פּאָליטיק
גענעראַל מיכאַיִל טיורקין
גענעראַל מיכאַיִל טיורקין

ניט לאַנג צוריק איז אין אַמעריקע אַרומגעפֿאָרן אַ דעלעגאַציע פֿון רוסישע פֿונקציאָנערן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט אימיגראַציע. מיט דער דאָזיקער גרופּע האָט קאָמאַנדעוועט אַ גענעראַל — די צווייטע לויטן ראַנג פֿיגור אין דער אימיגראַציע-דינסט פֿון רוסלאַנד. מיכאַיִל טיורקין, אַזוי הייסט דער גענעראַל, האָט צום סוף פֿון דער נסיעה גערעדט פֿאַרן ניו-יאָרקער זשורנאַליסטישן עולם וואָס שרײַבט אויף רוסיש. צוליב דעם האָט מען זיי צונויפֿגעקליבן אין דעם באַרימטן רעסטאָראַן "טאַטיאַנאַ", וואָס איז אין ברײַטאָן-ביטש, טאַקע בײַם ים. איך געהער ניט צו דער קאַטעגאָריע פּען-מענטשן, וואָס מע האָט פֿאַרבעטן צו עסן רוסישע פּאָטראַוועס, אָבער די זאַטע קאָלעגן האָבן פֿאַראייביקט טיורקינס ווערטער און מע קען זיי לייענען אין פֿאַרשיידענע אַדרעסן פֿון אינטערנעץ.

גערעדט האָט דער גענעראַל-פּאָליציאַנט, דער עיקר, וועגן דער פּראָגראַם, לויט וועלכער די רוסישע רעגירונג האָט צוגעזאָגט רוסיש-רעדנדיקע לײַט צו העלפֿן זיי קומען פֿון אויסלאַנד, כּדי זיך באַזעצן אויף שטענדיק אין רוסלאַנד. די מלוכה האָט זיך אַרויסגערופֿן צו דעקן די הוצאָות פֿאַר די בילעטן, פֿאַרן באַגאַזש, ווי אויך צו געבן געלט אויף דער ערשטער צײַט. תּחילת האָט מען געהאַלטן, אַז די פּראָגראַם — אַ מין "מרכּז קליטה" — וועט האָבן צו טאָן מיט הונדערטער טויזנטער צי אַפֿילו מיליאָנען מיגראַנטן. אָבער דער גאַנצער טאַראַראַם איז געווען אַן אומזיסטער, מחמת אין משך פֿון די דרײַ יאָר זינט דעם אָננעמען פֿון דער פּראָגראַם, האָט זי געהאָלפֿן צו רעפּאַטריִיִרן בלויז 16 טויזנט מענטשן.

הייסט עס, אַז רוסלאַנד האָט זייער אַ שוואַכע צוצי-קראַפֿט און, ווי אַ פּועל-יוצא, בלײַבט אַ סך געלט ניט אויסגענוצט אויף רעפּאַטריאַציע. אָבער בײַ יעדן אומגליק איז אויך פֿאַראַן גליק: פֿון דעם פֿאַרבליבענעם געלט האָט מען געקענט, אַ פּנים, זיך דערלויבן אַ פּראָפּאַגאַנדיסטישע יאַזדע קיין אַמעריקע, מיט אַ פּרעסע-קאָנפֿערענץ אין איינער פֿון די טײַערסטע ברײַטאָן-ביטשער קנײַפּעס.

צווישן די 16 טויזנט רעפּאַטריאַנטן דאָמינירן (בערך 90 פּראָצענט) מיגראַנטן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד: אוזבעקיסטאַן, קאַזאַכסטאַן, טאַדזשיקיסטאַן, אוקראַיִנע, און די באַלטישע לענדער. דער גענעראַל טיורקין האָט דערציילט אויך וועגן דעם דערפֿאָלג פֿון דער פּראָגראַם אין אַמעריקע: אַ דאַנק איר, האָבן פֿון ניו-יאָרק קיין רוסלאַנד זיך אומגעקערט אַזש פֿינף יחידים. אַ סבֿרא, אַז דעם גענעראַל לייגט זיך עס ניט אויפֿן שׂכל, ווײַל אים זײַנען אין ניו-יאָרק ניט געפֿעלן געוואָרן אַ היפּש ביסל זאַכן. למשל, זײַנען אים ניט צום האַרצן געווען די "ניט-פֿרײַנדלעכע" פּנימער פֿון היגע פּאָליציאַנטן.

