|
עטלעכע אָנטיילנעמער אינעם "ייִדיש־ברייק", פֿון פֿאָרנט (פֿון רעכטס): סאָניע גאַלאַנץ, רחל וועטער, יאַנקל־פּרץ בלום; פֿון הינטן: יאַנקל פּעטשערסקי, נפֿתּלי איידלמאַן, דוד טאַבאַטשינסקי |
|
דער לייענער מעג האָבן טענות צו מיר, פֿאַר וואָס איך ניץ די ראָשי־תּיבֿות "אאַז״וו" אויבן אינעם קעפּל, וואָס גוטע שרײַבערס האַלטן דאָס פֿאַר אַ סטיליסטישן באַרבאַריזם. נאָר פֿון דעסטוועגן איז בעסער צו זינדיקן קעגן דעם סטיל ווי צו שרײַבן דעם גאַנצן טיטל, וואָס וואָלט געדאַרפֿט זײַן: "ניו־יאָרק אין פֿאַרגלײַך מיט פֿילאַדעלפֿיע און מיט אַלע אַנדערע שטעט, שטעטלעך און דערפֿלעך אויף דער וועלט וווּ ייִדן וווינען". און דאָס וואָלט אויך ניט געווען גענוג ספּעציפֿיש, ווײַל איך האָב אין זינען ניט צו פֿאַרגלײַכן די שטעט אין אַלגעמיין, דעמאָגראַפֿיש אָדער עקאָנאָמיש, נאָר ספּעציעל ווי ייִדיש־צענטערס. אָבער דער לייענער ווייסט שוין פֿון פֿאָרויס, אַז וואָס איך שרײַב וועט האָבן אַ שײַכות מיט ייִדיש, קען איך פֿאַרשפּאָרן צוגעבן אַזאַ מין אונטערטיטל.
די שטאָט פֿילאַדעלפֿיע קומט דאָ צו רייד ניט צוליב עפּעס אַ ספּעציעלער קאָנקורענץ צווישן איר און ניו־יאָרק, נאָר פּשוט דערפֿאַר וואָס איך בין לעצטנס דאָרט געווען אויף אַ וויזיט. "יוגנטרוף" האָט אָרגאַניזירט פֿונעם 23סטן ביזן 25סטן מאַרץ אַ "ייִדיש־ברייק" אויפֿן קאַמפּוס פֿון פּענסילוואַניער אוניווערסיטעט — אַ מין ייִדיש־סוף־וואָך, אָדער "שבתּון", פֿאַר יונגע־לײַט. אַזעלכע "ייִדיש־ברייקס" זײַנען געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ אונדז, זינט מנחם־יאַנקל איידלמאַן האָט אין 2007 געמאַכט דעם ערשטן בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, כּדי צוצוציִען יונגע סטודענטן, וואָס האָבן, אין זייער מאַיאָריטעט, קיין מאָל ניט געהערט ווי מע רעדט ייִדיש מחוץ די פֿיר ווענט פֿון זייער קלאַסצימער. כאָטש איין מאָל אַ יאָר פֿאָרט אַ קאַראַוואַן פֿול מיט יוגנטרוף־אַקטיוויסטן פֿון ניו־יאָרק ווײַט, ווײַט, דורכן גאַנצן קולטור־מידבר פֿון אַמעריקע, כּדי צו באַגליקן די אײַנוווינער פֿון פֿאַרוואָרפֿענע פּלעצער, ווי באָסטאָן און שיקאַגע, וואָס לעכצן נאָך אַ ייִדיש וואָרט.
די אויטאָ־נסיעה אַהין איז פֿאַר מיר איינע פֿון די זעלטענע געלעגנהייטן צו זען די פּרעכטיקע אַמעריקאַנער לאַנדשאַפֿט; די נאַטור, די בהמות אין פֿעלד, וואָס דאָס אַלץ (אַרײַנגערעכנט דעם אויטאָ) איז אַזוי כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער לעבן, אָבער אַזוי פֿרעמד פֿאַרן טיפּישן ניו־יאָרקער שטאָטמענטש. ווי דאָס קליינע חיהלע, דער מולטוואָרעם (mole בלע״ז), וואָס קריכט איין מאָל אין אַ נאָווענע אַרויס פֿון זײַן לאָך אין דער ערד און קוקט אויף דער ליכטיקער שײַן, אַזוי קריכן מיר, ניו־יאָרקער ייִדישיסטן, אַרויס פֿון אונדזערע קעלער־דירות און אונטערבאַן־סטאַנציעס בשעת דעם "ייִדיש־ברייק" און באַוווּנדערן ווי עס לעבט זיך אויף דער גרויסער וועלט.
