קינאָ

אינעם יסוד פֿון דעם נײַעם פֿילם "דער אילוזיאָניסט", רעזשיסירט פֿון ניל בורג, ליגט די דערציילונג "אײַזענהײַם דער אילוזיאָניסט" פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער סטיווען מילהאַוזיער. עס האַנדלט זיך פֿון אַן אָרעמען בחור (אַ ייִד מיטן משפּחה־נאָמען אַבראַמאָוויץ), וואָס באַגעגנט אַ מאָל אַן אַלטן כּישוף־מאַכער און הייבט אָן זיך צו לערנען אויף אַ קונצנמאַכער. זײַן צווייטער אינטערעס הייסט סאָפֿי, זי קומט אַרויס פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע. זייערע צווישנבאַציִונגען זענען נישט צום האַרצן דער ייִכוסדיקער פֿאַמיליע, און אין קורצן ווערט דאָס פּאָרעלע צעטיילט בגוואַלד. מיר טרעפֿן אונדזער העלד נאָך אַ מאָל (געשפּילט פֿון עדואַרד נאָרטאָן) מיט יאָרן שפּעטער, אין ווין, וווּ ער טרעט אויף אונטערן נאָמען "אײַזענהײַם" אין אַן עלעגאַנטער כּישוף־פֿאָרשטעלונג. ער איז אַזוי פּאָפּולער, אַז דער קרוינפּרינץ לעאָפּאָלד אַליין (רופֿוס סול) וויל אים זען, און דערפֿאַר האָט אײַזענהײַם זײַן ערשטע באַגעגעניש מיטן שעף־אינספּעקטאָר אוהל (פּאָל דזשיִאַמאַטי), וואָס דאַרף פֿאַרזיכערן פֿון פֿריִער, אַז די אילוזיעס וועלן נישט שטעלן דעם פּרינץ אין סכּנה. פּרינץ לעאָפּאָלד ווערט באַגלייט פֿון אַ יונגער שיינהייט (דזשעסיקאַ ביל), וואָס מע דערוואַרט, אַז זיי וועלן באַלד חתונה האָבן. ווען אײַזענהײַם פֿאַרבעט אַ פֿרײַוויליקן פֿונעם עולם אָנטיילצונעמען אין זײַן לעצטן טריק, לייגט לעאָפּאָלד פֿאָר זײַן באַגלייטערין, און אויף דער בינע ווערט אײַזענהײַם קלאָר, אַז דאָס איז נישט קיין אַנדערע ווי די זעלבע סאָפֿי, וואָס ער האָט אַ מאָל ליב געהאַט. די אַלטע ליבע פֿלאַמט ווידער אויף און זיי הייבן אָן זיך טרעפֿן בסוד — אָבסערווירט פֿון אינספּעקטאָר אוהל. ווען פּרינץ לעאָפּאָלד דערוויסט זיך וועגן זייער פֿאַרבינדונג, כאַפּט ער אַרויס זײַן שווערד. אָבער כּדי צו הערן, ווי אַזוי אײַזענהײַם ברענגט זײַן געליבטע צוריק תּחית־המתים, און ווי אינספּעקטאָר אוהל אַנטדעקט דעם אמת, וועט איר דאַרפֿן אַליין גיין אין קינאָ.

אַ וואָך נאָך דעם ווי איך און מײַנע חבֿרים האָבן געזען דעם פֿילם, זענען מיר געגאַנגען אין דער "נײַער גאַלעריע" פֿון דײַטשער און עסטרײַכישער קונסט אין דעם אַלטן ייִוואָ־בנין אויף 86סטער גאַס, כּדי צו זען אַן אויסשטעלונג פֿון די קלימט־געמעלן, אומגעקערט הײַיאָר פֿון דער עסטרײַכישער רעגירונג צו די ייִדישע יורשים. נאָכן באַקוקן די שיינע בילדער, זענען מיר געזעסן אינעם קאַפֿע "סיבאַרסקי" און גענאָסן פֿון דעם אַסטראָנאָמיש טײַערן, אָבער געשמאַקן שטיקל לעקעך. די גאָלדענע געמעלן, די רײַכע פֿאַרבן, די הילצערנע ווענט און דער ריח פֿון גוטער קאַווע — די גאַנצע אַטמאָספֿער האָט אַרײַנגעבראַכט אַן אַלט־ווינער עלעגאַנץ. עס איז מיר דערבײַ אײַנגעפֿאַלן, אַז מײַן שטיקל לעקעך האָט אַ טעם ענלעך צום פֿילם "דער אילוזיאָניסט". סײַ דער פֿילם, סײַ די "נײַע גאַלעריע" פֿירן אונדז צוריק אין אַן אַנדער צײַט, צו דעם שיינעם ווינער וווּנדערלאַנד, וואָס האָט אפֿשר עקזיסטירט מער אין אונדזערע חלומות, ווי אין דער אמתן. מיר ווייסן דאָך פֿון ד״ר פֿרויד, אַז דאָס איז בלויז אַ "וווּנטש־פֿילונג", אַן אילוזיע (וואָס טראָגט דעם שטעמפּל פֿון דער האָליוווּד־פֿילם־אינדוסטריע, און נישט פֿון גוסטאַוו קלימט).

