ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אַלע מאָל באַקען איך אײַך מיטן קוואַליטעט־סטודענטן יעדן נײַעם טערמין, און דער עיקר זייער געדאַנקען־גאַנג בײַם נעמען דעם קורס. ווער זײַנען זיי, פֿון וואַנען קומען זיי? און וואָס ציט זיי צו ייִדיש? דאָס געפֿין איך אויס די ערשטע וואָך, ווי נאָר דער סעמעסטער הייבט זיך אָן, דורך זייערע שריפֿטן, אויף ענגליש, וואָס איך זעץ איבער אויף ייִדיש פֿאַר אײַך און פֿאַר זיי. ערשטנס, האָב איך אַן אַנונג מיט וועמען איך האַנדל. און אינטערעסאַנט צו באַמערקן, כאָטש ס׳רובֿ פֿון זיי שטאַמען אָפּ פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע היימען, נעמען זיי אָן באַהבֿה דעם אַשכּנזישן אײַנפֿלוס אויף ייִדיש. זיי זײַנען פֿול מיט שטוינונג ווען עס קומט צום אויסטײַטש פֿון ווערטער, פֿון אויסדרוקן, און בכלל פֿון ייִדיש־היסטאָרישן מאַנטל, אונטער וועלכן זיי געפֿינען זיך דרײַ מאָל אַ וואָך, אָנדערטהאַלבן שעה אַ סעסיע. דער פּאָזיטיווער צוגאַנג, דער נײַגער און ענטוזיאַזם, פֿילט זיך אין קלאַס באַלד פֿון אָנהייב אָן, און בכלל האָבן זיי אַ געפֿיל אַז זיי געפֿינען זיך צווישן משפּחה. דער קלאַס ציילט בערך צוואַנציק און די עלטער איז צווישן אַכצן און פֿינף און צוואַנציק. און איצט לייענט ווײַטער:

דוד מעהל

די סיבה וואָס ייִדיש איז בראַקירט און געפּסלט געוואָרן ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך, אין אונדזער אייגענער מדינה, איז געווען צוליב די וועלטלעכע גרינדער פֿון ארץ־ישׂראל, וועלכע האָבן געהאַט אין זינען אָפּצוהאַקן די וואָרצלען פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט. פֿאַר זיי האָט ייִדיש געמיינט "שטעטלייִד" — דער אָרעמאַן, דער הילפֿלאָזער, דער שלימזל, וועלכער איז ערשט דערשטיקט געוואָרן בײַ די דײַטשן. זיי האָבן געגלייבט, אַז אין אַ געוויסן זין זײַנען די ייִדן געווען שולדיק אין זייער אייגענעם אומקום. דאָס אייראָפּעיִשע ייִדנטום, מיט זייער שלל מינהגים, שפּראַך און אָפּגעזונדערטקייט, האָבן אַנטוויקלט געפֿילן פֿון פֿאַראַכטונג און עקל בלויז דערמיט וואָס זיי זײַנען געווען אַנדערש. "אויב די ייִדן אין דער נײַער מדינה וואָלטן געווען אַ טראָפּעלע ווייניקער ייִדן," האָבן די גרינדער געטענהט, "אפֿשר וועלן די פֿעלקער פֿון דער וועלט נישט דערקענען אַז ישׂראל איז באַזעצט מיט ייִדן."

אונטערן מאַנטל פֿון אַנטוויקלען אַ געמייזנזאַמע אידענטיטעט אין דער ערשט אויסגעפּיקטער מדינה, זײַנען די גרינדער קודם פּטור געוואָרן פֿון ייִדיש און אײַנגעפֿירט עבֿרית ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון דער מדינה. לויט מײַן מיינונג זײַנען די גרינדער באַגאַנגען צוויי פֿעלערן אין זייער באַשלוס. ערשטנס, האָט אונדזער געשיכטע נישט איין מאָל אויפֿגעוויזן אַז "עשׂו שׂונא יעקבֿ," וואָס איז אַ פֿאַקט, נישט געקוקט ווי שווער די ייִדן האָרעווען איבער זיך אַרײַנצופּאַסן זיך אין דער נישט־ייִדישער סבֿיבֿה. צום בײַשפּיל, די דײַטשע ייִדן האָבן פֿאַרמאָגט אַ פֿילצאָליקן עלעמענט, נישט געקוקט אויף זייער קליינער צאָל, אַ בכּבֿודיקע צאָל ייִדישע אינטעליגענץ. האָט היטלער דערלויבט יענע ייִדן צו לעבן ווי בכּבֿודיקע בירגער פֿון זײַן רײַך? זיכער נישט. אין משך פֿון אונדזער געשיכטע האָבן ייִדן געהאַט דאָס געפֿיל אַז בײַם ווערן "בעסער פֿון זיי," וועט די שׂינאה קעגן זיי פֿאַרמינערט ווערן. האָט דוד גרין, וועלכער האָט זיך איבערגעקליבן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין "דוד בן־גוריון," שמעון פּערסקי, איז געוואָרן "שמעון פּרס (פּערעס)," און די אָפֿיצעלע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק איז געוואָרן עבֿרית.

