|
חנה אַרענדט |
|
הײַיאָר ווערט ברייט אָפּגעמערקט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט דער 100־יאָריקער געבורטסטאָג פֿון ער דײַטשיש־אַמעריקאַנער דענקערין, שרײַבערין און פּובליציסטין חנה אַרענדט.
חנה אַרענדט איז געבוירן געוואָרן אין 1906 לעבן האַנאָווער, אָבער אירע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין קעניגסבערג. דאָס מיידעלע האָט זיך דערצויגן אין אַ געבילדעטער ייִדישער משפּחה, וווּ מע האָט אָפֿט גערעדט וועגן ליבעראַליזם און די טראַדיציעס פֿון דער דײַטשישער קולטור, וועגן סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און די אייראָפּעיִשע ווערט. וועגן דעם, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל, האָט חנה זיך דערוווּסט אויף דער גאַס.
"מײַן זיידע איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער ליבעראַלער קהילה און דער שטאָט־דעפּוטאַט פֿון קעניגסבערג. און דאָך, האָט מען בײַ אונדז אין שטוב, ווען איך בין געווען אַ קינד, קיין מאָל נישט אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול דאָס וואָרט "ייִד". צום ערשטן מאָל האָב איך עס דערהערט בעת די אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען פֿון די קינדער אויף דער גאַס. אָט די קינדערלעך האָבן מיך טאַקע ׳קליגער׳ געמאַכט".
אין 1924 הייבט אַרענדט אָן לערנען זיך פֿילאָסאָפֿיע אין די אוניווערסיטעטן פֿון מאַרבורג, פֿרײַבורג און העלדעלבערג. זי באַזוכט די לעקציעס פֿון אַזעלכע באַקאַנטע פֿילאָסאָפֿן ווי הוסערל, יאַספּערס, בולטמאַן און הײַדעגער. אין יאָר 1928 פֿאַרטיידיקט זי מיט דערפֿאָלג איר דאָקטאָראַט, און אין 1933 מוז זי פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד און קומט קיין פּאַריז. דאָרט שליסט זי זיך אַקטיוו אײַן אינעם ייִדישן לעבן, וווּ זי גיט זיך אָפּ מיט איבערשיקן אומלעגאַל די ייִדישע קינדער קיין פּאַלעסטינע. אין 1940 האָט מען זי אַרעסטירט און עטלעכע וואָכן געהאַלטן אין אַ לאַגער צו ווערן אַרויסגעשיקט. אין 1941 גיט זיך איר אײַן צו עמיגרירן קיין אַמעריקע, וווּ זי שרײַבט אַרטיקלען פֿאַר פֿאַרשידענע אויסגאַבעס, בתוכם "אַופֿבאַו" — די פּובליקאַציע פֿון די דײַטשישע ייִדן אין אַמעריקע.
פֿון 1941 פֿאַרנעמט זי די שטעלע פֿונעם אויספֿירלעכן דירעקטאָר בײַ דער אָרגאַניזאַציע "ייִדישער קולטור־אויפֿלעב", וואָס האָט געשטיצט די שרײַבער און געלערנטע פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן זייער היים, צוליב די נאַצי־רדיפֿות. אין דער זעלבער צײַט, שטייט אַרענדט בראָש אַ קאַמפּאַניע צו שאַפֿן אַ ייִדישע אַרמיי, וואָס וואָלט געקעמפֿט קעגן היטלער־דײַטשלאַנד. דער ייִדישער עסטאַבלישמענט אין ניו־יאָרק און לאָס־אַנדזשעלעס שטעלט זיך קעגן, ווײַל מע קאָן עס פֿאַרטײַטשן ווי אַן אַגיטאַציע, אַז אַמעריקע זאָל אָנהייבן אַ מלחמה קעגן דײַטשלאַנד. אַרענדט גיט זיך נישט אונטער. נאָך מער: זי רופֿט איבערצוקוקן די פֿונדאַמענטאַלע פּרינציפּן פֿון ציוניזם. זי האַלט, אַז די ציוניסטישע יסודות, וואָס ס'האָט פֿאָרמולירט דער זשורנאַליסט טעאָדאָר הערצל סוף 19טן יאָרהונדערט, זײַנען פֿאַרעלטערט געוואָרן, און האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט: דער פֿאַשיזם אין דײַטשלאַנד, קאָמוניזם אין רוסלאַנד, די צווייטע וועלט־מלחמה...
