ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט דעם חפֿץ־חיימס ספֿר "שמירת־הלשון" טאָר קיינער קיין שלעכט וואָרט ניט זאָגן אויף קיינעם, אַפֿילו ניט אויף זיך אַליין און אַפֿילו ניט ווען ס׳איז אמת. "מיט אַ קרום פֿון דער נאָז קען מען אַ ייִדן 'אַוועקהרגענען’ און וועגן אָנמאַכן יענעם געברענטע צרות איז דאָך אָפּגערעדט". איך פּרוביר זיך צו פֿירן לויט אָט דעם דרך־הישר, אַפֿילו לגבי אידעאָלאָגישע אָפּאָנענטן; סײַדן, עמעצער טרעט מיר אָן פּונקט דאָרטן וווּ ס׳טוט מיר וויי. אַנטקעגן וואָס דערצייל איך עס אײַך? אַנטקעגן אויפֿהיטן די שיינקייט פֿון די ייִדישע אותיות! איך האַלט אַ וועלט פֿון די ייִדישע אותיות אונדזערע און עס טוט מיר בפֿירוש פֿיזיש וויי ווען איך הער אָדער זע, אַז עמעצער איז זיי מבֿזה.

איך האַלט, אַז ייִדישע אותיות זענען בפֿירוש שיין, וואָס קיין שענערס איז גאָר ניט בנימצא. איך האַלט פֿון די אותיות אונדזערע פּונקט ווי, למשל, גלאַטשטיין האַלט פֿונעם ייִדישן וואָרט. דער שענסטער נאָמען פֿאַר אַ ייִדיש בוך האָט טאַקע גלאַטשטיין אַליין צוגעטראַכט מיט זײַן "די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט" (ז׳ 206, 1961):

אַ גוט־מאָרגן, גוט־מאָרגן,
ס׳האָט זיך מיר געחלומט
די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט
און אַ גאַנצער טאָג, אַ פֿרײַער טאָג...
און מיר ביידע לעבן אויף טײַבל־קרישקעס,
מיר אַ שטיקל, דיר אַ שטיקל...
אַ וואַרעמע האַנט, אַ פֿאַרטרערט אויג,
אַ שמייכל גייט מיט מיר אַ גאַנצן טאָג אין שפּאַן.

איך האָב גוט געקענט יעקבֿ גלאַטשטיינען, און גוט געוווּסט ווי זעלטן ס׳איז אים אַ גאַנצן טאָג מיטגעגאַנגען אַ שמייכל און אַז נאָר "די פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט" איז בײַ אים מסוגל געווען אַרויסצורופֿן אַ שמייכל. איך פֿאַרגלײַך זיך ניט צו גלאַטשטיינען, און מײַנע טעג זענען ניט אַזעלכע פֿאַרעצבֿותטע ווי זײַנע, נאָר זײַן "פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט" דערמאָנט מיר גאָר שטאַרק אין מײַן פֿרייד פֿון ייִדישן אות. איך האַלט, אַז די אותיות מרובעות קומט ממש אַ שיינהייטפּריז. בײַ מיר אינעם וואָרטירער קען איך זיי "אַרויסרופֿן" קלענער צי גרעסער, דיקער צי דינער, מער קוואַדראַטיק צי רונדער, נאָר אין יעדן גילגול זענען זיי פֿול מיט חן.

