דער "בונד" האָט מיך תּמיד געחידושט מיט זײַן אומלאָגישקייט. אין מײַנע אויגן זעט עס אויס ווי אַ נאַיִוו-סימפּאַטישער גלויבן. אַ גלויבן איז דאָך אויך ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן לאָגישקייט. אַ סבֿרא, אַז די ענלעכקייט איז אַ גאַנץ געזעצמעסיקע: צו דער בויונג פֿונעם "בונד" האָבן צוגעלייגט די האַנט ניט ווייניק געוועזענע ישיבֿה-בחורים.
לאָמיר זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם בונדיסטישן מין סאָציאַליזם, וואָס האָט געפּרווּוט מאַכן אַ קולטור-אויטאָנאָמישן שבת פֿאַר זיך, צונויפֿפּאָרן אינטערנאַציאָנאַליסטישקייט פֿון מאַרקסיזם מיטן אַשכּנזישן נאַציאָנאַליזם (כאָטש מע האָט עס בשום-אופֿן ניט געטאָרט דעפֿינירן ווי נאַציאָנאַליזם!). פֿון איין זײַט האָט מען, דאַכט זיך, געבויט דעם זעלבן סאָציאַליזם ווי די גוייִשע חבֿרים. גלײַכצײַטיק, אָבער, האָט מען זיך געהאַלטן באַזונדער. צוליב וואָס? ס׳איז ניט אָנגעשטאַנען צו זיצן צוזאַמען מיט גויים בײַ איין טיש? אַפֿילו אויב די "גוייִשע" סאָציאַליסטן זײַנען אויך געווען ייִדן?
איך רעד ניט וועגן די ערשטע יאָרן פֿון דער פּאַרטיי. דער "בונד" פֿון יענע צײַטן לייגט זיך דווקא גאַנץ גרינג אויפֿן שׂכל. ווײַל דעמאָלט איז עס געווען, אין תּוך אַרײַן, אַ ייִדישער נוסח פֿון דער אַלגעמיינער רוסישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע. אָבער שפּעטער, ווען דער "בונד" איז אַרײַן אין די פֿעדערן און בפֿרט ווען ער האָט געפֿירט שוין אַ לעגאַלע טעטיקייט, האָט זיך געשאַפֿן אַ געוואַלדיקער פּלאָנטער. דער "בונד" האָט דורכגעלייגט עפּעס אַ קרומען וועג, ערגעץ אַרום די באָלשעוויקעס און די מענשעוויקעס. ניט צופֿעליק האָבן אַזוי פֿיל בונדיסטן, סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין אַנדערע לענדער (אַרײַנגערעכנט די סבֿיבֿה פֿון "פֿאָרווערטס"), זיך ממש אַ וואָרף געטאָן צום באָלשעוויזם. די קאָמוניסטישע פּאַסטקע האָט תּחילת אויסגעזען "לאָגיש", אַ דרך וועלכער האָט כּלומרשט געראַטעוועט פֿון דער סאָציאַליסטישער סעקטאַנטישקייט.
ניט צופֿעליק האָט זיך די בונדיסטישע באַוועגונג ניט געשטעלט אויף די פֿיס אין אַמעריקע, און ניט נאָר אין אַמעריקע. בכלל, אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין לאַנדסמאַנשאַפֿט פֿאַר די ייִדן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן צווישן עטלעכע "יִזמען". ס׳איז אויך ניט צופֿעליק, וואָס אַזאַ באַוועגונג האָט געהאַט פּראָבלעמען מיט צוציִען נײַע, ייִנגערע כּוחות. נאַציאָנאַליסטיש געשטימטע יונגע לײַט האָבן אין אַזאַ לאַנד, אַ שטייגער, ווי פּוילן אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות, געהאַט די ברירה צו ווערן ציוניסטן, טעריטאָריאַליסטן צי פֿאָלקיסטן. וואָס שייך די אינטערנאַציאָנאַליסטיש געשטימטע, האָט מען אויך געהאַט עטלעכע ברירות, אַרײַנגערעכנט די קאָמוניסטישע און די פּויליש-סאָציאַליסטישע.
* * *
דאָס נײַע, געראָטענע בוך פֿון דזשעק (יעקבֿ) דזשייקאָבס העלפֿט צו געפֿינען ענטפֿערס אויף אַ צאָל פֿראַגעס. דאָס בוך הייסט "בונדיסטישע קאָנטערקולטור אין צווישן-מלחמהדיקן פּוילן" (Bundist Counterculture in Interwar Poland). פּראָפּעסאָר דזשייקאָבס טענהט, למשל, אַז דער צוצי-כּוח פֿון "בונד" איז אָפֿט מאָל באַשטאַנען ניט בלויז — אָדער אַפֿילו ניט אַזוי — אין דער פּאָליטישער פּלאַטפֿאָרם פֿון דער פּאַרטיי, ווי אין דער ספּעציפֿישער בונדיסטישער "קאָנטערקולטור", דאָס הייסט אַ "סובקולטור", וואָס איז געווען אין אַ כּסדרדיקן ווידעראַנאַנד מיטן הויפּטשטראָם. די פֿאָרשונג קאָנצענטרירט זיך, דער עיקר, אויף די בונדיסטישע יונגן- און קינדער-אָרגאַניזאַציעס, אַזעלכע ווי "צוקונפֿט", "סקיף" און "מאָרגנשטערן".
