ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

ענגע־בענגע סטופּע־סטענגע
אַרצע־באַרצע, גאָלע־שוואַרצע
איימעלע, ריימעלע, בייגעלע, פֿייגעלע, האָפּ!
(פֿון שלום־עליכמס קינדער־דערציילונג "חנוכּה־געלט")

דאָס פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר נעמט אַרײַן לאַנגע פֿאָלקס־מעשׂיות און באַלאַדעס, ווי אויך קירצערע טעקסטן, ווי רעטענישן און גראַמען. דער זשאַנער פֿון קינדער־גראַמען און אויסציילענישן אויף ייִדיש איז אַ גאָר גרויסער, און כאָטש מיר פֿאַרמאָגן גאַנץ גוטע זאַמלונגען פֿון די מאַטעריאַלן בײַ שמואל לעהמאַנען, רות רובין, י. ל. כּהן און אַנדערע, קען מען נאָך אַ שלל נישט־געזאַמלטע אויסציילענישן און גראַמען געפֿינען אין די זכרונות־ביכער, ווי אויך, בײַם כאַפּן אַ פּשוטן שמועס מיט ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע. זעט אויס, אַז דווקא די־אָ גראַמען געדענקט מען ביזן טיפֿער עלטער.

פֿון 1947 ביז 1950 האָבן מײַן מאַמע און פֿעטער געזאַמלט אויסציילענישן אינעם שארית־הפּליטה־לאַגער פֿונעם "ראָטשילד־שפּיטאָל" אין ווין, וווּ זיי זענען געקומען פֿון רומעניע. צווישן אַזוי פֿיל ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע מקומות — רומעניע, פּוילן, אונגערן — און מיט אַן אינטערעס צום ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון פֿריִער — ווײַל מײַן באָבע איז געווען אַ וווּנדערלעכע פֿאָלקזינגערין און, בכלל, אַ קוואַל פֿון פֿאָלקלאָר — האָבן זיי אָנגעהויבן אויספֿרעגן די ייִדן און פֿאַרשרײַבן זייערע ענטפֿערס. אין דער זעלבער צײַט האָבן זיי זיך פֿאַרבונדן מיטן ייִוואָ אין ניו־יאָרק, און געזאַמלט מאַטעריאַלן וועגן דעם ייִדישן לעבן אין לאַגער — אַפֿישן, פֿאָטאָס, פּראָגראַמען — און זיי אַוועקגעשיקט אינעם ניו־יאָרקער ייִוואָ. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון אַ לעבן־לאַנגער פֿאַרבינדונג צווישן מײַן פֿעטער, דעם לינגוויסט מרדכי שעכטער, און דעם ייִוואָ, וווּ ער איז שפּעטער געוואָרן רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "ייִדישע שפּראַך". אַן ערך 120 אויסציילענישן האָבן זיי פֿאַרשריבן אויף קאַרטלעך, און איך האָב שפּעטער געהאַט די געלעגנהייט זיי צו אַנאַליזירן אין מײַנע פֿאָלקלאָר־שטודיעס.

מע קען צעטיילן דאָס ייִדישע אויסציילעניש אויף דרײַ קאָמפּאָנענטן — פּלאַפּלערײַ (קלאַנגען וואָס מע פֿאַרשטייט נישט), אַ גראַם מיט ווערטער וואָס מע פֿאַרשטייט יאָ, און נומערן וואָס מע ציילט. זעלטן האָט מען געציילט קינדער פֿאַר דער שפּיל נאָר מיט נומערן; די נומערן זענען געווען אַ צוטשעפּעניש צום גראַם און פּלאַפּלערײַ, אָדער אַן אַרײַנפֿיר צום אויסציילעניש, ווי דער משל:

איינס, צוויי, דרײַ
לוזער, לוזער, לײַ
אָקן, באָקן
שטיינער שטאָקן
אוק, בונק
קאַזאַטיקע שטונק.

מע קען זיך לאַנג דאַרן דעם קאָפּ אויסצופּלאָנטערן אַ "טיפֿערן" מיין אין די פּלאַפּלערײַ־ווערטער, וואָס ווערן אויסגעמישט מיט אמתע ווערטער, אָבער בעסער, דערווײַל, די טירחה לאָזן פֿאַר אַנדערע. אַ משל פֿון אַן אויסציילעניש, וואָס איז אין גאַנצן פֿאַרשטענדלעך, לייענט זיך אַזוי:

איינס, צוויי, דרײַ,
יאָסל איז פֿאַרבײַ
ער האָט געגעסן
לאָקשן־עסן
אײַ, אײַ, אײַ

אַ סך אויסציילענישן האָבן אויסגעמישט די פּלאַפּלערײַ און דעם פֿאַרשטענדלעכן גראַם:

ענטערע, טענטערע,
טוטערעוואַטש
גולם, געלעם, שלום,
לאַרנאָוואַטש
קומט ער יאָ, קומט ער נישט
ליגט דער קאַנטשיק אויפֿן טיש
זאָגט דער קאַנטשיק, מינע, מינע מאָ —
מײַנע ליבע גוטע פֿרוי. [אין דיאַלעקט, גראַמען זיך "מאָ" און "פֿרוי"].

