רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

עס גלוסט זיך אײַך אַ האַמבורגער, נאָר דער דאָקטער האָט אײַך באַפֿוילן נישט צו עסן קיין רינדערן פֿלייש. פּרוּווט פֿאַרבײַטן דאָס פֿלייש מיט טונפֿיש.

כּדי גרינגער צו מאַכן דאָס מאכל, ניצט דעם גרייטן טונפֿיש פֿון די פּוש­קעס. אָבער געדענקט, ווען איר עפֿנט די פּושקע, זאָלט איר פֿריִער לאָזן אָפּרי­נען דעם זאַפֿט.

דער כריין אין דעם רעצעפּט גיט צו אַ געוויסע שאַרפֿקייט צום טעם. טאָמער זענט איר שפּירעוודיק אויף שאַר­פֿע עסנס, גיט אַרײַן ווייניקער ווי 1/2־1 לעפֿעלע כריין, אָדער לאָזט אים אַרויס אין גאַנצן.

2 קליינע פּושקעס טונפֿיש
1/2 טעפּל ברייזל אָדער מצה־מעל
2 גרויסע אייער
1/2 טעפּל גוט צעהאַקטע ציבעלע
1/2 טעפּל גוט צעהאַקטע סעלעריע
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
1/2 1 לעפֿעלע כריין
1 ציינדל קנאָבל
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1 לעפֿל איילבערט־בוימל

הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס).

אין אַ גרויסער שיסל, מישט צונויף אַלע באַשטאַנדטיילן, אַחוץ דעם אייל­בערט־בוימל. מאַכט פֿונעם געמיש פֿיר קאָטלעטן.

הייצט אָן די פּאַטעלניע אויף אַ מיטעלן פֿײַער. לייגט אַרײַן די קאָטלעטן און דעקט צו די פּאַטעלניע. נאָך פֿינף מינוט, קערט זיי איבער און פּרעגלט נאָך 5 מינוט, ביז ביידע זײַטן ווערן גאָלדן ברוין.