נאָך אַ פֿעלער וואָס עס איז באַגאַנגען געוואָרן פֿון די וועלטלעכע גרינדער פֿון דער ייִדישער מדינה. זיי האָבן געמיינט אַז ישׂראל וועט קענען אָנהאַלטן איר ייִדישע אידענטיטעט, נישט געקוקט וואָס זיי האָבן אָפּגעהאַקט מיט זייער צוויי טויזנט־יאָריקער גלות־געשיכטע. ייִדיש, וואָס האָט געשמעקט מיט טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט איז בראַקירט געוואָרן און אויף איר אָרט האָט זיך באַוויזן אַ "פֿאָנקי," "היפּ," מאָדערנער עבֿרית. און דערמיט האָבן די גרינדער פֿאַרזיכערט דעם נאָכוווּקס, אַז וואָס ווייניקער ייִדישקייט, אַלץ גרינגער אָפּבינדן זיך דערפֿון.

טראַדיציע איז אַ סך מער ווי נאָסטאַלגיע. טראַדיציע איז דער קליי וואָס בינד נײַ צו אַלט. אַ שאָד וואָס אין הײַנטיקן ישׂראל האָבן די יונגע קיין שום אָנגעהעריקייט נישט מיט זייער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט. און דעם פֿאַלשן שריט קען מען לײַכט נאָכגיין, ווײַל זיי וועלן אײַך ברענגען גלײַך צו די גרינדער פֿון דער מדינה. איך בין זיכער, אַז די גרינדער וואָלטן געווען אין אַ "שאָק," ווי דערפֿאָלגרײַך זייערע "אויפֿטוען" האָבן זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן.

גבֿריאלה ווילנער

ייִדיש איז אַ שפּראַך וואָס איך האָב געדאַרפֿט זיך לערנען מיט יאָרן צוריק. ייִדיש איז אַזוי אײַנגעקאָוועט אין מײַן אויפֿפֿאַסונג וואָס עס מיינט אַזוינס צו זײַן אַ ייִד, אַז איך מיין אַז איינע קען נישט עקזיסטירן אָן דער אַנדערער. דאָס האָט מסתּמא צו טאָן מיט דעם קולטורעלן סך־הכּל וואָס ייִדיש שטעלט מיט זיך פֿאָר. אָדער ווי מיר פֿאַרשטייען וואָס איז ייִדישקייט. ייִדישקייט איז אַ רעליגיע וואָס האָט איבערגעלעבט יאָרטויזנטער. זי האָט געליטן פֿון רדיפֿות און אומקום צוליב אונדזער געשיכטע, מינהגים און טראַדיציעס. און כאָטש לשון־קודש איז געווען די אוניקאַלע שפּראַך פֿון אַבֿרהם אָבֿינו, איז בלויז לעצטנס זינט העברעיִש עקזיסטירט, דינט זי אויך ווי אַ רעליגיעזער אויסדרוק און פּראַקטישער פֿאַקטאָר. ווי אַן אייניקל פֿון שארית־הפּליטה, און נאָך מער, איינע וואָס איז אַרײַנגעטאָן אין דער טעגלעכער ייִדישער קולטור, פֿיל איך אַז דאָס לערנען זיך ייִדיש וועט בײַטראָגן צו מײַן טעגלעך לעבן.

ברײַנע טרעטין

אַ מחיה, איך וועל סוף־כּל־סוף קענען זיך פֿאַרשטענדיקן מיט מײַן באָבע־זיידן. יעדן פּסח בײַם סדר, פֿרעגט מײַן זיידע די פֿיר קשיות אויף ייִדיש ווײַל זײַן טאַטע האָט אַזוי געטאָן. און כאָטש מיר פֿרעגן די פֿיר קשיות אויך אויף לשון־קודש און ענגליש, איז דער געדאַנק דערבײַ, אַז ייִדיש מוז אָנגיין אַ לעבן־לאַנג. ייִדיש האָט פֿאַראייניקט די ייִדן אין אייראָפּע און אויך אין דער צײַט פֿונעם חורבן. הײַנט צו טאָג איז ייִדיש אין די מײַלער פֿון דער פֿרומער באַפֿעלקערונג. דער ציל איז, מיר מוזן אָנהאַלטן ייִדיש בײַם לעבן.

נעכע קלאַפּער

איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה. דורך די יאָרן האָב איך זיך אויסגעלערנט אַ פּאָר פֿראַזן דאָ און דאָרט. מײַן ציל אין לערנען זיך ייִדיש שטעקט אין מײַן גלויבן, אַז די שפּראַך איז אַ טייל פֿון אונדזער ייִדישער טראַדיציע. ס׳איז וויכטיק, אַז ייִדן זאָלן זיך לערנען די שפּראַך פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט און כ׳האָף, אַז זי וועט גיין פֿון דור צו דור.