דער "ייִדיש־ברייק" אַליין קען אַ מאָל אַנטוישן דעם יונגן ייִדישיסט, ווײַל טייל פּראָגראַמען מאַכט מען אויף ענגליש אָדער צוויישפּראַכיק — ייִדיש און ענגליש — ניט יעדער פֿאַרשטייט גוט ייִדיש בײַ אַזעלכע "קירובֿ"־אונטערנעמונגען. אַזוי אַרום מאַכט זיך אָפֿט, אַז די ענגליש־רעדערס זיצן אויף איין זײַט און שמועסן צווישן זיך, בשעת קעגן איבער זיי זיצן די ייִדיש־רעדערס און רעדן ווײַטער וועגן די זעלבע טעמעס ווי אין אויטאָ, וואָס פֿאַרן זעלבן געלט וואָלטן זיי דאָס געקענט טאָן בלײַבנדיק אין ניו־יאָרק. יעדער "ייִדיש־ברייק" איז ערגעץ אַנדערש, אָבער בײַ יעדן איינעם פֿאַרברענג איך מיט די זעלבע ניו־יאָרקער פֿרײַנד מײַנע. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז איך טרײַב איבער אַ ביסל, אָבער אַזאַ אײַנדרוק האָב איך געהאַט בײַ יעדן "ייִדיש־ברייק" ביז דעם הײַיאָריקן.
אין פֿילאַדעלפֿיע איז דווקא געווען אַנדערש. קודם־כּל, זײַנען געקומען ווייניק היגע סטודענטן; אַזעלכע ייִדיש־אָנהייבערס, פֿאַר וועלכע מען האָט דעם "ייִדיש־ברייק", דער עיקר, פֿאַר זיי געשאַפֿן. אויף זייער אָרט זײַנען געקומען מער ייִדישיסטן, וואָס פֿילאַדעלפֿיע פֿאַרמאָגט אַ היפּש ביסל, און מער אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון אַנדערע אוניווערסיטעטן, ווי האַרוואַרד און ראָטגערס, וועלכע האָבן געקענט מיטהאַלטן און ניט געדאַרפֿט מע זאָל אַלץ איבערטײַטשן. צום ערשטן מאָל האָט די גאַנצע גרופּע געטאַנצט, געזונגען און געהוליעט צוזאַמען אויף ייִדיש כּמעט אָן אַן איבעררײַס, וואָס אונטער די הײַנטיקע באַדינגונגען איז דאָס אַליין אַ גרויסער אויפֿטו.
די שטאָט פֿילאַדעלפֿיע האָט זיך אויסגעצייכנט ניט נאָר מיט איר ייִדישיזם. ס׳איז דערבײַ כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף" איז אַליין אַרויסגעוואַקסן אין די 1940ער יאָרן פֿון דעם פֿילאַדעלפֿיער י״ל פּרץ־יוגנט־קלוב, אָנגעפֿירט פֿונעם שפּעטערדיקן סאָציאָלינגוויסט און "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער, פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן. אפֿשר דערפֿאַר שמעקט די דאָרטיקע לופֿט מיט מער ייִדישקייט ווי איך האָב זיך געריכט פֿון פֿריִער. גייענדיק אין די גאַסן זעט מען אָן אַ שיעור שיינע אַלטע הײַזער, אַזעלכע וואָס זײַנען ניטאָ אָדער גאָר זעלטן אין ס׳רובֿ מאָדערנע אַמעריקאַנער שטעט. דער פֿוסגייער דערמאָנט זיך, אַז פֿילאַדעלפֿיע פֿלעגט זײַן אין די ערשטע יאָרן פֿון דער רעפּובליק די אַמעריקאַנער הויפּטשטאָט און אַז דעמאָלט האָבן דאָרט געוווינט מער מענטשן ווי אין ניו־יאָרק.
