‫פֿון רעדאַקציע

כּמעט יעדער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער מאָדערנער געשיכטע האָט געהאַט זײַן מלחמה. דינסטיק האָט וועגן זײַן מלחמה געמאָלדן דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. אייגנטלעך, האָט עס מיט אַכט יאָר צוריק געטאָן זײַן פֿאָרגייער, פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. אָבער דעמאָלט, נאָך דער טראַגעדיע פֿון 11טן סעפּטעמבער, האָט די מאָטיוואַציע און דער כאַראַקטער פֿונעם דערקלער־אַקט — קאַמף קעגן וועלט־טעראָריזם — געקלונגען גאָר אַנדערש, איבערצײַגעוודיק און באַרעכטיקט. די גאַנצע מערבֿ־וועלט האָט זיך געשטעלט קעגן דעם פֿינצטערן טעראָר פֿון "אַל־קײַדאַ", בראָש מיט אָסאַמאַ בין לאַדען.

איצט, נאָך אַכט יאָר, וואָס אין דער צײַט האָט אַמעריקע צעבונדן און פֿירט נאָך הײַנט די מלחמה אין איראַק, און דער אויטאָריטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אין דער וועלט געפֿאַלן; ווען איראַן דראָט מיט אַ נוקלעאַרער סכּנה, און ווען דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער מצבֿ איז אויף גרויסע צרות — זעט אויס די דערקלערונג פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ צווייפֿלהאַפֿטיק.

אָבאַמאַס ווענדונג אַליין צום פֿאָלק האָט זיך ווייניק וואָס אונטערשיידט פֿון בושס ווענדונג מיט אַכט יאָר צוריק. סײַדן, זי איז געווען מער עמאָציאָנעל־פּאַטריאָטיש איידער איבערצײַגעוודיק. און כאָטש פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט צוגעזאָגט, אַז לאַנג וועט די מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן נישט אָנגיין, ביז צוויי יאָר, לאָמיר פֿאַרגעדענקען די דאַטע פֿון איר צווייטן אָנהייב, דער ערשטער דעצעמבער, 2009.

איוואַן דעמיאַניוק ווערט ווידער געמישפּט

מאָנטיק, דעם 30סטן נאָוועמבער האָט זיך אין מינכן, דײַטשלאַנד, אָנגעהויבן דער געריכט איבער איוואַן דעמיאַניוק. אונדזערן לייענער דאַרף מען ספּעציעל נישט דערציילן ווער דער דאָזיקער דעמיאַניוק איז. איין קלייניקייט, ער ווערט באַשולדיק אין דער באַטייליקונג פֿון אומברענגען — 27 טויזנט 900 ייִדן אין לאַגער סאָביבאָר. הײַנט איז ער אַ צעבראָכענער זקן פֿון 89 יאָר. אָבער דעמאָלט, אין 1943, איז ער געווען יונג און געזונט. דאָס איז שוין נישט דער ערשטער מישפּט איבער דעמיאַניוקן. אין 1987 איז ער אין ישׂראל געווען פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַ לעבנלאַנגן טערמין, ווי דער אויפֿזעער פֿונעם טויט־לאַגער טרעבלינקע מיטן צונאָמעניש "איוואַן גראָזני". שפּעטער מיט זיבן יאָר האָט מען די באַשולדיקונג פֿון דעמיאַניוקן אַראָפּגענומען און ער איז באַפֿרײַט געוואָרן. צי האָט טאַקע גענומען די אויבערהאַנט דער יושר? דעמאָלט אין ישׂראל האָט נישט דער יושר געזיגט, נאָר דאָס פֿאַרעקשנטע טיפּשות, ווײַל נאָך פֿאַרן מישפּט, איז געווען אַ גרויסער צווייפֿל, צי איוואַן דעמיאַניוק איז טאַקע "איוואַן גראָזני", ווי מ'האָט געהאַלטן; אַז דעמיאַניוק איז אַ מערדער פֿאַר זיך און דאַרף געמישפּט ווערן פֿאַר זײַנע אייגענע פֿאַרברעכנס, איז דווקא קיין צווייפֿל נישט געווען.

אָבער, ווי זאָגט מען, די באַן איז אַוועק און דער ייִדישער אַדוואָקאַט, וואָס האָט אים פֿאַרטיידיקט, האָט זיך דערשלאָגן מע זאָל אים באַפֿרײַען, און אין 1993 האָט דעמיאַניוק זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, פֿון וואַנען ער איז פֿריִער אַרויסגעשיקט געוואָרן קיין ישׂראל.

הײַנט, שטעלט אַרויס דער איצטיקער אַדוואָקאַט, דווקא אַ דײַטש, אולריך בוש, גאָר אַנדערע מאָטיוואַציעס בײַם פֿאַרטיידיקן זײַן קליִענט. דהײַנו: איוואַן דעמיאַניוק איז בכלל נישט קיין פֿאַרברעכער, נאָר אַ קרבן, הלמאַי ער איז געצוווּנגען געווען צו אַרבעטן אין לאַגער, כּדי צו בלײַבן לעבן. ווי עס פֿאָדערט דער אַדוואָקאַט, דאַרף דעמיאַניוק נישט געמישפּט ווערן ווײַל ער פֿלעגט אַליין נישט דערהרגענען, (קיין דירעקטע אָנווײַזן זײַנען אויף דעם נישטאָ), נאָר ווײַל ער איז געווען אַ טייל פֿון דער סיסטעם, וואָס איר הויפּט־ציל איז געווען אויסראָטן מענטשן.

און נאָך איין מאָטיוו, וואָס טראָגט זיך ממש אין דער לופֿטן און ווערט אַרומגעסמאָטשקעט פֿון דער פּרעסע און פֿאַרשידענע הומאַניטאַרע אָרגאַניזאַציעס: די עלטער פֿונעם באַשולדיקטן דעמיאַניוק און זײַן געזונט־צושטאַנד. די ענגלישע The Independent שרײַבט קלאָרע דיבורים: "צי איז עס מענטשלעך אײַנזעצן אַ קראַנקן זקן אין טורמע ביזן סוף פֿון זײַנע טעג? צי איז בכלל דאָ אַזאַ שטראָף, וואָס קאָן דעקן דעם שוידער פֿון די פֿאַרברעכנס, און וואָס וואָלט נישט אויפֿגעבראַכט די מיטפֿילנדיקע מענטשן?" און ווײַטער גיט דער קאָרעספּאָנדענט צו: "אויב דער געריכט וועט אַרויסטראָגן אַ ווייכן אורטייל, וועט דער גאַנצער פּראָצעס אויסזען לעפּיש. ווי עס זאָל אָבער נישט זײַן, באַקומט זיך, אַז דאָס געריכט האָט איבערגעבויגן דעם שטעקן!"

דערווײַל איז דער מישפּט טאַקע איבערגעריסן און איבערגעטראָגן געוואָרן אויפֿן 21סטן דעצעמבער. אונדזער ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט אין מינכן, איתן פֿינקעלשטיין, וועט פֿון קומענדיקן נומער אָן אינפֿאָרמירן אונדזערע לייענער וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם דעמיאַניוק־פּראָצעס.