סצענע פֿונעם פֿילם "אַ בריוועלע דער מאַמען" (1939). פֿון רעכטס — לוסי גערמאַן, אירווינג ברונער און יצחק גרודבערג (טורקאָוו) |
פֿיר ברידער זענען זיי געווען — זיגמונט, יאָנאַס, מאַרק און יצחק טורקאָוו. זיי זענען אַלע באַקאַנט ווי די דינאַסטיע טורקאָוו. זיגמונט, יאָנאַס און יצחק זענען געווען אַקטיאָרן־אינטעלעקטואַלן, שרײַבער און טעאַטער־פֿאָרשער, אויך רעזשיסאָרן. איינער פֿון זיי, מאַרק, האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע און דאָרט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿאָרשן די ייִדישע געשיכטע. ער האָט געאַרבעט אין אַרגענטינער "ייִוואָ" און פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע היסטאָרישע ווערק. יצחק טורקאָוו, וועלכער איז באַקאַנט אונטערן נאָמען יצחק טורקאָוו־גרודבערג, דער ייִנגסטער פֿון זיי, איז געווען סײַ אַקטיאָר, סײַ רעזשיסאָר, מחבר פֿון דראַמאַטישע ווערק, איבערזעצער, און איז פֿרי אַוועק אין דער אייביקייט. פֿאַרוואָס האָט מען אים גערופֿן טורקאָוו־גרודבערג? היות דרײַ ברידער זענען געווען אַקטיאָרן האָט ער זיך צוגעטראַכט אַ פּסעוודאָנים "גרודבערג". אַזעלכע דערשײַנונגען האָבן מיר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט.
עטלעכע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע נאָטיצן: יצחק טורקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע דעם 12טן יאַנואַר 1906. ער האָט געלערנט אין אַ חדר־מתוקן, אין דער באַרימטער וואַרשעווער ייִדישער גימנאַזיע פֿון מ. קרינסקי און אין דער לאַנדווירטשאַפֿלעכער שול אין טשענסטאָכאָוו. אין יאָר 1922 האָט ער געוואָלט עולה זײַן קיין ארץ־ישׂראל, אָבער די צענטראַלע פֿון "החלוץ" האָט אים נישט באַשטעטיקט דעם סערטיפֿיקאַט און ער איז פֿאַרבליבן אין פּוילן ביזן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין יאָר 1923 איז ער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט "ייִדישע אַרבעטער־יוגנט" אין לעמבערג. ער ווערט אַ זשורנאַליסט און אין יאָר 1925, אין עלטער פֿון 19 יאָר ווערט ער אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר. ער שפּילט אין טעאַטער פֿון אידאַ קאַמינסקאַ. ער איז גוואַלדיק שעפֿעריש. ער האָט איבערגעזעצט 40 פּיעסעס, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף דער ייִדישער בינע.
