געזעלשאַפֿט

אַן אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטור פֿון ייִדישע פֿעכטערס
אַן אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטור פֿון ייִדישע פֿעכטערס
קוקנדיק ווי אָבאַמאַ און ראָמני האָבן אין די דעבאַטעס זיך דועלירט, האָב איך עטלעכע מאָל זיך געריכט, אַז אָט־אָט וועט איינער פּלוצעם אַרויסציִען אַ שווערד אָדער אַ פּיסטויל און אַוועקלייגן דעם אַנדערן אויף אייביק. אַזוי פֿלעגט זײַן אין די אַלטע צײַטן, ווען צוויי מענער פֿון די העכערע שטאַנדן האָבן זיך צעווערטלט איבער אַן ענין פֿון כּבֿוד: איינער האָט געוואָרפֿן די הענטשקע און געפֿאָדערט סאַטיספֿאַקציע. אויף אַן אָפּגעשטימטן פּלאַץ האָבן די צוויי זיך געטראָפֿן און מיט די געהעריקע וואָפֿנס, פֿאַר די געהעריקע עדות, האָבן זיי באַשלאָסן דעם ענין. אַרויסרופֿן דעם קעגנער אויף אַ דועל איז ניט בלויז גיכער און ביליקער ווי אַ דעבאַטע, נאָר דער רעזולטאַט איז אַן ענדגילטיקער, אַ קאָנקלוסיווער, וואָס עס דאַרפֿן דערנאָך ניט קומען די פֿאַרשיידענע קאָמענטאַטאָרן אויף די נײַעס־פּראָגראַמען און זיך אויסטענהן איבער דעם, ווער עס האָט פֿאַקטיש געוווּנען. דער געווינער געווינט און שוין.
אפֿשר מיינט איר, אַז אַרויסרופֿן עמעצן אויף אַ דועל איז ניט לויטן אַמעריקאַנער נוסח, אַז אונדזער מלוכה שטיצט זיך נאָר אויף געזעצן, ניט אויף געוואַלד־מעשׂים, קען איך אײַך ברענגען אַ משל פֿון אונדזערע “גרינדער־פֿאָטערס", וואָס האָבן געשאַפֿן די רעפּובליק: אונדזער ערשטער פֿינאַנץ־מיניסטער, אַלעקסאַנדער האַמילטאָן, איז אומגעקומען אין אַ דועל מיטן וויצע־פּרעזידענט אַראָן בור אין 1804. אַפֿילו דער “גרויסער באַפֿרײַער", אייברעהעם לינקאָלן, איז געגאַנגען אויף אַ דועל אין 1842, נאָר צום גליק, האָט זיך אַלץ פֿאַרענדיקט אָן קרבנות. אַמעריקע שטאָלצירט מיט אַ לאַנגער טראַדיציע פֿון פֿירער און גענגסטערס וואָס שיסן כּסדר איינער אויפֿן צווייטן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן. ס׳איז דען דאָ נאָך אַזאַ לאַנד, וווּ דאָס רעכט צו טראָגן געווער ווערט באַשטעטיקט אין דער קאָנסטיטוציע? דווקא מיט דעם פּונקט זײַנען ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן — אָבאַמאַ און ראָמני — מסכּים.
אָדער איר מיינט אפֿשר, אַז נאָר בײַ די גויים מעג מען אַרויסרופֿן אויף אַ דועל — דאָרט, אין זייערע קלובן פֿאַר אַריסטאָקראַטן און מיליטערישע אָפֿיצירן, אַפֿילו אין זייערע שענק, וווּ מע קען זיך גרינג באַליידיקן — אָבער ס’איז פֿאָרט ניט קיין ייִדישע זאַך. האָט איר ווײַטער אַ טעות: מיר האָבן אויך אַ בכּבֿודיקע פּאָזיציע אין דער געשיכטע פֿון דועלירן, ספּעציעל אין די דײַטש־רעדנדיקע לענדער. בײַ די דײַטשן און עסטרײַכער, דאַרף מען וויסן, איז דועלירן אין 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען גאָר פּאָפּולער, בפֿרט אין די אוניווערסיטעטן. דאָרט האָט די יוגנט זיך צעטיילט אויף באַזונדערע ברודערשאַפֿטן (fraternities בלע"ז), וואָס פֿלעגן כּסדר דועלירן צווישן זיך. אויף יעדן קאַמפּוס האָט זיך געפֿונען אַ ספּעציעלער טרעניר-זאַל, וווּ די סטודענטן האָבן געמאַכט טרעניר־געניטונגען איין שעה יעדן טאָג, און דער אוניווערסיטעט האָט אָנגעשטעלט אַ פֿעכטמײַסטער, וואָס זאָל זיי אויסלערנען די גאַנצע קונסט פֿון פֿעכטן, פֿון קעמפֿן מיט שווערדן. נאָכן אויפֿקום פֿונעם מאָדערנעם אַנטיסעמיטיזם, אין די 1880ער יאָרן, האָבן די גוייִשע ברודערשאַפֿטן אָפֿט ניט געוואָלט אַרײַננעמען קיין ייִדן, האָבן די ייִדישע סטודענטן געשאַפֿן אייגענע ברודערשאַפֿטן, וואָס האָבן זיך אויך פֿאַרנומען מיט טרענירן און דועלירן, כּדי צו ווײַזן, אַז ייִדן קענען זײַן פּונקט אַזוי מענעריש און פֿאַרטיידיקן זייער ווירדע.
