ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
Kenneth B. Moss.
 Jewish Renaissance
 in the Russian Revolution.
 Harvard University Press, 2009.
Kenneth B. Moss.
 Jewish Renaissance
 in the Russian Revolution.
 Harvard University Press, 2009.

די פֿאַרבינדונג צווישן דער רוסישער רעוואָלוציע און דעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור איז איינע פֿון די עיקרדיקע פּראָבלעמען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער ביז לעצטנס האָט זיך נאָך קיינער ניט גענומען צו מאַכן אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשונג, וואָס זאָל באַהאַנדלען סײַ די פּאָליטישע און סײַ קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. דאָס בוך פֿון בנימין (קענעט) מאָס פֿילט אויס אָט דעם דאָזיקן וויכטיקן בלויז אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע.

מאָס סטאַרעט זיך אויסצומײַדן אַ "טעלעאָלאָגישן" קוק אויף דעם אָביעקט פֿון זײַן פֿאָרשונג. ער וויל ניט מישפּטן די ייִדישע און העברעיִשע קולטורעלע טעטיקייט פֿון דער רעוואָלוציע־תּקופֿה, לויט די אידעאָלאָגישע קריטעריעס, ווי עס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער צײַט פֿון דער "קאַלטער מלחמה". איינער פֿון די גרעסטע מעטאָדאָלאָגישע חידושים פֿון מאָסעס פֿאָרשונג באַשטייט אין דעם, וואָס ער פֿירט אַדורך אַ פֿאַרגלײַך צווישן ייִדיש און העברעיִש און אַנטפּלעקט וויכטיקע פּאַראַלעלן צווישן אָט די צוויי קולטורעלע פּראָיעקטן. ניט געקוקט אויף טיפֿע אידעאָלאָגישע חילוקים און צומאָל קעגנזײַטיקער פֿײַנטשאַפֿט, זײַנען די ייִדישיסטן און די העברעיִסטן געגאַנגען מיט פּאַראַלעלע דרכים. ביידע זײַנען זיי געווען אויסן צו שאַפֿן אַ מאָדערנע וועלטלעכע קולטור אויף דער געהעריקער שפּראַך, וואָס זאָל זײַן סײַ אייראָפּעיִש און סײַ ייִדיש, אָבער בשום אויפֿן ניט "ייִדישלעך".

יעדע קולטור־בויערישע עדה האָט געשאַפֿן אַן אייגן נעצווערק פֿון פֿאַרלעגערישע, ליטעראַרישע, טעאַטראַלישע און דערציִערישע אינסטיטוציעס, כּדי אונטערצושטיצן די נײַע קולטורעלע שעפֿערישקייט און צו פֿאַרשפּרייטן איר פּראָדוקציע צווישן די ברייטערע מאַסן. צוערשט, איז די סאָוועטישע מאַכט נאָך ניט געווען גענוג שטאַרק, כּדי צו האָבן אַ פֿולע אידעאָלאָגישע השגחה איבער דעם גאַנצן שטח פֿון קולטור. אין משך פֿון די ערשטע צוויי יאָר נאָך דער רעוואָלוציע, 1917 — 1919 זײַנען אַנטשטאַנען צוויי נײַע קולטורעלע צענטערס׃ פֿאַר ייִדיש אין קיִעוו און פֿאַר העברעיִש אין מאָסקווע.

די קיִעווער "קולטור־ליגע" איז אַנטשטאַנען אונטער די דראַמאַטישע היסטאָרישע באַדינגונגען. די מאַכט אין אוקראַיִנע איז אַריבערגעגאַנגען פֿון איין רעזשים צו דעם אַנדערן, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט געליטן פֿון זיי אַלעמען. אָבער דווקא די פֿריש־געבאַקענע אוקראַיִנישע מלוכה האָט געשאַפֿן, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע, גינסטיקע באַדינגונגען פֿאַרן אויפֿבויען אַ נײַע ייִדישע קולטור אונטערן דאַך פֿון דער רעגירונג. אין מאָסקווע האָבן די העברעיִסטן (חוץ דעם טעאַטער "הבימה") ניט געהאַט קיין שטיצע פֿון דער באָלשעוויסטישער רעגירונג; אָבער ניט געקוקט אויף אַלע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע צרות, האָבן זיך דאָרט אָפּגעפֿונען רײַכע מנדבֿים, וועלכע האָבן ברייטהאַרציק געהאָלפֿן צו שאַפֿן נײַע העברעיִשע פֿאַרלאַגן, צײַטשריפֿטן און אַנדערע קולטורעלע פּראָיעקטן.