קיין סך אַנדערע וואָס זאָלן מיטפֿילן מײַנע געפֿילן צו די ייִדישע אותיות האָב איך דערווײַל ניט געפֿונען. אַ דרדקי־מלמד האָט מיר איין מאָל פֿאַרטרויט אַז ער דערציילט די תּינוקות־של־בית־רבן וועגן די סודות וואָס דער רבונו־של־עולם האָט אַרײַנגעטאָן אין די אותיות איידער ער האָט זיי באַוויזן ווי שוואַרץ פֿײַער אויף ווײַס פֿײַער בײַם בריאת־העולמדיקן "יהי אור!" מילא, יענע פֿאַרצײַטיקע אותיות זענען דאָך גאָר ניט געווען די איצטיקע, וואָס זענען צו אונדז דערגאַנגען ערשט בשעת אונדזער גלות־אַשור ("כּתיבֿ אַשורי" הייסן זיי, און פֿריִער, למשל, אין די צײַטן פֿון דוד און שלמה המלך, זענען זיי דאָך רעאַל ווידער געווען גאָר אַנדערע און ווײַט ניט די חנעוודיקע וואָס מיר זעען הײַנט). נאָר די התפּעלות פֿון יענעם מלמד פֿאַר די אותיות און זײַן נײַגעריקייט אָט דעם התפּעלות איבערצוגעבן צו די חדר־ייִנגלעך, זענען מיר פֿאָרט זייער געפֿעלן. איך דאַרף ניט דווקא דעם רבינס נסים כּדי צו דערזען די שיינקייט פֿון די הײַנטיקע ייִדישע אותיות. נאָר לעצטנס איז אויפֿגעקומען אַ שיטה וואָס איז פֿעיִק אָט די שיינקייט צו פֿאַרשטעלן און פֿאַרהוילן פֿון גאָר אַ סך ייִדישע אויגן: דהיינו, די שיטה פֿון שרײַבן ייִדיש מיט גוייִשע אותיות, דאָס הייסט, מיט די אותיות פֿון "גלחות", ווי אונדזערע זיידעס האָבן זיי אָנגערופֿן.

ייִדיש מיט גוייִשע אותיות

אויף אַ טשיקאַוועס וועל איך איצט אָנשרײַבן עטלעכע שורות לויט אָט דער נײַער שיטה, כּדי אַלע זאָלן זײַן זיכער וועגן וואָס ס׳גייט דאָ די רייד. In tokh iz dokh ot di shite zeyer a gringe un a seykhldike: yedn yidishn klang farbayt men poshet mitn os vos hot dem zelbn klang af english. Iz dokh dakht zikh gut? Toyg es ersht nit. Un farvos toyg es nit? ווײַל אַ שרײַב־סיסטעם באַשטייט פֿון מער ווי בלויז קלאַנגען און אותיות. דאָס איז אַ וויכטיקער כּלל צו געדענקען! אַ שרײַב־סיסטעם איז אין תּוך אַ וויזועלע קולטור־פֿאַרבינדענע געוווינהייט וואָס דריקט אויס, אַ חוץ אַלעמען, אַ ספּעציפֿישע קולטור־צוגעהעריקייט. ווען דער הייליקער סטעפֿאַן פֿון פּערם האָט אין 17טן יאָרהונדערט פֿאַר די קאָמי געשאַפֿן זייער ערשטע שרײַב־סיסטעם האָט ער קיין קירילישע אותיות ניט געוואָלט באַנוצן, כּדי די קאָמי זאָלן פֿאַרשטיין, אַז די שרײַב־סיסטעם איז טאַקע זייערס, בלויז זייערס און ניט קיין געליִענע פֿון פֿרעמדע. די שרײַב־סיסטעם ווערט סוף־כּל־סוף אַ קולטור־סימבאָל און ניט בלויז אַ פּאַנאַלאָגישע פֿאַרצייכענונג. פֿאַרוואָס האָבן ייִדן אין די קריסטלעכע אַקטן אין ענגלאַנד זיך אונטערגעשריבן מיט אַ "קײַקעלע" (אַ סבֿרה, אַז דערפֿון נעמט זיך דער צונאָמען "קײַק" [kike] פֿאַר ייִדן אין ענגליש־רעדנדיקע לענדער) און ניט סתּם מיט אַן X, ווי עס האָבן דאָס געטאָן אַנדערע, וואָס האָבן ניט געקענט לייענען אָדער שרײַבן די ענגלישע אותיות? ווײַל דער X איז געווען אין ייִדישע אויגן אַ סימבאָל וואָס זיי האָבן ניט געוואָלט און ניט געקענט נוצן. פֿאַרוואָס הייסן די אָנגענומענע נומערן (למשל אַזאַ דאַטע ווי 2009) צווישן חרדים "למיספּרם" (לויט זייערע נומערן)? ווײַל בײַ חרדים זײַנען דאָס ניט "אונדזערע" נומערן געשריבענע מיטן ייִדישן אַלף־בית.

