג" האָבן אויפֿגעהערט צו פֿונקציאָ­נירן, האָט דער יונגער “לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַ דעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, פֿאַרשטאַרקט זײַן טעטיקייט, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון פֿאָרזיצער פֿון פֿאַראיין דניאל גלאַי און דעם דיכטער משה לעמסטער.

אין די לעצטע יאָרן זענען דערשינען אַ צאָל ליטעראַרישע שאַפֿונגען, סײַ אין פּראָזע און סײַ אין פּאָעזיע און מעמואַריסטיק. עס איז באמת אַ וויכטיקער אויפֿטו אין אונדזערע ייִדיש־קרײַזן אין ישׂראל און אַ באַווײַז, אַז "לא אַלמן ייִדיש", אַז עס איז נאָך דאָ אַ המשך פֿון שעפֿערישקייט און איניציאַטיוו, ניט צו דערלאָזן אַז די "גאָלדענע קייט" פֿון ליטעראַרישער יצירה אין ייִדיש אין ישׂראל, ווי אויך אין די תּפֿוצות, זאָל לחלוטין איבערגעריסן ווערן; אַז די ליטעראַרישע שעפֿערישע כּוחות וואָס מיר פֿאַרמאָגן נאָך צווישן אונדז, זאָלן זען זייערע שאַפֿונגען אין בוך־פֿאָרעם.

אין דעם דאָזיקן יונגן פֿאַרלאַג זענען ביז איצט דערשינען אַ צאָל ליטעראַרישע שאַפֿונגען וואָס זענען אַ וויכטיקער בײַ­טראָג צו אונדזער ייִדישער ליטעראַטור אין דער איצטיקער צײַט.

איך רעכן דאָ אויס בלויז עטלעכע פֿון זיי: די צוויי בענדער לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים "לכּבֿוד איך און דו"; "אַוועק מיטן ווינט" — מעמואַרן און דער­ציילונגען פֿון אַהרן שפּיראָ; "די ווײַזערס לויפֿן, לויפֿן..." — דערציילונגען און בילדער פֿון צבֿי אײַזנמאַן; "מענטשן וואָס פֿלאַנצן בלומען" און "פֿאַרגעס־מיך־ניט" פֿון אלישבֿע כהן־צדק; "פֿאַרגעדענקט אויף אייביק" — מעמואַרן־בוך פֿון ליזע גאַרבער־קאָווענסקי; "פֿאַרקעמטע מחשבֿות" — פֿון אלי ביידער; "וואָרצלען שפּראָצן פֿון דאָס נײַ" — פֿון משה חייט; "מיט דער לעצטער הקפֿה" — דערציילונגען, אָפּהאַנדלונגען פֿון יענטע מאַש, און דאָס לעצטנס דערשינענע בוך "ליטעראַרישע פּאָרטרעט — שרײַבערס און קינסטלערס פֿון מײַן דור", פֿון מישע לעוו.

זאָלן די שרײַבער, וועמענס ביכער איך האָב דאָ ניט דערמאָנט, מיר אַנטשולדיקן, איך טו עס צוליב מאַנגל אין פּלאַץ.

ווי עס האָט מיר איבערגעגעבן דניאל גלאַי, זענען שוין גרייט צום דרוק נאָך אַ צאָל ביכער, פֿאַר דער נאָענטסטער צוקונפֿט.

דער פֿאַרלאַג שטייט אין קאָנטאַקט מיט ייִדישע שרײַבער אין אויסלאַנד, וועל­כע האָפֿן צו זען זייערע שאַפֿונגען צווישן צוויי טאָוולען, אַרויסגעגעבן דורך דעם "לייוויק־פֿאַרלאַג" אין תּל־אָבֿיבֿ.

ייִדיש־לייענער, וועלכע זענען פֿאַראינ­טערעסירט צו באַשטעלן אַ בוך פֿון דעם "לייוויק־פֿאַרלאַג" קענען עס טאָן דורך דעם וועבזײַט אויף דער אינטערנעץ:www.leyvik.org.il און דורך בליצפּאָסט: info@leyvik.org.il. זייער אַדרעס איז:

בית־לייוויק
רח' דב הוז 30
תל־אביב 63416 ישראל
טעל: 972-3-5231830

קומט טאַקע דעם "לייוויק־פֿאַרלאַג" מיט זײַנע פֿאַרוואַלטער, אַ האַרציקער יישר־כּוח און אָנערקענונג פֿאַר זייער פֿרוכטבאַרער טעטיקייט און איניציאַטיוו, אָנצוהאַלטן די מערכה פֿון ייִדיש־שעפֿערישקייט אין אונדזער שווערער צײַט. הצלחה און ברכה אין אײַער הייליקער אַרבעט פֿון דער הייליקער שטאָט ירושלים!