זייער אינטערעסאַנט, דרייסט און פֿאַר אייניקע (בפֿרט עלטערע) לײַט אַפֿילו שאָקירנדיק (איך האָב עס געזען בעת דער פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך אין ייִוואָ) איז דזשייקאָבס השערה, אַז די יוגנט האָט געקענט געפֿינען די בונדיסטישע "קאָנטערקולטורעלע" סבֿיבֿה צוציִענדיק אויך אַ דאַנק דעם, וואָס די דאָזיקע סבֿיבֿה איז געווען גרייט צו רעדן וועגן סעקסועלע פּראָבלעמען און באַדערפֿענישן.
ס׳איז שווער, פֿאַרשטייט זיך (און דער מחבר אָנערקענט עס), אָפּצושאַצן אין ציפֿערן די השפּעה פֿון דעם דאָזיקן פֿענאָמען אויפֿן וווּקס פֿון די בונדיסטישע יונגנט-רייען אין די 1930ער יאָרן. בפֿרט נאָך, אַז (ווי מיר דאַכט זיך) האָט דווקא אין יענער צײַט געקענט זיך ערנסט אַרײַנמישן דער דעמאָגראַפֿישער פֿאַקטאָר. איך מיין, אַז אין די 1930ער יאָרן זײַנען אונטערגעוואַקסן קינדער אין די בונדיסטישע משפּחות. משפּחהדיקייט, דאָס אײַנזויגן אידעאָלאָגישע אײַנשטעלונגען מיט דער מאַמעס מילך, איז, בלי-ספֿק, אַ ממשותדיקער פֿאַקטאָר אין יעדער סובקולטור.
דזשייקאָבס אָריגינעלער אַנאַליז העלפֿט צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס דער "בונד" האָט געוויזן גוטע רעזולטאַטן אין "קליין-פּאָליטיק" (אין לאָקאַלע וואַלן, אין די יוניאָנען, וכ׳), אָבער האָט קיין מזל ניט געהאַט אין "גרויס-פּאָליטיק", דאָס הייסט אויף דעם ניוואָ פֿון פּאַרלאַמענט (סיים). אַזאַ איז שוין די דאָליע פֿון די "קאָנטערקולטורן". דאָס קען מען זען ביזן הײַנטיקן טאָג, למשל, אין די פֿאַרשיידענע מאָדעלן פֿון שטימען אין אייראָפּע: די פּאַרטייען און פּאַרטייעלעך, וואָס האָבן ניט קיין פֿאָרשטייער אין נאַציאָנאַלע פּאַרלאַמענטן, באַקומען אָפֿט מאָל אַ היפּש ביסל שטימען אין לאָקאַלע וואַלן צי ווען מע קלײַבט אויס דעפּוטאַטן אין דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט.
הגם דאָס בוך איז טעמאַטיש וועגן פּוילן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, וואָס איז געווען אַ וועלט פֿאַר זיך, שטײַגט איבער דזשייקאָבס אַנאַליז די גרענעצן פֿון דער תּקופֿה און דעם מקום. ווי אַ פֿאָרשונג פֿון אַ נוסח פֿון סאָציאַליסטישער סעקטאַנטישקייט העלפֿט עס צו אַנטפּלעקן "דעם סוד" פֿונעם אויסדויער פֿון דער באַוועגונג אין די יאָרן נאָכן חורבן, אין פֿאַרשיידענע לענדער פֿון דער וועלט. בעת אַזאַ באַוועגונג ווי די ייִדישע טעריטאָריאַליסטן איז גאַנץ גיך אונטערגעגאַנגען, האָט דער "בונד" זיך געהאַלטן אַ סך לענגער, און האָט נאָך עד-היום געטרײַע חסידים.
די זאַך איז, אַז די טעריטאָריאַליסטן האָבן פֿאַר זיך געשטעלט אַ קלאָרן ציל — צו געפֿינען אַ טעריטאָריע. ווען דער פּלאַן האָט אין גאַנצן געפּלאַצט, איז שוין ניט פֿאַרבליבן וועגן וואָס צו רעדן. די סטראַטעגישע בונדיסטישע צילן זײַנען תּמיד געווען מטושטשע. וועגן סאָציאַליזם קען מען דאָך חלומען ווי וועגן דער גאולה. קאָנטערקולטורן זײַנען ווי צוגעמאָסטן פֿאַר אַזעלכע אַבסטראַקטע חלומות.
דזשעק דזשייקאָבסן קומט אַ גרויסער יישר-כּוח פֿאַר עפֿענען נײַע האָריזאָנטן אין די פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע פּאָליטישע באַוועגונגען. אַזאַ אַרבעט וועט בלי-ספֿק ניט פֿאַרלוירן ווערן אין דעם ים פֿון אַקאַדעמישע מאָנאָגראַפֿיעס, זי וועט סטימולירן נײַע אַרבעטן אין דער דאָזיקער ריכטונג.