ווען אַ גרופּע ייִדיש־סטודענטן האָט סוף זומער 2004 אין ניו־יאָרק אַרומגערעדט דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ ייִדיש־רעדנדיקע "קאָמונע" — דאָס הייסט, אַ גרויסע דירה, וווּ אַלע וואָלטן גערעדט ייִדיש — איז דער פּלאַן צו נישט געוואָרן צוליב געאָגראַפֿישע סיבות. איינער האָט געוואָלט וווינען אין ברוקלין, אַ צווייטער — אין מאַנהעטן, דער דריטער — אין פֿילאַדעלפֿיע, איז פֿון דעם גאָרניט געוואָרן. מע האָט גערעדט און גערעדט איבער דרײַ יאָר, אָבער ווי מע זאָגט: מע רעדט און מע רעדט, און מע שושקעט זיך.
איצטער האָט די לאַגע זיך פּלוצעם געביטן. מיט אַ וואָך צוריק בין איך געווען אויף אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון אַ ישׂראל־פּראָפֿעסאָר, און צווישן די צוהערער זענען צופֿעליק געזעסן 6־7 גראַדויִר־סטודענטן פֿון ייִדיש, וואָס וווינען אין ניו־יאָרק — און דאָס זענען ווײַט ניט אַלע. ער האָט באַמערקט, אַז פֿון גאַנץ ישׂראל וואָלט געווען שווער צונויפֿצוזאַמלען אַזאַ גרופּע. עפּעס קאָכט זיך בײַ אונדז, דער אינטערעס צו ייִדיש וואַקסט, און ס׳רובֿ ערנסטע סטודענטן וווינען שוין אין איין אָרט, די "אָפּער וועסט סײַד" פֿון מאַנהעטן.
נאָך אַ נײַעס: די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער ייִדיש־אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף" איז לעצטנס אַריבער אין די הענט פֿון אַ יונגער חבֿרה — די זעלבע חבֿרה, וואָס האָט אַ מאָל אַרומגערעדט דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ "קאָמונע". "יוגנטרוף" שטיצט שוין לאַנג דעם געדאַנק, אַז די ייִדיש־רעדערס זאָלן וווינען צוזאַמען און האָט אַפֿילו אַ ספּעציעלן "קהילה־פֿאָנד", וואָס צאָלט יעדן מיטגליד אַ טויזנט דאָלאַר צו העלפֿן ער זאָל זיך איבערקלײַבן צו לעבן מיט אַנדערע ייִדיש־רעדערס. צופֿעליק, איז אַזוי געשען, אַז "יוגנטרוף" דאַרף זוכן אַ נײַעם ביוראָ־אַדרעס, ווײַל מען האָט לעצטנס פֿאַרקויפֿט דעם בנין, וווּ די אָרגאַניזאַציע געגעפֿינט זיך. איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ נײַער פּלאַן — זאָל דער נײַער "יוגנטרוף"־ביוראָ זײַן פֿאַרבונדן מיט דער "קאָמונע", וווּ די ייִדיש־סטודענטן און די אַנדערע ייִדיש־רעדערס קענען וווינען — אין אַ ייִדיש־הויז אויף דער "אָפּער וועסט סײַד". "יוגנטרוף" קען סובסידירן די דירה און דערפֿאַר וועט דער ביוראָ ווערן אַ לעבעדיק אָרט — אַ קלוב, וווּ מע רעדט ייִדיש די גאַנצע צײַט און עס קומען פֿאָר אַקטיוויטעטן.
איך האָב דערציילט דער חבֿרה וועגן מײַן געדאַנק. פֿאַר די אויגן האָב איך שוין געזען דאָס שפּרודלדיקע ייִדיש־לעבן, וואָס וועט זײַן אין אונדזער ייִדיש־הויז — אַזוי פֿיל מענטשן, אַז עס וועלן אויפֿקומען נײַע ייִדיש־הויז־צווײַגן; די אײַנוווינער וועלן זיך ליב באַקומען און שאַפֿן גאַנצע משפּחות, דערציִען נײַע דורות ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. פֿון קאָמונעס וועלן ווערן געגנטן, פֿון געגנטן — גאַנצע שטעט, די ייִדישע נאַציע ווערט נײַ אויפֿגעבוירן! הערצל האָט געזאָגט: "אויב איר ווילט, איז עס ניט קיין חלום".
מײַנע חבֿרים האָבן זיך אָפּגערופֿן פּאָזיטיוו און כ׳האָב באַשלאָסן אויף דער ערשטער זיצונג אַרומצורעדן די פּרטים: וויפֿל מענטשן ווילן וווינען אינעם ייִדיש־הויז? וווּ זאָל עס זײַן? זאָל אפֿשר אויך זײַן אַ צווייטע דירה אין ברוקלין? ווי גוט דאַרף מען קענען ייִדיש, כּדי צו וווינען דאָרט? אָבער אויף דער גרויסער זיצונג איז געקומען, אַחוץ מיר, נאָר איין חבֿרטע, און אויך זי וועט זײַן דאָ אין ניו־יאָרק בלויז עטלעכע חדשים. אַנשטאָט רעדן וועגן דעם נײַעם פּראָיעקט, זענען מיר געגאַנגען אין אַ ביליקער קאַפֿע, וווּ איך האָב געגעסן אַ שניטקע מיט קעז און אויסגעגאָסן מײַן ביטער האַרץ. הערצל האָט מסתּמא געטאָן דאָס זעלבע, ווען ער האָט זיך אַ מאָל אַנטוישט מיטן ייִדישן פֿאָלק.
ווײַזט זיך אַרויס, אַז מער מענטשן האָבן ליב דעם געדאַנק פֿון אַ ייִדיש־הויז, ווי ייִדיש־רעדערס וואָס זאָלן דאָרט טאַקע וווינען. ביז אַהער האָב איך געפֿונען בלויז צוויי אַנדערע מענטשן וואָס וואָלטן געוואָלט וווינען דאָרט, איינע — ערשט אין יאָר 2009; דערווײַל וווינט זי אין אויסטראַליע. אָבער מיר גיבן זיך ניט אונטער: מיט גלויבן און בטחון וועט מען מקיים זײַן דעם גרויסן חלום. אַז ניט קיין גאַנץ הויז, זאָל כאָטש זײַן אַ "ייִדיש־דירה", אַ "ייִדיש־צימערל", אַ "ייִדיש-ווינקעלע". ווי דער פֿאָרזיצער מאַאָ פֿלעגט זאָגן: אַ נסיעה פֿון אַ טויזנט מײַל הייבט זיך אָן פֿונעם ערשטן טראָט.
מיר פּלאַנירן צו עפֿענען דאָס נײַע ייִדיש־הויז אויף דער "אָפּער וועסט סײַד" אין סעפּטעמבער 2008, פֿאַרן נײַעם אוניווערסיטעט־זמן. פֿאַראינטערעסירטע אינעם פּראָיעקט קענען זיך פֿאַרבינדן מיט מיר אויפֿן אַדרעס: leyzertag@gmail.com