אַרענדט ווייסט נאָך נישט וועגן דעם טראַגישן גורל פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, זי איז אָבער זיכער, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט אַרויסגיין פֿון דער מלחמה אָפּגעשוואַכט און פֿאַרפּײַניקט; עס וועט זיך נייטיקן, אפֿשר ווי קיין מאָל נישט פֿריִער, אין אַחדות און צווישנפֿאַרבינדונג. אין דער ווירקלעכקייט ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די "ייִדישע באָלשעוויקעס פֿון די פּוילישע און אוקראַיִנישע שטעטלעך", וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע, טוען אַלץ, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען דעם ייִשובֿ אין זייערס אַ נחלה, אָפּרײַסנדיק אים פֿון דעם וועלט־ייִדנטום. זיי פֿירן אַ קאַמף קעגן ייִדיש, אויף וועלכן עס רעדן 14 מיליאָן ייִדן איבער דער וועלט, זיי שאַפֿן עפּעס אַ "נײַעם מענטש" — אַ סאַברע, און רייצן אים אָן אויף דעם "אָפּגעשטאַנענעם גלות־ייִד". די אידעאָלאָגישע אַנגאַזשירטקייט דערמעגלעכט זיי נישט צונויפֿצורעדן זיך מיט די אַראַבער, וואָס קאָן שפּעטער זיך צעוואַקסן אין אַ בלוטיקן קריזיס.
חנה אַרענדט פֿאַרשטייט ציוניזם ווי אַן אייניקייט פֿון אַלע ייִדן אין דער וועלט. פֿיזיש, האַלט זי, איז אוממעגלעך צונויפֿצוזאַמלען אַלע ייִדן אויף אַ פּיצינקן שטיקל לאַנד, וואָס איז דערצו נאָך באַזעצט מיט אַנדערע פֿעלקער; מע דאַרף מאַכן אַזוי, אַז אַ ייִדיש לאַנד זאָל זײַן דאָרט, וווּ עס וווינען ייִדן.
זי רעדט אָפֿן און באַשולדיקט די ייִדישע פֿירער אין פּרינציפּלאָזיקייט, פּחדנות און צבֿיעות. פֿאַרשטייט זיך, אַז אירע רייד רופֿן אַרויס אַ קעגנערשאַפֿט בײַ די ייִדישע געשעפֿטסמאַכער און פּאָליטישע דרייער, וואָס טוען אַלץ זי אַרויסצושטויסן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן שטח. זי פֿאַרלאָזט אים אַליין און גיט זיך אָפּ מיט דער אַקאַדעמישער אַרבעט. אין 1951 גייט אַרויס איר ערשטע אַרבעט "קוואַלן פֿון טאָטאַליטאַריזם", וואָס האָט זי געמאַכט באַקאַנט איבער דער וועלט. לויט איר מיינונג, איז טאָטאַליטאַריזם אַ "קאָנקרעטע אוניווערסאַלקייט", וואָס האָט איר אייגענע פֿאָרעם און לאָגיק. די באַזונדערקייט פֿון טאָטאַליטאַריזם באַשטייט אין: ראַסיזם, אַנטיסעמיטיזם, אימפּעריאַליסטישע שטרעמונגען, דער מאַכט פֿון ביוראָקראַטיע. צו די וויכטיקסטע יסודות פֿון אַ טאָטאַליטאַרן רעזשים געהערט אויך טעראָריזם. דער הויפּט־ציל פֿון אַ טאָטאַליטאַרן רעזשים איז צו פֿאַרוואַנדלען די מענטשן אין בהמות.
