‫ייִדיש־נײַעס, שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך פֿאַרברענג מיט אַ וווּנדערלעכן מאַן שוין 3 חדשים. ער איז גוט צו מיר, האָט אַ געלונגענע קאַריערע און איז בטבֿע אַ גוטער. ער האָט אַפֿילו ליב צו פֿאַרברענגען מיט מײַן משפּחה. טאָ וואָס איז דען די פּראָבלעם? ער האָט אַזוי פֿיל "געוווינהייטן", וואָס גייען מיר אויף די נערוון. זײַן קול איז זייער אַ הויכס און קלינגט ווי אַ פֿרויס. ער שטעקט קיין מאָל נישט אַרײַן זײַן העמד אין די הויזן, ווען מיר עסן אין אַ רעסטאָראַן און זעט אויס ווי אַ זשלאָב. דאָס "ברעטל" פֿונעם קלאָזעט לאָזט ער אַלע מאָל אין דער הייך. ער גלעט מײַן קאָפּ, עלעהיי איך בין אַ הונט, און אַזוי ווײַטער. זאָל איך בלײַבן מיט אים? ער איז אויסערגעוויינטלעך, אָבער ער דערגייט מיר די יאָרן!

אומרויִק


טײַערע אומרויִק,

ניין, בעסער נישט צו בלײַבן מיט אים. נישט ווײַל ער דערגייט אײַך די יאָרן, נאָר ווײַל איר זענט נישט גענוג דערוואַקסן צו האָבן אַן ערנסטע באַציִונג מיט אַ מאַן. אויב נאָך דרײַ חדשים מאַכט ער אײַך משוגע צוליב די קלייניקייטן, קען איך גאַראַנטירן, אַז איר וועט געפֿינען נאָך און נאָך "חסרונות" בײַ אים מיט דער צײַט. נישט נאָר דאָס — איך בין זיכער, אַז איר וואָלט געפֿינען אַזוינע נאַרישקייטן בײַ אַלע בחורים אײַערע. בלײַבט דערווײַל אַליין, ביז איר פֿילט, אַז איר זענט גענוג "רײַף" אָנצונעמען אַזוינע געוווינהייטן בײַ אַנדערע.


טײַערע חזנטע,

איך זאָרג זיך וועגן קויפֿן חנוכּה־מתּנות דאָס יאָר. פֿריִער פֿלעגן מיר קויפֿן 16 מתּנות פֿאַר יעדער נאַכט פֿאַר אונדזערע צוויי קינדער. מיר פֿלעגן אָנהייבן מיט אַ קליינער מתּנה און די גרעסטע מתּנה האָבן מיר געשאָנקען די לעצטע נאַכט. דאָס יאָר האָבן מיר גרויסע שוועריקייטן מיט געלט, ווי בײַ אַ סך אַנדערע משפּחות. נאָך ערגער — איך האָב פֿאַרלוירן מײַן שטעלע מיט אַ חודש צוריק. געלט קײַקלט זיך נישט אין די גאַסן און מיר האָבן נישט די פֿאָנדן פֿאַר 16 מתּנות. אָבער איך וויל נישט, אַז די קינדער זאָלן זײַן אַנטוישט. אונדזערע קינדער זענען נישט קיין צעבאַלעוועטע און באַקומען זעלטן מתּנות בעתן יאָר. ווי קען איך זיי צופֿרידן שטעלן אָן אויסצוגעבן אַ סך געלט?

פֿאַרזאָרגטע מאַמע


טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,

רעדט זיך דורך מיט די קינדער פֿאַר חנוכּה, זיי זאָלן נישט זײַן אַזוי אַנטוישט בשעת דעם יום־טובֿ. איר וועט זיך אפֿשר חידושן וויפֿל זיי ווייסן שוין. אפֿשר פֿילן זיי אַליין, אַז די צײַט איז נישט אַזאַ גוטע און אַז איר האָט פֿאַרלוירן די אַרבעט. פֿאַרזיכערט זיי, אַז ס׳איז דאָ גענוג געלט פֿאַר אַלץ וואָס איז נייטיק — קליידער, עסן, ביכער פֿאַר דער שול — אָבער געלט פֿאַר איבעריקע זאַכן האָט מען נישט איצט. וואָס שייך די אַכט נעכט פֿון חנוכּה — זײַט שאַפֿעריש! מסתּמא קען מען געפֿינען אַן אַקטיוויטעט פֿאַר דער גאַנצער משפּחה יעדן אויף דער נאַכט. קאָכט לאַטקעס צוזאַמען, קוקט אויף אַ פֿילם אין איינעם, שפּילט אין דריידל. די מתּנה פֿון פֿאַרברענגען צוזאַמען ווי אַ משפּחה איז אויך עפּעס ווערט! אַ פֿריילעכן חנוכּה!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024