צו די וויכטיקסטע דראַמאַטישע אַרבעטן געהערן זײַן איבערזעצונג "ערבֿ פֿרילינג" פֿון גרויסן פּוילישן שרײַבער סטעפֿאַן זשעראָמסקי, "דזשומאַ" פֿון יוליוש סלאָוואַצקי. די דראַמעס זענען דערשינען אין דרוק. אין 1939 אַנטלויפֿט ער צוזאַמען מיטן מאַסן־שטראָם פֿון ייִדן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד און דאָרט האָט ער געשפּילט ייִדיש טעאַטער אין די פֿאַרשיידענע רעפּובליקן פֿון מיטל־אַזיע. אין יאָר 1946 קומט ער צוריק קיין פּוילן און ווערט גלײַך דער קינסטלערישער לייטער פֿון ערשטן ייִדישן טעאַטער אין נאָך־מלחמהדיקן פּוילן אין נידערזשלעזיען. ער האָט עולה געווען אין לאַנד אין יאָר 1957. אין ישׂראל האָט יצחק טורקאָוו נישט געשפּילט קיין ייִדיש טעאַטער צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. ערשטנס, האָט ער נישט געקענט און נישט געוואָלט זיך "אַרײַנפּאַסן" אין די ראַמען פֿון אַזוי גערופֿענעם ייִדישן "פֿאַרווײַלונגס־טעאַטער", און צווייטנס, איז זײַן גאַנצע טעטיקייט באַשטאַנען פֿון פֿאַראייביקן די געשיכטע פֿון בעסערן ייִדישן טעאַטער במשך פֿון עטלעכע דורות. יצחק טורקאָוו האָט געהאַט אַן אייגענעם אָריגינעלן סטיל, ער האָט געשריבן אין אַ פּרעכטיקן ליטעראַרישן ייִדיש. זײַנע טעאַטער־ווערק זענען גוואַלדיק אינטערעסאַנט. ער קאָן פֿאַררעכנט ווערן צו די וויכטיקסטע ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשער. צו זײַנע וויכטיקסטע שאַפֿונגען דאַרף מען פֿאַררעכענען די ווערק: "וועגן ייִדיש טעאַטער אין פּוילן", "די מאַמע אסתּר־רחל", "סאָוועטישע דראַמאַטורגיע", "פּנימער און מאַסקעס", "אויף מײַן וועג", "י.ל. פּרץ — דער וועקער". ער האָט געשריבן הונדערטער עסייען און אָפּהאַנדלונגען.
די וויכטיקסטע עפּאָכע אין זײַן טעאַטער־טעטיקייט איז געווען די אַרבעט אין "ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין פּוילן" אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אידאַ קאַמינסקאַ. אין דעם טעאַטער האָט ער געשפּילט 10 יאָר. צו זײַנע וויכטיקסטע ראָלעס דאַרף מען פֿאַררעכענען די ראָלע פֿון מאָנסעראַט אין דער דראַמע "דער גרויסער נסיון" פֿון ייִדיש־פֿראַנצויזישן דראַמאַטורג זשיל ראָבלעס. ער שפּילט די ראָלע פֿון אַ דרום־אַמעריקאַנער רעוואָלוציאָנער, וועלכער שטייט פֿאַר אַ דילעמע "מקריבֿ זײַן אומשולדיקע מענטשן אויפֿן מזבח פֿון דער רעוואָלוציע". זייער אַ שווערע, קאָמפּליצירטע ראָלע. ער האָט זיך אין דער ראָלע באַוויזן ווי אַן אויסגעצייכנטער אַקטיאָר. ער האָט געשפּילט אין דער פֿאָרשטעלונג "אוריאל אַקאָסטאַ", אין "דיבוק" און אין צענדליקער אַנדערע פּיעסעס. ער איז געווען אַ סאָלידער שוישפּילער, מיט אַ גלענצנדיקער שטימע, פּרעכטיקער דיקציע און אינטעליגענטן באַנעמען אַ ראָלע. איך מיין, אַז יצחק טורקאָוו האָט אָבער געלעבט אין אַן אַנדער וועלט... ער איז געווען אַ טעאַטראַל אָבער קודם־כּל איז ער געווען אַ גרויסער שרײַבער, אַן עסיייִסט, נאָוועליסט, דערציילער.
ער איז גלײַכצײַטיק געווען אַ ליבער מענטש, אַ גוטהאַרציקער חבֿר. מיט פּאַטאָס און ליבשאַפֿט דערציילט ער אין זײַנע טעאַטער־ווערק וועגן די בינע־קינסטלער מיט וועלכע ער איז געקומען אין באַריר אין משך פֿון זײַנע 40 יאָר זײַן געבונדן מיטן ייִדישן טעאַטער. זײַן האַרץ האָט שטענדיק געצויגן צו מענטשן ווי צו אַ קוואַל, וואָס שטילט דאָרשט. וועגן אים שרײַבט זײַן נאָענטער פֿרײַנד, דער טעאַטער־קריטיקער שמעון קאַנץ אין אַ פּאָסטמאָרטעם־עסיי א"נ "יצחק טורקאָוו־גרודבערג":
"יצחק טורקאָוו האָט געלעבט אין אַ וועלט פֿון אידעעס, פֿון גײַסט. די טאָג־טעגלעכקייט מיט די קלייניקייטן אין וועלכע ער איז געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין קאַמף פֿאַר עקזיסטענץ זענען פֿאַר אים געווען אַן אויסערלעכקייט, וואָס מען מוז זיך מיט זיי ראַנגלען און ער האָט דאָס אַלץ געטאָן מיט אַחריות, וואָס איז בײַ אים געווען אַנטוויקלט ביז שלמות".