אַ שרײַב־סיסטעם איז אויף 
אַ שווײַגנדיקן קאָנסענסום

ווען מען שרײַבט ייִדיש מיט ענגלישע אותיות דאַרף מען האָבן אין זינען דעם מעגלעכן קאָנפֿליקט צווישן איין וויזועלער סיסטעם וואָס האַלט פֿון איבערגעבן יעדן וואָקאַל באַזונדער (ווי אויף ייִדיש) און אַנדערן וואָס טוט דאָס ניט. ווען מען שרײַבט אויף אַ טראַנסליטערירטן ייִדיש דאָס וואָרט "טאַקע" ווי take, לייענט דאָס דער לייענער וועמענס אויג איז מער צוגעוווינט צו ענגליש ווי "טייק" (פּונקט ווי מכּה [make] לייענט ער ווי "מייק"). די קאָמבינאַציע ea איז אויף ענגליש אַן איינטראַפֿיקע (each, teach) בעת לויט דער אָנגענומענער טראַנסקריפּציע דאַרף מען דאָס אויף ייִדיש אַרויסרעדן צווייטראַפֿיק (שליח, מטריח, מבֿטיח). דאָס ברענגט צו אַ בילבול־המוחות וואָס מען וואָלט זייער געוואָלט אויסמײַדן. צוויי עינס אויף ייִדיש (ווי אין "געענטפֿערט" אָדער "געענדערט") דאַרף מען לויט דער טראַנסקריפּציע שרײַבן ee, נאָר אויף ענגליש טרעפֿט זיך אַזאַ קאָמבינאַציע פֿון וואָקאַלן קיין מאָל ניט אין קיין צווייטראַפֿיקן שײַכות (זע למשל: sheet, teen, between, seem). הכּלל: ייִדיש מיט ענגלישע אותיות איז פֿול מיט וויזועלע קאָנפֿליקטן, הן פֿון דער ייִדישער, הן פֿון דער ענגלישער זײַט. אַזאַ שיטה שאַפֿט שלעכטע געוווינהייטן בײַם שרײַבן ביידע לשונות און קען אָפֿט אַרונטערפֿירן אַפֿילו אַ געניטן שרײַבער און לייענער פֿון גלײַכן וועג.

