‫פֿון רעדאַקציע

כּמעט יעדער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער מאָדערנער געשיכטע האָט געהאַט זײַן מלחמה. דינסטיק האָט וועגן זײַן מלחמה געמאָלדן דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. אייגנטלעך, האָט עס מיט אַכט יאָר צוריק געטאָן זײַן פֿאָרגייער, פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. אָבער דעמאָלט, נאָך דער טראַגעדיע פֿון 11טן סעפּטעמבער, האָט די מאָטיוואַציע און דער כאַראַקטער פֿונעם דערקלער־אַקט — קאַמף קעגן וועלט־טעראָריזם — געקלונגען גאָר אַנדערש, איבערצײַגעוודיק און באַרעכטיקט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרקילונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, צוליב וועלכער עס איז געוואָרן אָפּגערופֿן הײַנטיקע וואָך זײַן נסיעה קיין בערלין, האָט אים געשאָנקען אַן אָטעם־פּויזע אין דעם סאַמע פֿיבערדיקסטן צײַט־אָפּשניט אין די נײַן חדשים פֿון זײַן פּאָליטישן "טראָגן", זינט ער האָט איבערגענומען די מאַכט.

אין בערלין האָט בנימין נתניהו געזאָלט זיך טרעפֿן מיט דער קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד, אַנגעלאַ מערקעל, וועלכע איז הײַנט־צו־טאָג,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גענעראַל מיכאַיִל טיורקין

ניט לאַנג צוריק איז אין אַמעריקע אַרומגעפֿאָרן אַ דעלעגאַציע פֿון רוסישע פֿונקציאָנערן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט אימיגראַציע. מיט דער דאָזיקער גרופּע האָט קאָמאַנדעוועט אַ גענעראַל — די צווייטע לויטן ראַנג פֿיגור אין דער אימיגראַציע-דינסט פֿון רוסלאַנד. מיכאַיִל טיורקין, אַזוי הייסט דער גענעראַל, האָט צום סוף פֿון דער נסיעה גערעדט פֿאַרן ניו-יאָרקער זשורנאַליסטישן עולם וואָס שרײַבט אויף רוסיש.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ענגע־בענגע סטופּע־סטענגע
אַרצע־באַרצע, גאָלע־שוואַרצע
איימעלע, ריימעלע, בייגעלע, פֿייגעלע, האָפּ!
(פֿון שלום־עליכמס קינדער־דערציילונג "חנוכּה־געלט")

ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט דעם חפֿץ־חיימס ספֿר "שמירת־הלשון" טאָר קיינער קיין שלעכט וואָרט ניט זאָגן אויף קיינעם, אַפֿילו ניט אויף זיך אַליין און אַפֿילו ניט ווען ס׳איז אמת. "מיט אַ קרום פֿון דער נאָז קען מען אַ ייִדן 'אַוועקהרגענען’ און וועגן אָנמאַכן יענעם געברענטע צרות איז דאָך אָפּגערעדט". איך פּרוביר זיך צו פֿירן לויט אָט דעם דרך־הישר, אַפֿילו לגבי אידעאָלאָגישע אָפּאָנענטן; סײַדן, עמעצער טרעט מיר אָן פּונקט דאָרטן וווּ ס׳טוט מיר וויי.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט דעם חילוק צווישן אַ מענטש און אַ מלאך. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, זענען די מלאכים בעצם "שטייענדיקע באַשעפֿענישן", וואָס בלײַבן אויף איין אָרט אָדער באַוועגן זיך בלויז אויף אַ באַשטימטן "מאַרשרוט". דער מענטש מוז אָבער שטענדיק ערגעץ גיין. אַדרבה, ווען מע שטרעבט זיך נישט אויפֿצוהייבן העכער, פֿאַלט מען ממילא אַראָפּ.