זײַנע קלוג־פֿאַרטראַכטע עסייען, רעצענזיעס, קריטישע אַרבעטן, פֿעליעטאָנען און פּובליציסטישע אַרטיקלען האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט קלאָרן געדאַנק און געזונטער פֿאָרמול און זענען שטענדיק געווען אָנגעפּיקעוועט מיט אַ שלל אינטערעסאַנטע פֿאַקטן און געדאַנקען, ערנסטע, פֿאַרווירצט מיט הומאָר און סאַטירע, מיט איראָניע. במשך פֿון 5 יאָר האָט יצחק טורקאָוו צוזאַמען מיטן שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן אַרויסגעגעבן אַ ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכע צײַטשריפֿט א"נ "פֿאָלקסבלאַט".
די טויזנטער און צענדליקער טויזנטער, וואָס האָבן אים געהערט אויפֿטרעטן אויף ליטעראַרישע אָוונטן וועלן געדענקען זײַן שמייכלדיק פּנים, זײַנע קלוגע אויגן. ער איז געווען אַ שיינער מענטש!
די גאַנצע צײַט ווען ער האָט געלעבט אין ישׂראל, זײַנע לעצטע יאָרן, איז ער געווען שווער קראַנק.
שמעון קאַנץ שרײַבט:
"דעם לעצטן פֿרײַטיק פֿאַר זײַן אַרײַנגיין אין שפּיטאָל זענען מיר געזעסן, אַ גרופּע נאָענטע חבֿרים, אין זײַן אַרבעטס־קאַבינעט, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ פֿעסטונג פֿון אײַנגעפֿונדעוועטער ייִדישער קולטור. פֿול־געפּאַקטע פּאָליצעס מיט ביכער, אין שטרענגער אָרדענונג. אויפֿן טיש — בריוו פֿון שרײַבער, אַקטיאָרן, געזעלשאַפֿטלעכע טוער, פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט. די לופֿט אין שטוב איז געווען דורכגענומען מיט דער גרויסער ליבע וואָס זײַן יונגע פֿרוי האָט אים אַרומגערינגלט. ׳שורע איז מײַן מלאך׳, האָט ער ערשט מיט עטלעכע וואָכן צוריק געזאָגט צו מיר אין אַ מאָמענט פֿון השתּפּכות־הנפֿש, ׳ווען נישט שורע (שוראַ טורקאָוו־גרינהויז, זײַן פֿרוי) וואָלט איך שוין לאַנג נישט געלעבט׳".
יצחק טורקאָוו־גרודבערג פֿאַרבלײַבט אין אונדזער זכּרון נישט נאָר ווי אַ גלענצנדיקער אַקטיאָר, רעזשיסאָר, אינסצעניזאַטאָר און דראַמאַטורג, נאָר ווי איינער פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע טעאַטראַלן. און אַזאַ וועט ער פֿאַרבלײַבן אין אונדזער זכּרון. און ש. קאַנץ פֿאַרענדיקט זײַנע פּרעכטיקע הספּד־שורות:
"יצחק, יצחק! הערלעכער מענטש, וווּנדערלעכער חבֿר, שײַן און באַשײַנער פֿון אַ תּקופֿה. דאָס לעבן איז פּוסט אָן דיר, אין האַרצן איז פֿינצטערער אָן דיר".
יצחק טורקאָוו איז געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין יאָר 1970 אין עלטער פֿון 64 יאָר.