דוד בניקר (בעניקער)

געווען אַ צײַט ווען מײַן באָבע פֿלעגט אויסטײַטשן געוויסע ייִדישע פֿראַזעס און אויסדרוקן, פֿלעגט זי צוגעבן, אַז ענגליש איז נישט בכּוח אויסצומאָלן דעם אמתן טײַטש פֿון די ווערטער. און זי האָט פֿאַרענדיקט מיטן אַלגעמיינעם זאָג, אַז דער ייִדישער געדאַנק דערבײַ ווערט פֿאַרפֿאַלן אין דער איבערזעצונג. וויל זיך מיר טאַקע דערגיין צו אונדזער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט און קולטור, ווײַטער ממשיך זײַן די טראַדיציעס פֿון מײַן משפּחה. נאָך עפּעס. אין מיטלשול האָב איך זיך געלערנט העברעיִש. ווילט זיך מיר שטאַרק זען ווי העברעיִש אונטערשיידט זיך פֿון ייִדיש סײַ גראַמאַטיש, סײַ מיטן ווערטער־סדר און סײַ מיטן אינהאַלט.

חנן ברײַמאַן

דורך די יאָרהונדערטער האָבן מאַמעס געשענקט זייערע קינדער אַ טײַערע מתּנה, און דאָס געשאַנק איז איבערגעגעבן געוואָרן אָן מי. די מתּנה איז געווען ייִדיש. מענטשן זאָגן אָפֿט מאָל אַז זיי פֿילן זיך אַנדערש ווען זיי רעדן אַן אַנדער שפּראַך. דאָס איז דערפֿאַר וואָס אַ שפּראַך האָט אַ השפּעה אויף זייער געדאַנקען־גאַנג און געפֿיל. די ייִדישע שפּראַך איז דווקא באַקאַנט ווי אַ לשון פֿול מיט היימישער וואַרעמקייט און הומאָר. ייִדיש האָט זיך אויסגעצייכנט אין איבערגעבן דעם ייִדישן געדאַנק דורך צײַטונגען, ביכער, לידער, טעאַטער און ישיבֿות. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ייִדיש האָט געליטן אַ שטאַרקן קלאַפּ, איז הײַנט דאָ אַ באַנײַטער אינטערעס פֿון דער וועלטלעכער יוגנט. די פֿליסנדיקע ייִדישע ווערטער, וואָס האָבן זיך גערעדט מיט אַזאַ פֿרײַקייט, זײַנען באמת געווען די טויערן צו אונדזער קולטור. נישט סתּם גלאַט אַ קולטור, נאָר אונדזער אייגענע. אויב מיר ווילן באמת פֿאַרשטיין אונדזערע וואָרצלען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, טאָרן מיר נישט פֿאַרגעסן וואָס אונדזערע אייראָפּעיִשע אָבֿות האָבן געשאַפֿן אויף דער אַנדערער זײַט וועלט. ייִדיש איז נישט סתּם אַ פֿאַרעלטערט לשון. עס איז אַ ליכטל וואָס באַלײַכט אונדזער ייִדישע נשמה.

רבֿקה סטענדיק

איך לערן זיך ייִדיש ווײַל איך בין אונטערן אײַנדרוק, אַז מיר פֿעלט אויס די אַשכּנזישע גײַסטיקע ירושה. נאָך אַ זאַך. איך ספּעציאַליזיר זיך אין לינגוויסטיק. איך שרײַב מײַן דיסערטאַציע וועגן שפּראַכן וואָס זײַנען אין געפֿאַר און וואָס מען מוז פּרעזערווירן, מיטן טראָפּ אויף ייִדיש. כאָטש טעכניש איז ייִדיש נישט אין געפֿאַר, ווײַל טייל ייִדן רעדן די שפּראַך. פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש איז אַ פֿאַסצינירנדיק לשון צוליב די פֿאַרשיידענע לינגוויסטישע עלעמענטן וואָס לעבן אין איר, און כאָטש איך רעד רוסיש, האָב איך געטראַכט אַז ס׳איז אַ נוצלעכער אופֿן צו באַקענען זיך דורך ייִדיש מיט דער רוסישער קולטור און פֿאַרקערט.

דאָ האָט איר זיי, די חבֿרה סטודענטן וואָס לערנען זיך דעם הײַנטיקן סעמעסטער ייִדיש. יעדער מיט זײַן פּיזמון, מיט זײַן אָנגעהעריקייט און מיט זײַן צוגאַנג צו דער שפּראַך פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען. מײַן עובֿדה איז אין זיי אַרײַנגעבן די ליבשאַפֿט צו דער שפּראַך. דרך־ארץ און כּבֿוד פֿאַרן לשון, אינספּירירן זיי אָנצוגיין ווײַטער דערמיט און פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס עס איז אַזוי וויכטיק פֿאַר אַ פּאָלנעם ייִד צו קענען ביידע ייִדישע לשונות. הלוואַי אויף ווײַטער.