נאָך פּראָבלעמען 
פֿון טראַנסליטערירן ייִדיש מיט ענגלישע אותיות

ווען מען שרײַבט ייִדיש ניט מיט ייִדישע אותיות, שרײַבט מען דאָך בלית־ברירה מיט אותיות וואָס זענען מלכתּחילה פֿאַרבונדן מיט אַן אַנדער אויסלייג־סיסטעם. יעדע אויסלייג־סיסטעם האָט זיך אירע אייגענע בלויזן און משוגעתן. ווען מען שרײַבט דעם ייִדישן "כ"־קלאַנג מיט די אותיות פֿון אַ לשון וואָס פֿאַרמאָגט ניט אָט דעם קלאַנג, באַקומט זיך אַ נײַע פּראָבלעם. אויב מען איז צוגעוווינט, אַז די פֿאַרבײַט־אותיות לויט דער טראַנסליטעראַציע "באַלאַנגען" צו דער ענגלישער שרײַב־סיסטעם, שרײַבט מען (אין אַמעריקע) kh. אַז מען איז צוגעוווינט צו אָט די זעלבע לאַטײַנישע אותיות ווי מען באַנוצט זיך מיט זיי, שרײַבט מען פֿאַר דעם ייִדישן "כ"־קלאַנג גאָר אַ j. אַנדערשוווּ האָב איך געטראָפֿן פֿאַרן "כ"־קלאַנג אַן x. הכּלל, יעדע פֿאַבײַט־סיסטעם האָט זיך אירע אייגענע וויזועלע געוווינהייטן. צוליב דעם קען מען דעם פּשוטן זאַץ "חנוכּה צינד איך אַכט ליכטלעך" געפֿינען טראַנסליטערירט אויף אַזוי פֿיל אופֿנים ווי ס׳זענען פֿאַראַן וויזועלע געוווינהייטן, דהײַנו: khanuke tsind ikh akht likhtlekh; januke tsind ij ajt lijtlej; xanuke tsind ix axt lixtlex.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס טראָגט אַרײַן אַ צעמישונג בײַם לייענער און, דער עיקר, מען קען שוין מער ניט איבערשיקן איין בריוו מיטן וואָרטירער צו לייענערס איבער דער וועלט, ווײַל אין פֿאַרשיידענע ערטער איז מען צוגעוווינט צו די זעלבע ייִדיש־קלאַנגען איבערצוגעבן מיט באַשיידענע לאַטײַנישע אותיות. אויף דעם אופֿן ווערט צעשטערט די לאַנג־געגאַרטע און שווער אויסגעקעמפֿטע איינהייטלעכקייט פֿון דער ייִדישער טראַנסליטעראַציע! צוליב פֿרעמדע וויזועלע געוווינהייטן ווערט די איינהייטלעכקייט פֿון איבערגעבן ייִדישע קלאַנגען אויך פֿאַרלוירן.

פּראָגראַמען

הינטער די פּראָבלעמען וואָס וואַקסן אַרויס פֿון דער שיטה פֿון "שרײַבן ייִדיש מיט ענגלישע אותיות" שטייען אויך די פֿאַרשיידנאַרטיקע וואָרטירער־פּראָגראַמען און זייערע פּראָבלעמען. די הויפּט־פּראָבלעם איז וואָס די פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען זענען ניט "חבֿרים" צווישן זיך. ווען איר באַקומט אויף ייִדיש אַן אָנזאָג וואָס איז אָנגעשריבן אויף אַ פּראָגראַם וואָס איז ניט חבֿריש (בלע״ז: compatible) מיט דער פּראָגראַם וואָס אײַער וואָרטירער נעמט אויף, באַקומט זיך עס בײַ אײַך אויפֿן עקראַן ווי ניט מער ווי אַ מישמאַש פֿון קאָטשערעס און לאָפּעטעס וואָס איז פּשוט אוממעגלעך איבערצולייענען. אין אַנדערע פֿאַלן, וואַנדערן די נקודות אַוועק פֿון די אותיות מיט וועלכע זיי דאַרפֿן זײַן פֿאַרבונדן און ס׳באַקומט זיך בכלל ניט קיין אָנזאָג, נאָר אַ חוזק. פֿאַרוואָס איז דאָס אַזוי?

פֿאַרוואָס קען איך באַקומען פֿון כּל־העולם־כּולו פֿאַרשטענדלעכע און קלאָרע קאָמפּיוטעריזירטע אָנזאָגן אויף ענגליש, כאָטש זיי זענען געשריבן מיט פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען, נאָר צו מאָל קען איך פֿון דער זעלבער שטאָט ניט באַקומען אויף ייִדיש־מיט־ייִדישע־אותיות קיין פֿאַרשטענדלעכן קאָמפּיוטעריזירטן אָנזאָג? דאָס איז דערפֿאַר וואָס פֿאַר ענגליש איז פֿאַראַן איין "אוניקאָד" און פֿאַר ייִדיש איז מען צו קיין אוניקאָדאַלן הסכּם נאָך קיין מאָל ניט דערגאַנגען און יעדע ייִדיש־פּראָגראַם מאַכט דערווײַל שבת פֿאַר זיך אַליין. דאָס מעג זיך זײַן זייער אַ ייִדישלעכער און דעמאָקראַטישער קולטור־שטריך, נאָר פֿאַר דער מאָדערנער קאָמפּיוטערײַ און פֿאַרן חשק צו שרײַבן ייִדיש־מיט־ייִדישע־אותיות טויג עס לגמרי ניט.