איר זאָלט ניט מיינען, אַז פֿעכטן איז אין יענע יאָרן געווען אַזאַ מין איידעלער פֿאַרמעסט, ווי מע זעט עס הײַנט, למשל, אויף דער אָלימפּיאַדע — עס האָט געמיינט גאָר עפּעס אַנדערש. די צוויי פֿעכטערס זײַנען געשטאַנען באַזונדער, איין מעטער אין צווישן, און געקעמפֿט מיט קורצע שווערדן. דער גוף און די אָרעמס זײַנען געווען גוט באַדעקט און באַשיצט, קיין סך האָט מען זיך ניט געקענט רירן. נאָר דער קאָפּ איז געווען אויפֿגעדעקט און די גאַנצע קונסט איז געווען אַרײַנצושטעכן די שווערד אינעם קעגנערס פּנים אַרײַן. דערבײַ זײַנען געשטאַנען צוויי אַסיסטענטן, אויך באַוואָפֿנט מיט שווערדן, וואָס זאָלן אין אַ נויט זיך אַרײַנמישן, ווי אויך פֿאַרשיידענע עדות און אַ דאָקטער, וואָס זאָל באַהאַנדלען די וווּנדן. ווײַל דער עיקר איז דאָך געווען די וווּנדן: יעדער באַטייליקטער האָט געחלומט צו באַקומען אַ וווּנד, כּדי עס זאָל בלײַבן אַ שראַם, וואָס זאָל עדות זאָגן פֿון זײַן מוט און מענערישקייט. מיט אַזעלכע שראַמען האָבן שטאָלצירט דורות דײַטשע סטודענטן און אָפֿיצירן, ייִדן בתוכם. אַ מאָל האָט דער דאָקטער אַפֿילו בכּיוון אַזוי “באַהאַנדלט" די וווּנדן מיט קרײַטעכצער, עס זאָל בלײַבן אַ גרעסערער שראַם!
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַנטיסעמיטן זײַנען ניט געווען קיין גרויסע בעלנים אויף דועלירן מיט ייִדן. דער דועל אַליין האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געוויסע אָנערקענונג פֿונעם ווערט און כּבֿוד פֿונעם צווייטן צד, אַז דער קעגנער איז ווערט, מע זאָל מיט אים פֿעכטן. עס איז אויך געשען ניט זעלטן, אַז דער ייִד האָט געוווּנען אַזעלכע דועלן און געמאַכט צו גאָרנישט דאָס גאַנצע דײַטש־נאַציאָנאַלע באַרימערײַ. די ווינער ייִדישע ברודערשאַפֿט “קדימה" האָט זיך טרענירט 8 שעה אַ טאָג אין משך פֿון אַ האַלב יאָר, ביז די אַנדערע ברודערשאַפֿטן האָבן פּשוט מורא געקראָגן מיט זיי זיך צו פֿאַרפֿירן. וואָס זשע האָט מען געטאָן? די אַנטיסעמיטישע ברודערשאַפֿטן האָבן אָנגענומען אַ ספּעציעלע רעזאָלוציע אין 1896, אַז "ייִדן האָבן ניט קיין כּבֿוד, קיין האָנאָר", און אַז "מע טאָר מיט זיי ניט דועלירן". ווי ווײַט דאָס האָט געהאָלפֿן, ווייס איך ניט, ווײַל אין די יאָרן פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה זײַנען די ייִדן געווען אַן ערך 5% פֿון די דײַטשע בירגער, וואָס מע האָט פֿאַרמישפּט פֿאַר דועלירן (וואָס איז כּלומרשט געווען אַ פֿאַרברעכן) — 5 מאָל אַזוי פֿיל, ווי זייער פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.
ניט בלויז האָבן די דועלן געגעבן די ייִדן אַ געלעגנהייט צו באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם, נאָר נאָך אַ מעלה האָבן זיי געהאַט: עס איז ניט געגאַנגען אין דעם, ווער ס׳וועט געווינען אָדער פֿאַרשפּילן, ווער ס׳איז פֿיזיש דער שטאַרקסטער, נאָר אינעם מוטיקן דעם כאַראַקטער פֿונעם פֿעכטער, אין זײַן ניט אַרויסווײַזן קיין מורא און ניט ווײַכן פֿונעם קעגנערס שווערד. אַז איינער האָט זיך ניט אויפֿגעפֿירט בשעתן דועל ווי עס דאַרף צו זײַן, האָט די ברודערשאַפֿט אים געקענט אויסשליסן פֿון זייערע רייען. אַזאַ צוגאַנג וואָלט ניט געשאַדט בײַ אונדזערע הײַנטיקע פּרעזידענט־דעבאַטעס. אַז אָבאַמאַ אָדער ראָמני פֿירן זיך ניט אויף מיטן געהעריקן דרך־ארץ, אַז זיי קריגן זיך ווי קליינע קינדער און דערציילן ליגנס איינער וועגן דעם צווייטן, וואָלט געווען אַ יושר, מע זאָל זיי טאַקע אויסשליסן פֿונעם וואַל־פֿאַרמעסט...