קונסט
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּאָרטרעט פֿון זיך אַליין, פֿאָטאָגראַפֿיע, 1930

מאַן ריי איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער קינסטלער וואָס האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער מאָדערנער קונסט־באַוועגונג אין פּאַריז צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. ס'איז ווייניק באַקאַנט וועגן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. געבוירן אין פֿילאַדעלפֿיע מיטן נאָמען עמנואל ראַדניצקי אין 1890, איז זײַן טאַטע געווען אַ שנײַדער פֿון אייראָפּע און צו די ערשטע שאַפֿונגען פֿון מאַן ריי געהערט דאָס ווערק, געמאַכט פֿון צוזאַמענגעשטיקעוועטע לאַטעס.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Kenneth B. Moss.
 Jewish Renaissance
 in the Russian Revolution.
 Harvard University Press, 2009.

די פֿאַרבינדונג צווישן דער רוסישער רעוואָלוציע און דעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור איז איינע פֿון די עיקרדיקע פּראָבלעמען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער ביז לעצטנס האָט זיך נאָך קיינער ניט גענומען צו מאַכן אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשונג, וואָס זאָל באַהאַנדלען סײַ די פּאָליטישע און סײַ קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. דאָס בוך פֿון בנימין (קענעט) מאָס פֿילט אויס אָט דעם דאָזיקן וויכטיקן בלויז אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע.

מאָס סטאַרעט זיך אויסצומײַדן אַ "טעלעאָלאָגישן" קוק אויף דעם אָביעקט פֿון זײַן פֿאָרשונג.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער "בונד" האָט מיך תּמיד געחידושט מיט זײַן אומלאָגישקייט. אין מײַנע אויגן זעט עס אויס ווי אַ נאַיִוו-סימפּאַטישער גלויבן. אַ גלויבן איז דאָך אויך ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן לאָגישקייט. אַ סבֿרא, אַז די ענלעכקייט איז אַ גאַנץ געזעצמעסיקע: צו דער בויונג פֿונעם "בונד" האָבן צוגעלייגט די האַנט ניט ווייניק געוועזענע ישיבֿה-בחורים.

לאָמיר זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם בונדיסטישן מין סאָציאַליזם, וואָס האָט געפּרווּוט מאַכן אַ קולטור-אויטאָנאָמישן שבת פֿאַר זיך, צונויפֿפּאָרן אינטערנאַציאָנאַליסטישקייט פֿון מאַרקסיזם מיטן אַשכּנזישן נאַציאָנאַליזם (כאָטש מע האָט עס בשום-אופֿן ניט געטאָרט דעפֿינירן ווי נאַציאָנאַליזם!).

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אַלע מאָל באַקען איך אײַך מיטן קוואַליטעט־סטודענטן יעדן נײַעם טערמין, און דער עיקר זייער געדאַנקען־גאַנג בײַם נעמען דעם קורס. ווער זײַנען זיי, פֿון וואַנען קומען זיי? און וואָס ציט זיי צו ייִדיש? דאָס געפֿין איך אויס די ערשטע וואָך, ווי נאָר דער סעמעסטער הייבט זיך אָן, דורך זייערע שריפֿטן, אויף ענגליש, וואָס איך זעץ איבער אויף ייִדיש פֿאַר אײַך און פֿאַר זיי.

רעצעפּטן

אָט איז אַ געשמאַק, פּאַרעווע בײַ־געריכט צו באַגלייטן אַ פֿליישיקן מאָלצײַט:
1-1/2 פֿונט (680 גראַם) סטרוטשקעס, צעשניטן אויף דער העלפֿט
שפּריצבוימל
1/2־1 טעפּל צעשניטענע שוועמלעך
3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
אַ לעק קאַיען־פֿעפֿער

‫ייִדיש־נײַעס, שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך פֿאַרברענג מיט אַ וווּנדערלעכן מאַן שוין 3 חדשים. ער איז גוט צו מיר, האָט אַ געלונגענע קאַריערע און איז בטבֿע אַ גוטער. ער האָט אַפֿילו ליב צו פֿאַרברענגען מיט מײַן משפּחה. טאָ וואָס איז דען די פּראָבלעם? ער האָט אַזוי פֿיל "געוווינהייטן", וואָס גייען מיר אויף די נערוון. זײַן קול איז זייער אַ הויכס און קלינגט ווי אַ פֿרויס.