צו דער אָנגעשטרענגטער צײַט אין ישׂראל, באַזונדערס, צוליב דעם אַלגעמיינעם קריזיס נאָך דער מלחמה אין לבֿנון — אין און אויסער דעם לאַנד — האָט איר אויסגעפֿעלט, ווי מע זאָגט בײַ ייִדן, נאָר אַ קדחת. אָבער אויך די אָנשיקעניש האָט זיך נישט געלאָזט לאַנג וואַרטן.
דער "פּאַראַד פֿון שטאָלץ", וואָס עס קלײַבט זיך דורכצופֿירן אין ירושלים "דאָס אָפֿענע הויז" — אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון דער סעקסועלער מינדערהייט — האָט אָבער אָפּגערוקט אין אַ זײַט אַלע "ברענענדיקע מלוכה-ענינים" און צוגעצויגן צו זיך דעם אויפֿמערק פֿון דער געזעלשאַפֿט.
צוויי היפּוכדיקע גרופּעס — חרדים און האָמאָסעקסואַליסטן — וואָס אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט רופֿן זיי ביידע אַרויס ווייניק סימפּאַטיעס, האָבן זיך איצט צונויפֿגעשטויסן אויף דער אַרענע פֿון דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט, ווי צוויי אויפֿגערייצטע אָקסן.
פֿאָרמעל זײַנען קיין שום געזעצן קעגן דער סעקסועלער אַנדערש־אָריענטירטער ישׂראל־באַפֿעלקערונג נישט פֿאַראַן; קיינער רודפֿט זיי נישט און מ'לאָזט זיי לעבן אַזוי ווי זיי האַלטן פֿאַר נייטיק; ווי עס פֿירט זיך אין אַ דעמאָקראַטישער מלוכה. צוריק גערעדט, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם "פּאַראַד", בײַם פּלאַנירן אים דורכצופֿירן דווקא אין ירושלים, געדאַרפֿט אין זינען האָבן, וואָס מיינט ירושלים אינעם היסטאָרישן און גײַסטיקן זין סײַ פֿאַר יעדן ייִדן און סײַ ווי אַ שטאָט וואָס איז פֿאַרערט פֿון דרײַ הויפּט־רעליגיעס! צו לעבן אין אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט מיינט נישט נאָר צו פֿאָדערן פֿון אַנדערע, נאָר אויך אַליין זיך אויפֿפֿירן אַזוי, אַז די אַנדערע בירגער זאָלן פֿון זײַנע פֿאָדערונגען נישט לײַדן. אַזאַ באַשלוס מצד דער באַוועגונג "דאָס אָפֿענע הויז" איז לכתּחילה געווען אַ פּראָוואָקאַטיווע.
וואָס שייך דעם חרדישן צד, האָבן די אײַנוווינער פֿון בני־ברק און מאה־שערים ממש ווי אַרויסגעקוקט אויף אַזאַ פּראָוואָקאַטיווער "רויטער טוך". זייער גאַנצן כּעס און גאַנצע פֿאַרביטערקייט קעגן דער ייִדישער מדינה בכלל און אירע אַפּיקורסישע בירגער בפֿרט, לאָזן זיי איצט אַרויס אויף די קעפּ פֿון דער פּאָליציי און צופֿעליקע דורכגייער. און אַלץ קומט עס פֿאָר נאָך אַ קאָמאַנדע פֿון דעם רבנות. אַגרעסיווע פּראָטעסטן פֿון די חרדים איז נישט קיין נאָווינע אינעם ייִדישן לאַנד; זיי זײַנען גוט אָרגאַניזירט, און אַז דער רבי זאָגט — "גיי!" — גייען אַלע חסידים. אַזוי איז מען לעצטנס, אין בית־שמש, געגאַנגען וואַרפֿן שטיינער אויף די "נישט־כּשרע" אויטאָבוסן, וווּ מענער פֿאָרן צוזאַמען מיט פֿרויען.
אינטערעסאַנט איז, אַז בדרך־כּלל, ווערט די חרדישע באַפֿעלקערונג אין ישׂראל אויפֿגעבראַכט אויף אַזאַ אָפֿענעם מיליטאַנטישן אופֿן דווקא דעמאָלט, ווען אין לאַנד גופֿא איז אַ באַזונדערס אָנגעשטרענגטער מצבֿ. אַוודאי וואָלט די מאַכט געקאָנט געפֿינען אַ תּירוץ צו פֿאַרווערן דעם פּראָוואָקאַטיוון "פּאַראַד" אין ירושלים, בפֿרט אַז איבער נײַנציק פּראָצענט ירושלימער זײַנען קעגן דורכפֿירן אַזאַ אונטערנעמונג אין דער ייִדישער קרוינשטאָט. אָבער קיינער "פֿון אויבן" לאָזט נישט אַראָפּ אַזאַ באַפֿעל, אָדער כאָטשבי אַ ווענדונג צו ביידע צדדים זיך אָפּצושטעלן.
פֿאַר וואָס? ווײַל מ'איז אַזוי פּלוראַליסטיש געשטימט? און אפֿשר לוינט עס אַזוי, אַז בײַ דעם "אָקסן־געשלעג" זאָל די געזעלשאַפֿט אַרויסלאָזן אַ ביסל פֿון איר פּאַרע, וואָס וואָלט געדאַרפֿט אַרויסגעלאָזט ווערן מחמת די אומגעלומפּערטע מעשׂים פֿון דער רעגירונג? מחמת דער אַמאָראַלישער אויפֿפֿירונג פֿון די העכסטע מאַכט־פּערזאָנען?
אַזוי צי אַזוי, אָבער די הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס — סײַדן זיי געהערן אָדער צום עקסטרעם־רעכטן לאַגער, אָדער צום עקסטרעם־לינקן לאַגער — האָבן ביז אַהער אָפֿן נישט דערקלערט זייער פּערזענלעכע פּאָזיציע. און ס'איז קלאָר פֿאַר וואָס. זיי האָבן פּשוט מורא צו פֿאַרלירן זייער "עלעקטאָראַט־פּנים", האַלטנדיק אָדער מיט איין, אָדער מיט אַן אַנדערן צד. דער פּרעמיער מיניסטער גופֿא האָט אָנערקענט, אַז זײַן טאָכטער איז אַ לעזביאַנקע, אָבער ער האָט זיך אויף אַ דיפּלאָמאַטישן אופֿן אָפּגעזאָגט צו אָנערקענען דעם "גיי־פּאַראַד" — פֿון איין זײַט, און באַשטעטיקט, אַז די חרדים האָבן פֿולע רעכט צו פּראָטעסטירן. אַן אַנדער זאַך איז, ווי אַזוי צו פּראָטעסטירן.
הכּלל, דער "פּאַראַד פֿון שטאָלץ" האָט אַרויסגעבראַכט אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט אַ סך אומריינע שמאַלץ־פֿלעקן, וואָס אַרויסנעמען זיי ווערט יעדעס מאָל אַלץ שווערער און שווערער.