קולטור
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



עס זײַנען שוין דאָ גענוג עקספּערטן וואָס זאָגן, אַז אין דער ניט־צו־ווײַטער צוקונפֿט וועלן אַלע מענטשן אויף דער וועלט רעדן נאָר איין שפּראַך — ענגליש. קיין אַנדערע לשונות וועט מען באמת ניט דאַרפֿן, און וואָס מע דאַרף ניט — גייט פֿאַרלוירן; אין בעסטן פֿאַל היט מען אָפּ אַ ביסל דערפֿון אין אַ מוזיי, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן זיך וווּנדערן פֿון די מאָדנע אַלטע חפֿצים, וואָס האָבן געהערט צו זייערע אָבֿות, ווי די שווערדן און שפּיזן פֿון מיטל־עלטערישע ריטערס. אַפֿילו הײַנט וואָלט מען געקענט (און געדאַרפֿט) שאַפֿן אַזאַ מוזיי פֿאַר די הונדערטער באַקאַנטע שפּראַכן וואָס זײַנען אונטערגעגאַנגען (פֿון די טויזנטער אומבאַקאַנטע וואָלטן ניט געווען קיין עקספּאָנאַטן, ווײַל ס׳איז פֿון זיי ניט געבליבן קיין זכר).
אין די וויטרינעס וואָלטן געלעגן כּל־מיני אַלטע כּתבֿ־ידן און מגילות, ליימענע פּלאַטעס אָנגעשריבן מיט פֿלעקלשריפֿט, גרויסע שטיינער מיט לאַטײַנישע און אַלט־גריכישע אויפֿשריפֿטן, עגיפּטישע היעראָגליפֿן, דאָס סימבאָלישע מאַיאַ־שריפֿט. אין דער צוקונפֿט, נאָך דעם ווי ענגליש וועט אַלץ איבערנעמען, וועט מען קענען צוגעבן ביכער אויף פֿראַנצייזיש און דײַטש, וואָס די קינדער, וועלכע קומען אין מוזיי, וועלן פֿרעגן זייערערי טאַטע־מאַמעס, פֿאַר וואָס האָט מען געשטעלט אַזעלכע מאָדנע צייכנס איבער די אותיות ü און ê אאַז״וו.
אַז מע וועט געבן אַ קוועטש אַ קנעפּל, וועט מען הערן אַן אינטערוויו וואָס לינגוויסטן האָבן געמאַכט מיטן לעצטן שפּאַניש־רעדער אויף דער וועלט, וואָס האָט די שפּראַך שוין ניט ריכטיק געקענט, ניט האָבנדיק מיט וועמען צו רעדן. מען וואָלט געקענט געבן צו הערן אַן אינטערוויו מיט יעדן איינעם פֿון די “לעצטע מאָהיקאַנער", אָבער ווער וועט האָבן געדולד צו הערן 6,000 אַזעלכע שמועסן?
אַזאַ צוקונפֿט איז באמת ניט אַזוי ווײַט ווי עס קען זיך דאַכטן: אַ פֿערטל פֿון דער מענטשהייט רעדט שוין ענגליש, אַן ערך 1.5 ביליאָן מענטשן. דעם צוקונפֿטיקן נצחון פֿון דער ענגליש־וועלט קען מען באַטראַכטן אָדער ווי אַ דערגאַנצקייט פֿון דעם אַלטן חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט, אָדער ווי אַ קאָשמאַר: דאָס גרויסע עשירות פֿון די פֿאַרשיידענע קולטורן ווערט אײַנגעזונקען אין איין קאָלעקטיוון זומפּ. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישיסטן און העבראַיִסטן (צוזאַמען מיט די אָנהענגער פֿון אַלע אַנדערע שפּראַכן) וועלן נוטה זײַן צום צווייטן שטאַנדפּונקט; נאָר געבוירענע ענגליש־רעדער קענען אפֿשר אַרויסקוקן מיט אמתער פֿרייד אויף אַזאַ צוקונפֿט. אָבער ס׳איז כּדאַי צו געדענקען, אַז ייִדן טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַרן “אַלטן חלום" פֿון איין וועלטשפּראַך.
אונדזער מעשׂה מיטן בבֿל־טורעם, אין וועלכן דער אויפֿקום פֿון באַזונדערע שפּראַכן ווערט באַטראַכט ווי אַ קאַטאַסטראָפֿע, אַ שטראָף פֿאַר דער מענטשהייט, האָט געשאַפֿן אַן אידעאַל פֿון איין שפּראַך פֿאַר דער גאַנצער מערבֿ־וועלט. אין משך פֿון כּמעט צוויי טויזנט יאָר האָבן די קריסטן, ווי די ייִדן, געהאַלטן, אַז די אָריגינעלע וועלטשפּראַך איז געווען העברעיִש און געפּרוּווט צוריקצוברענגען אַלע ווערטער זייערע צו די זעלבע העברעיִשע שורשים. קיין נוץ האָבן אַזעלכע פּרוּוון ניט געבראַכט דער מערבֿדיקער שפּראַכוויסנשאַפֿט, אָבער דעם אידעאַל האָבן זיי פֿאַרפֿעסטיקט.