אין אירע שפּעטערדיקע ביכער באַטראַכט אַרענדט דעם גורל פֿון דער פֿרײַער וועלט, און אַנאַליזירט די שטאַפּלען פֿון איר אונטערגאַנג. דער וווּקס פֿון מענטשלעכן האָב־און־גוטס "אָן אַ באַגײַסטערטער פֿיזישער אַרבעט, אָן די געדולדיקע באַמיִונגען פֿון אַ קינסטלער־פּראָדוצירער, אָן אַ ברייט אַחריות פֿאַר דעם וואָס מע טוט" — קאָן ברענגען צו אַ געזעלשאַפֿטלעכער קאַטאַסטראָפֿע. צווישן די גרונטיקע געזעצן פֿון מענטשלעכער עקזיסטענץ רופֿט אַרענדט אָן — פּלוראַליזם. אין איר בוך "וועגן דער טעטיקייט פֿון לעבן" וואָרנט די געלערנטע, אַז "יעדער פּרוּוו אײַנצושטעלן דעם קאָנטראָל איבער פּלוראַליזם איז געגליכן צו אַ פּרוּוו צו ליקווידירן די געזעלשאַפֿטלעכע מיינונג".
"אַ לעבן אָן דער מעגלעכקייט צו רעדן און טאָן פֿרײַ — איז שוין נישט קיין לעבן, נאָר אַ גוסס־פּראָצעס, צעצויגן אויף אַ גאַנץ מענטשלעך לעבן".
קריטיש שאַצט זי אָפּ דעם פּאָליטישן עליט, וועלכער האָט, לויט איר מיינונג, אָפּגעשפּילט אַ טראַגישע ראָלע בײַם פֿאַרוואַנדלען די דײַטשישע געזעלשאַפֿט אין אַ טאָטאַליטאַרער סיסטעם. וואָס שייך די "נײַע לינקע" באַשולדיקט זיי אַרענדט אין דעם, וואָס זיי מעסטן די ווירקלעכקייט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט מיט די היסטאָריש־פּאָליטישע מוסטערן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. אַזאַ צוגאַנג ווײַזט בולט אַרויס זייער פֿולע נישט־קאָמפּעטענטקייט אינעם פֿאַרשטיין די אַנטוויקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט.
אַ שטורמישע דיסקוסיע האָט אַרויסגערופֿן איר בוך "אײַכמאַן אין ירושלים: באַנאַלקייט פֿון בייז". בײַזײַענדיק אויפֿן פּראָצעס, איז זי געקומען צום אויספֿיר, אַז דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿונעם חורבן, שטורמבאַנפֿיורער "עס־עס" אײַכמאַן, איז ווײַט נישט קיין מאָנסטער; ער איז אַ פּרימיטיווער ביוראָקראַט. אייניקע פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער אינטעליגענץ זײַנען אַרענדטס מחשבֿות אַרום "באַנאַלקייט פֿון בייז" נישט געפֿעלן געוואָרן; באַזונדערס איר דערמאָנען, ווי אַזוי דער "יודענראַט" האָט מיטגעאַרבעט מיט דער נאַצישער מאַכט.
חנה אַרענדט האָט קיין מאָל נישט געגעבן קיין אויסשעפּנדיקע ענטפֿערס אויף די אַקטועלע פּאָליטישע און סאָציאַלע פֿראַגעס. זי איז אָבער געווען די ערשטע, וואָס האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די טראַגישע דערפֿאַרונג פֿון טאָטאַליטאַריזם האָט געצוווּנגען די וועלט צו זוכן נײַע יסודות פֿאַר דער צוקונפֿט. די זוכענישן ווערן געפֿירט ווײַטער, אויך נאָך דעם, ווי ס'איז געשלאָסן געוואָרן די תּקופֿה פֿון דער קאַלטער־מלחמה. הײַנט שטייט די מערבֿ־וועלט פֿאַר אַן אַנדער שוואַרצער סכּנה — איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליזם. און דער, ווער עס וויל זיך ערנסט קעגנשטעלן אָט דער סכּנה פֿון 21סטן יאָרהונדערט, מוז דערמאָנען די קלוגע ייִדישע פֿרוי, חנה אַרענדט.