פֿאַר זײַן בוך האָט מאָס איבערגעאַקערט ניט נאָר פֿילצאָליקע געדרוקטע מקורים אויף עטלעכע שפּראַכן (וואָס זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער פֿאַרשידענע לענדער), אָבער אויך אַנטדעקט אַ גרויסע צאָל פֿון גאָר וויכטיקע נײַע אַרכיוואַלע קוואַלן. פֿון אָט דעם שלל אַלטע און נײַע קוואַלן האָט ער געבויט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע, אין וועלכער די פּערזענלעכע גורלות ווערן איבערגעפֿלאָכטן מיט די היסטאָרישע געשעענישן.

להיפּוך צו אייניקע סאָציאַלע היסטאָריקער, פֿאַרמאָגט מאָס אַן איידל חוש פֿאַר ליטעראַטור. זײַנע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער זײַנען ניט נאָר אינפֿאָרמאַטיוו און באַלערעוודיק פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט, נאָר אויך ליטעראַריש פֿריש און טרעפֿלעך. דאָס בוך איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ היסטאָרישער פֿאָרשונג, וואָס באַהאַנדלט מיט אַ גלײַכן אויפֿמערק סײַ די ליטעראַרישע טעקסטן און סײַ זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט.

די קאָנצעפּציע פֿון דער פּאַראַלעלער אַנטוויקלונג פֿון צוויי צווײַגן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור איז, בלי־ספֿק, אַ וויכטיקער חידוש אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער צומאָל ווערט זי דורכגעפֿירט אַ ביסל צו גראָדליניק. די "שפּראַך־מלחמה" איז אַוודאי געווען שאַרף. אָבער צו יענער צײַט זײַנען נאָך געווען גענוג מענטשן אויף ביידע זײַטן פֿון דעם שפּראַך־פּלויט, וועלכע זײַנען געווען שעפֿעריש סײַ אויף העברעיִש און סײַ אויף ייִדיש. זיי האָבן אָפֿטלעך געליטן פֿון אַ מין אינערלעכער צעשפּאָלטנקייט, וואָס דער העברעיִשער דיכטער אליעזר שטיינמאַן האָט אויסגעדריקט זייער טרעפֿלעך, און דווקא אויף ייִדיש׃ "צעריסן איז געוואָרן די נשמה אויף צוויי שטיקער׃ אייביקייט און דויער אַרײַנגעגאָסן אין העברעער־שפּראַך און טאָג און זאָרג — אין אַן אַנדערער."

מאָס דערווײַזט, אַז סײַ די העברעיִסטן און סײַ די ייִדישיסטן האָבן געהאַט אַ פּראָגראַם פֿון "אויס־ייִדישלעכן" די ייִדישע קולטור און איבערניצעווען זי לויטן אייראָפּעיִשן שטייגער. אָבער דערבײַ דאַרף מען אויך האַלטן אין זינען, אַז די באַציִונג פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ צו דער אייראָפּעיִשער קולטור איז געווען גאַנץ קריטיש, בפֿרט נאָכן חורבן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. שטיינמאַן האָט געשריבן אין 1922׃ "טיף געבויגן איז געשטאַנען די זקנה אייראָפּע, גערונצלט און אײַנגעקאָרטשעט אין זיבן און זיבעציק קאָרטשען. געלאָשן האָט זיך דאָס ליכט פֿון קולטור, פֿאַרשמאַכט און פֿאַרחלשט איז געווען דער מענטש."