דער גרעסטער פֿאַרטרעטער פֿון דעם וועלטשפּראַך־געדאַנק איז אַוודאי געווען ד״ר לייזער לודוויק זאַמענהאָף (1859—1917), וואָס האָט געשאַפֿן אין זײַנע סטודענטישע יאָרן די ערשטע (רעלאַטיוו) הצלחהדיקע קינסטלעכע “פּלאַנשפּראַך": עספּעראַנטאָ. דערבײַ האָט אים אינספּירירט זײַן היימשטאָט, ביאַליסטאָק, וווּ די אָרטיקע ייִדן, פּאָליאַקן, רוסן און דײַטשן האָבן געהאַט צווישן זיך ניט קיין פֿרײַנדלעכע באַציִונגען. אַזוי האָט ער געשריבן אין 1905:
"ווען איך וואָלט ניט געווען קיין ייִד פֿון דער געטאָ, וואָלט די אידעע צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט אָדער מיר ניט אײַנגעפֿאַלן, אָדער זי וואָלט מיך אַזוי ניט פֿאַרכאַפּט אויף מײַן גאַנץ לעבן. דאָס אומגליק פֿון דער שפּאַלטונג פֿון דער מענטשהייט קען קיינער ניט פֿילן שטאַרקער ווי אַ ייִד פֿון דער געטאָ. ווי נייטיק עס איז צו האָבן אַ נייטראַל־מענטשלעכע שפּראַך, ניט פֿאַרבונדן מיט קיין נאַציע, קען קיינער ניט פֿילן שטאַרקער ווי אַ ייִד, וואָס איז געצוווּנגען צו דאַוונען אין אַ לאַנג אָפּגעשטאָרבענער שפּראַך און צו באַקומען זײַן דערציִונג אין אַ שפּראַך פֿון אַן [אַנדער] פֿאָלק, אַ שפּראַך, וואָס טיילט אים אָפּ פֿון אַנדערע; אַ ייִד וואָס האָט לײַדנדיקע ברידער איבער דער גאַנצער וועלט, מיט וועמען ער קען זיך ניט צונויפֿרעדן. [...] איך וועל אײַך פּשוט זאָגן, אַז מײַן ייִדישקייט איז געווען די הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס איך בין פֿון די ערשטע יאָרן פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט אַזאַ וויכטיקער אידעע און אַ חלום — דעם חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט."
ס׳איז באַקאַנט, אַז זאַמענהאָף האָט זיך אויך אינטערעסירט מיט העברעיִש און ייִדיש — ער איז געווען פֿון די ערשטע חובֿבֿי־ציון און האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ ייִדישע גראַמאַטיק. אין די 1880ער יאָרן איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז ייִדיש האָט ניט קיין צוקונפֿט, און דער נאַציאָנאַליזם פֿון די ציוניסטן האָט אים אָפּגעשטויסן. אויפֿצולעבן העברעיִש האָט ער געהאַלטן פֿאַר ניט רעאַליסטיש — איז טאַקע אַ שאָד וואָס ער האָט זיך ניט באַקענט מיט אַ צווייטן ליטוואַק, אליעזר בן־יהודה, וואָס איז געבוירן געוואָרן מיט אַ יאָר פֿריִער און זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר פּונקט אַזאַ עקשן.
זאַמענהאָף און זײַנע עספּעראַנטיסטן האָבן אויפֿגעטאָן גרויסע זאַכן: איבערגעזעצט אַ נישקשהדיקן חלק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, דורכגעפֿירט קאָנפֿערענצן מיט טויזנטער באַטייליקטע, אַפֿילו אויפֿגעהאָדעוועט אַ דור (עטלעכע הונדערט) עספּעראַנטאָ־רעדנדיקע קינדער. מען שאַצט אָפּ די צאָל פֿליסיקע עספּעראַנטאָ־רעדער איבער דער וועלט צו אַן ערך צוויי מיליאָן. נאָר פֿון דעסטוועגן האָט עספּעראַנטאָ ניט רעאַליזירט זאַמענהאָפֿס חלום צו פֿאַראייניקן די מענטשהייט; די שפּראַך בלײַבט אַ קוריאָז, וואָס שטיצט זיך אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער נעץ פֿון אינטעליגענטן און ענטוזיאַסטן — ניט אַזוי אַנדערש פֿון אונדז ייִדישיסטן.
אָבער, אַז מען טראַכט זיך אַרײַן אין דעם ענין וועלטשפּראַך, קען מען דרינגען, אַז פֿאַקטיש האָט זאַמענהאָף געוווּנען, ווײַל ענגליש איז טאַקע געוואָרן אַ מין עספּעראַנטאָ: אַ ראָמאַניש־גערמאַנישע מיששפּראַך מיט אַ פּשוטער גראַמאַטיק וואָס איז ניט סימבאָליש פֿאַרבונדן מיט קיין איין פֿאָלק. מיט הונדערט יאָר צוריק, אין זאַמענהאָפֿס צײַטן, האָט מען נאָך געקענט אידענטיפֿיצירן ענגליש מיט דער “אַנגלאָ־סאַקסישער ראַסע", אָבער הײַנט איז דאָס אַן אַבסורד. אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין איבער 50 לענדער, געהערט ענגליש צו יעדן איינעם וואָס רעדט ענגליש. אַפֿילו אין דער סטרוקטור פֿון עספּעראַנטאָ האָט ענגליש אינספּירירט זאַמענהאָף, דער עיקר, דאָס גראַמאַטישע פּשטות.
אַ חבֿר מײַנער האָט אַ מאָל באַצייכנט עספּעראַנטאָ ווי “ייִדיש פֿאַר גויים". לויט זײַן צוזאַמענשטעל און פֿונקציע, קען מען פּונקט אַזוי זאָגן, אַז וועלט־ענגליש איז אויך “ייִדיש פֿאַר גויים". אָבער הלוואַי וואָלטן די ייִדן ווײַטער גערעדט “ייִדיש פֿאַר ייִדן"!