די אילוזיעס פֿונעם פֿילם איז כּדאַי צו זען. מען האָט אים פֿילמירט אין פּראָג, נישט אין ווין (און עס שמעקט טאַקע אַ ביסל מיט קאַפֿקאַ), און די גאַנצע אַרבעט — אַלע אַקטיאָרן, קאָסטיומען, פּאַלאַצן, פֿערד און וואָגן, און די מוזיק פֿון קאָמפּאָזיטאָר פֿיליפּ גלאַס — האָט אָפּגעקאָסט בלויז 16 מיליאָן דאָלאַר. דעם רעזשיסאָר האָט זיך אײַנגעגעבן אַן אייגענע אילוזיע: מאַכן אַ ביליקן פֿילם, וואָס זעט אויס ווי אַ טײַערער.

די ממשותדיקע פֿיגור אינעם פֿילם איז שעף־אינספּעקטאָר אוהל. דזשיִאַמאַטי מאַכט אים אַן אַמביציען, אָבער אַן ערלעכן באַאַמטן, אַ געטרײַער שאָטן בײַם פֿאַרדאָרבענעם פּרינץ. דער קאָנפֿליקט צווישן געטרײַשאַפֿט און מאָראַל, צווישן אַמביציע און זײַן באַשיידענער פֿאַרגאַנגענהייט, גיט צו זײַן כאַראַקטער אַ טיפֿקייט, וואָס פֿעלט אויס די אַנדערע פּערסאָנאַזשן.

דער ייִדישער עלעמענט אינעם פֿילם איז אַ וויכטיקער, אָבער ער בלײַבט עפּעס פֿאַרנעפּלט. סטיווען האָלדען האָט געשריבן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" וועגן "דער אילוזיאָניסט", אַז דער פֿילם האָט דעם טעם פֿון אַן "איבערנאַטירלעכער ייִדישער פֿאָלקס־מעשׂה". אָבער "דער אילוזיאָניסט" קומט פֿאָר אין גאַנצן אין דער גוייִשער וועלט, און אײַזענהײַמס ייִדישקייט ווערט קיין מאָל נישט קלאָר אַרויסגערעדט. אין דער אָריגינעלער דערציילונג קומט אים אויס צו קעמפֿן קעגן אַנטיסעמיטיזם, אָבער דאָ איז זײַן ייִדישער נאָמען דער איינציקער סימן, אַז ער איז אַ ייִד. דער רעזשיסאָר, ניל בורגער, זאָגט, אַז די קלאַסן־פּראָבלעם איז הײַנט מער אַקטועל, האָט ער געלאָזט די ייִדן־פֿראַגע בײַ דער זײַט. דאָס קען אַ ביסל פֿרוסטרירן דעם עולם, ווײַל מע וויל וויסן, ווער ער איז; אָבער אין דער זעלבער צײַט גיט עס צו נאָך אַ טראָפּן מיסטעריע דער טונקעלער אידענטיטעט פֿון אײַזענהײַם. דער פֿילם וויל אויך נישט אויפֿקלערן, צי אײַזענהײַמס אילוזיעס זײַנען סתּם טריקן, צי עס האַנדלט זיך טאַקע וועגן אמתן כּישוף. אָבער אָן אַ פּאָרציע מיסטעריע, וואָס וואָלט פֿאַר אַן אילוזיאָניסט דער ייִד געווען?