די צוויי טעג אין פֿילאַדעלפֿיע זײַנען געווען אַזוי שיין און מחיהדיק, אַז זיי האָבן געשטעלט אין סכּנה דעם גאַנצן וועלטבאַנעם און אידענטיטעט מײַנע. דער אײַנגעבויערענער ניו־יאָרקער סנאָביזם, וואָס האַלט, אַז קיין אַנדער פּלאַץ אויף דער וועלט קען זיך נישט פֿאַרגלײַכן מיט אונדזער היים; אַז אויף יענער זײַט האָדסאָן־טײַך לעבן נאָר קי, ווילדע חיות, און גאָטספֿאָרכטיקע פּויערים, וווּ יעדער פֿירט אַן SUV — קען עס טאַקע זײַן, אַז די אַלע יאָרן האָב איך געהאַט אַ טעות? אַז די ציוויליזאַציע גייט ווײַטער ווי די רעלסן פֿון אונדזער "סאָבוויי"?
מיט צוויי ניו־יאָרקער "יורדים" האָב איך אַרומגערעדט די פֿראַגע, וואָס מיר זײַנען אַלע צופֿעליק געגאַנגען אין דער זעלבער מיטלשול. סאָניע גאַלאַנץ, למשל, האָט באַשלאָסן דווקא צו מאַכן אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאַדעלפֿיע אַנשטאָט ניו־יאָרק, וואָס דערבײַ האָבן אַוודאי געשפּילט אַ ראָלע ריין אַקאַדעמישע סיבות, אָבער אויך די שטאָט גופֿא. אין ניו־יאָרק, זאָגט זי, וווינען צו פֿיל "יאָפּיס" — אַפֿעקטירטע יונגע־לײַט מיט צו פֿיל געלט און צו ווייניק דרך־ארץ. יעדער דאַרף קאָנקורירן אין מאָדישקייט און סטאַטוס מיט אַ גאַנצער אַרמיי פֿון "יאָפּיס". אין פֿילאַדעלפֿיע, ווידער, זײַנען די מענטשן נאָרמאַל, ס׳רובֿ פֿונעם מיטלשטאַנד, ס׳איז ניט קיין עוולה צו זײַן אַ פּשוטער גראַדויִר־סטודענט.
ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז דער ניו־יאָרקער סנאָביזם האַלט זיך אויף הינערשע פֿיסלעך. עס זײַנען דאָ הונדערטער, אפֿשר טויזנטער, ציוויליזירטע מענטשן וואָס וווינען אין אַנדערע שטעט, אַפֿילו אין אַנדערע לענדער. בײַ זיי קען מען לעבן גאַנץ גוט, אַ מאָל בעסער ווי בײַ אונדז: די דירות זײַנען גרעסער, אַלצדינג וואָס מע דאַרף צום לעבן איז ביליקער, די מענטשן זײַנען פֿרײַנדלעכער, מע פֿירט זיך אויף מער מאָראַליש, דזשענטלמעניש; כאָטש אַ ביסל.
אָבער ווי ווײַט בין איך גרייט צו גיין אויף דעם געפֿערלעכן וועג? ווײַטער ווי פֿילאַדעלפֿיע? מע זוכט, למשל, אַ ייִדיש־לערער אין דער קאַנאַדישער שטאָט וויניפּעג, וואָס האָט אַ לאַנגע ייִדישע טראַדיציע. דאָרט זײַנען דאָ טעאַטערס, מוזעען, רעסטאָראַנען, מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער אַרום דער וועלט. ס׳איז אַ שטאָט מיט חן און אַ סך שניי, וואָס דאָס איז אַ מעלה פֿאַר אַזעלכע ווי מיר, וואָס האָבן ליב שניי. מיט מײַנע ניו־יאָרקער חבֿרים, ייִדיש־לערערס, רעד איך אַרום די פֿראַגע: ווער איז גרייט זיך מקריבֿ צו זײַן און גיין וווינען אינעם ווילדן צפֿון; אין סיביר? עמעצער דאַרף עס טאָן. ס׳איז אונדזער שליחות צו ברענגען ייִדיש צו די אומגליקלעכע וואָס האָבן עס ניט — דערפֿאַר מאַכן מיר דעם "ייִדיש־ברייק". אָבער וויל איך עס טאָן? קען איך עס טאָן?