מאָס איז ניט אין גאַנצן גערעכט, ווען ער טײַטשט אויס די פּראָגראַם פֿון אייראָפּעיִזאַציע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אַ מין מוותּר־זײַן פֿון דער גאַנצער ייִדישער קולטורעלער ירושה. כּדי צו מאַכן זײַן טעזיס וואָגיקער, רוקט מאָס אָפּ אין אַ שאָטן אַזעלכע וויכטיקע סאָוועטישע טעאָרעטיקער ווי נחום אויסלענדער (בפֿרט זײַן בוך "פֿרונט־שטריכן פֿון ייִדישן רעאַליזם") און יצחק נוסינאָוו. נוסינאָוו, וואָס האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער "באָלשעוויזירונג" פֿון דער "קולטור־ליגע", ווערט בכלל ניט דערמאָנט אינעם בוך. אויך משה ליטוואַקאָוו, אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט, האָט געהאַט אַן אייגנאַרטיקע טעאָריע פֿון דער ליטעראַרישער "ירושה", וואָס האָט משפּיעה געווען אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור.

אַזאַ מין איינזײַטיקע אויסטײַטשונג פֿון דער אידעאָלאָגיע פֿון די סאָוועטישע ייִדישיסטן פֿירט דעם פֿאָרשער צו אַ ספֿקדיקן אויספֿיר, אַז די סאָוועטישע ייִדישע קולטור פֿון די 1920ער און באַזונדערס פֿון די 1930ער יאָרן איז געווען אַ "ניט־דערקענבאַרע פֿאַרקרימונג" פֿון די שעפֿערישע עקספּערימענטן פֿון די ערשטע רעוואָלוציע־יאָרן. אמת, די קאָמוניסטישע פּאַרטיי האָט אויפֿגעשטעלט אַ טאָטאַלן אידעאָלאָגישן קאָנטראָל איבער דער קולטור, און די מאָדערניסטישע עקספּערימענטן זײַנען מער ניט געווען מעגלעך. זינט די מיט־1920ער יאָרן ווערט די רעאַליסטישע פּראָזע אַ הויפּט־זשאַנער אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור.

אָבער די סאָוועטישע ייִדישע קולטור האָט אויסגעאַרבעט אייגנאַרטיקע קינסטלערישע מיטלען, וואָס זײַנען געווען אײַנגעוואָרצלט אין דער "ירושה". דווקא די קיִעווער טעאָרעטיקער פֿון דער תּקופֿה פֿון "קולטור־ליגע", אַזעלכע ווי אויסלענדער, דאָברושין, ליטוואַקאָוו און נוסינאָוו האָבן פֿאַרלייגט די יסודות פֿון אָט דער שעפֿערישער "אײַנאייגענונג" פֿון דער ירושה. בולטע באַווײַזן דערפֿון געפֿינט מען אין די ווערק פֿון דער נסתּר, שמואל האַלקין, דוד האָפֿשטיין און אַנדערע. און דווקא די קיִעווער טראַדיציע האָט באַקומען אַ נײַעם גילגול אין די מיט־1940ער יאָרן און שפּעטער אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וווּ אויסלענדער איז געשטאַנען בראָש פֿונעם אָפּטייל פֿון דער ליטעראַרישער קריטיק.

דאָס בוך "ייִדישער רענעסאַנס אין דער רוסישער רעוואָלוציע" איז ניט נאָר אַ גרונטיקע פֿאָרשונג פֿון דער וויכטיקסטער תּקופֿה אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז אויך אַ פּראָוואָקאַטיווער אַרגומענט קעגן דעם "עצמדיקן" צוגאַנג, וואָס באַזירט זיך אויף אַ סבֿרה, אַז די ייִדישע לימודים מוזן זיך אָפּגעבן מיט זוכענישן פֿון נאָך "עצם־ייִדישקייט" אין קולטור און געשיכטע. אָבער צומאָל דאַכט זיך, אַז דער מחבר כאַפּט אַ ביסל איבער די מאָס, און מאָלט זײַנע העלדן אויס ווי אונדזערע מיטצײַטלער, וואָס זײַנען פֿאַרטאָן אין די הײַנטיקע וויכּוחים. און קיין חסרון איז דאָס ניט, ווײַל אַזוי וועקט מען אויף דעם אינטערעס צו דעם עבֿר.