ווען דער העלפֿאַנד 
מיט דער פֿליג גייען טאַנצן

צי איז ניט פֿאַראַן קיין אויסוועג, קיין קאָמפּראָמיס? ווען אַלע ייִדן וואָלטן אויף אַ הלכהשן אופֿן געהאַלטן שבת וואָלט משיח דאָך געקענט קומען און ווען זיי וואָלטן אַלע אײַנגעגאַנגען אויף איין אוניקאָדעלער סיסטעם פֿאַר ייִדיש, וואָלטן מיר אַלע געקענט שרײַבן איינער צום אַנדערן מיט ייִדישע אותיות אויפֿן וואָרטירער און, דעריבער, אויף דער עלעקטראָנישער פּאָסט אויך. דערווײַל אָבער, האָט דער ענגלישער העלפֿאַנד מנצח געווען איבער דער ייִדישער פֿליג בהילכות־קאָמפּיוטערײַ. דער פּועל־יוצא דערפֿון, אַזוי ווי יעדער וויל שרײַבן דעם אַנדערן דווקא מיטן קאָמפּיוטער (און אַמאָל איז טאַקע קיין גרינגערער און ביליגערער אויסוועג ניט פֿאַראַן, ווי למשל ווען מען דאַרף צעשיקן דעם זעלבן אָנזאָג צו הונדערטער מענטשן כּדי זיי צו פֿאַרבעטן צו אַ לעקציע) איז דער גרינגסטער אויסוועג: שרײַבן ייִדיש מיט ענגלישע אותיות.

וואָס פֿאַרלירן מיר דערבײַ?

מיט אָט דעם "חנעוודיקן" קאָמפּראָמיס פֿאַרלירן מיר גאָר אַ סך לגבי דער עצם סיבה צוליב וועלכער מיר באַמיִען זיך בכלל אויפֿצוהאַלטן ייִדיש און דעם ייִדישן אייגנאַרט בכלל. מיר גראָבן אַליין אונטער די ערד אויף וועלכער מיר שטייען. פּאַראַפֿראַזירנדיק ווי דער גרויסער אַבֿרהם ליעסין וואָלט דאָס אויסגעדריקט: "צו לעבן מיט ייִדישער קדושה און צו קעמפֿן מיט גרייטקייט דערפֿאַר!" אין די ייִדישע אותיות ליגט ניט נאָר אַ וועלט מיט ייִדישער שיינקייט, אַ וועלט מיט ייִדישער קדושה, מיט ייִדישן אויסדויער, מיט ייִדישן שטאָלץ, נאָר אַ וועלט וואָס איז פֿול אי מיט ייִדישן אינהאַלט און אי מיט ייִדישן אָנהאַלט!

באַלד נאָך דער מלחמה, ווען קיין ייִדישע דרוקן זענען אין די לאַגערן און אין אַ סך שטעט פֿון מיזרח־אייראָפּע ניט געווען בנימצא, האָט מען בלית־ברירה אויף אַ קורצער צײַט זיך באַנוצט מיט גוייִשע אותיות בײַם אַרויסגעבן זשורנאַלן און צײַטונגען אויף ייִדיש. מען האָט זיך אָבער געסטאַרעט וואָס שנעלער פּטור צו ווערן פֿון זיי און זיך אומצוקערן צו די היימישע ייִדישע אותיות, וואָס דאָס ייִדישע אויג און דער ייִדישער כּבֿוד האָבן פּשוט נאָך זיי געהונגערט!

לאָמיר באַנײַען און זיך פֿאַרגינען די פֿרייד פֿון ייִדישן אות!