אינטערעסאַנט אין דעם דאָזיקן גראַם איז די שורה "מינע, מינע, מאָ" וואָס דערמאָנט דעם ענגליש־קענער אינעם אויסציילעניש "איני־מיני־מײַני מאָ". אין די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער רובריק האָבן מיר געשריבן וועגן פֿאָלקסלידער און פֿאָלקס־מעשׂיות, וואָס "וואַנדערן" נישט נאָר אויף דער טעריטאָריע פֿון איין פֿאָלק, נאָר צווישן פֿעלקער, און דאָ האָט מען אפֿשר אַ באַווײַז, אַז אויך אויסציילענישן קענען אַזוי אַרומוואַנדערן צווישן פֿעלקער און קולטורן איבער דער וועלט.

אונדזערע דוגמאות ביז אַהער האָבן געשטעלט די אויסצייל־נומערן בײַם אָנהייב, אָבער אָפֿט קומען זיי צום סוף, ווען מע ציילט די קינדער וואָס ווילן שפּילן:

באַלאָן, באַלאָן וווּ ביסטו?
יאַך בין דאָ אין לובלין. 1, 2, 3, 4, 5....
אין דעם גראַם האָבן די נומערן נישט קיין שײַכות מיטן גראַם, אָבער אין געוויסע ציילענישן שאַפֿט מען יאָ אַ פֿאַרבינדונג:
אַ סטאָלאַזש איז געגאַנגען, אַ דאַך באַשלאָגן,
האָט ער נישט געוווּסט, וויפֿל שינדלעך ער דאַרף צו האָבן, 1, 2, 3.....
אָדער:
דער קאָוואַל, דער קאָוואַל, האָט דעם קעסל געשלאָגן
ער ווייסט נישט וויפֿל נעגל ער האָט אַרײַנגעשלאָגן
אָדער איינס, אָדער צוויי אָדער דרײַ.....
אַן אַנדער מער קאָמפּליצירטער משל, מיט אַ פּלאַפּלערײַ־עלעמענט און אַ גראַם און נומערן...
אַפּו יאַנע, קוסע, קאַנע
שלמה דאַטע, קערע, טאַטע
אים, בים, שליטן, אַרום
קניס, קנאַס, קנוס
קומט דער קאָוועל, אין שטאָט אַרײַן,
ציילט ער די נעגלעך אין קעסטעלע אַרײַן:
איינצע, צווייע, דרײַע, פֿירע.....

ווען מע אַנאַליזירט די טעמאַטיק פֿון די ייִדישע אויסציילענישן, באַמערקט מען, אַז איין טעמע הערט מען צווישן זיי, וואָס מע וועט נישט הערן בײַ אַנדערע פֿעלקער אין מיזרח־אייראָפּע — אַ חוזק פֿון דער נישט־ייִדישער וועלט. געוויסע פֿון די גראַמען, זענען גאַנץ באַקאַנט אין פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן:

פּאַנטאָפֿל, פּאַנטאָפֿל, דער הימל איז אָפֿן,
פּאַנטי, פּאַנטי, דער הימל איז צי.
דער גוייִשער גאָט ליגט אויפֿן פֿעלד,
ער מאַכט מכּות, נישט קיין געלט.
דרײַ קאָזאַקן פֿירן אים ק___
דער גראָבער ביק, פֿירט אים קריק.
אָדער:
הײַנט — איין, מאָרגן — צען.
אַלע טאָג זאָל איך עס זען.
אונדזער גאָט איז אונדזער טאַטע,
זייער גאָט איז פּאַרשיוואַטע
אונדזער ברויט איז זייער טויט.

נאָך דאָ אַ סך צו שרײַבן וועגן די ייִדישע אויסציילענישן און גראַמען, און, אויב מעגלעך, זאָלן אונדזערע לייענער וואָס געדענקען נאָך די גראַמען, אונדז צושיקן מיט אַ פּרטימדיקער באַשרײַבונג, ווען און ווי אַזוי מע האָט געציילט, און וואָס מע האָט געשפּילט. די דאָזיקע פּרטים פֿעלן געוויינטלעך אין די עלטערע זאַמלונגען.