איך בין מסכּים — גוטמוטיקייט שטראַלט ניט, בדרך-כּלל, פֿון אַן אַמעריקאַנער פּאָליציאַנט, בפֿרט אין ניו-יאָרק. זײַן בריטישער קאָלעגע, אַ שטייגער, זעט אויס אַ סך פֿרײַנדלעכער. אָבער אַ רוסישער גענעראַל-פּאָליציאַנט וואָלט שוין בעסער געמאַכט אַ שווײַג. די רוסישע פּאָליציאַנטן זײַנען דאָך בײַ אַלעמען אין מויל. אַפֿילו פֿון הויכגעשטעלטע רוסישע מלוכה-לײַט, נאָענטע צום פּרעזידענט און פּרעמיער-מיניסטער, הערט מען די מיינונג, אַז מע מוז פּשוט ליקווידירן די גאַנצע קאָרומפּירטע פּאָליציאַנטישע סיסטעם, ווײַל זי לאָזט זיך ניט רעפֿאָרמירן, און דער איינציקער אויסוועג איז אויפֿצובויען זי פֿון דאָס נײַ.

וועגן קאָרופּציע פֿון פּאָליציי רעדט מען זייער ווייניק אין דער רוסישער טעלעוויזיע, וואָס געפֿינט זיך אונטער דעם מלוכישן קאָנטראָל. בלויז 9 פּראָצענט פֿון די רוסישע בירגער שעפּן אינפֿאָרמאַציע פֿון אינטערנעץ. אין די צענטראַלע שטעט איז דער אינטערנעץ-עולם גרעסער — ביז 30 פּראָצענט אין מאָסקווע. אַזוי, אַז די אינפֿאָרמירטע יחידים ווייסן וועגן דעם טרויעריקן מצבֿ פֿון דער דינסט, וועלכע מוז זיי פֿאַרטיידיקן. אין דער אמתן, הערט מען די גאַנצע צײַט וועגן קרימינעלע ענינים, מערדערײַען בתוכם, אין וועלכע עס זײַנען דירעקט פֿאַרמישט די פּאָליציאַנטן. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין לײַטישער מענטש וועט הײַנט פּשוט ניט גיין אַרבעטן אין דער סיסטעם פֿונעם מיניסטעריום פֿון אינערן-ענינים. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די געהאַלטן זײַנען דאָרטן גאַנץ נידעריקע, אַזוי, אַז כאַבאַר ווערט ממש "אינסטיטוציאָנירט" ווי אַ טייל פֿון דער הכנסה.

צוריק גערעדט, איז די דאָזיקע "קולטור" פֿון נעמען כאַבאַר געווען ברייט פֿאַרשפּרייט נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן. אין אוקראַינע פֿלעגט מען וועגן דעם זאָגן як дбаєш, так і маєш ("יאַק דבאַיעש, טאַק אי מאַיעש"), וואָס מיינט בוכשטעבלעך: "ווי דו היטסט אָפּ, אַזוי באַקומסטו". אין די לעצטע פּאָר יאָרצענדליק האָט עס אַלץ באַקומען אַן אַנדער, ניט צו פֿאַרגלײַכן גרעסערן, פֿאַרנעם.

רוסלאַנד נייטיקט זיך אין אַן עפֿעקטיווער סיסטעם פֿאַר פֿאַרטיידיקן די באַפֿעלקערונג. נייטיקט זיך, אפֿשר, אַפֿילו מער ווי ס׳רובֿ אַנדערע מדינות. ס׳איז דאָך אַ לאַנד, וווּ דער בירגערקריג, בפֿרט אין די קאַווקאַזישע געגנטן, האָט זיך ניט פֿאַרענדיקט, און מע זעט ניט קיין סימנים, אַז ער זאָל האַלטן בײַם פֿאַרענדיקן זיך. און אַזעלכע קאָנפֿליקטן בלײַבן ניט לאָקאַליזירט. וועגן דעם זאָגט די דערפֿאַרונג פֿון אַנדערע לענדער — אַזעלכע ווי שפּאַניע און אירלאַנד. די אַנומלטיקע טראַגעדיע פֿון דער באַן "נעווסקי עקספּרעס", מיט צענדליקער אומגעקומענע און פֿאַרוווּנדעטע, האָט ווידער אַ מאָל דערמאָנט אַלעמען, אַז אַפֿילו אַ רוטינע נסיעה פֿון מאָסקווע קיין פּעטערבורג קען פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַן עפּיזאָד פֿונעם בירגערקריג.

אויף אָט דעם פֿאָן, זעט אויס די רײַזע פֿון גענעראַל טיורקין און זײַן אַנטוראַזש ווי אַ פּוסטע טירחה; צי, פּינקטלעכער, אַ מלוכה-באַצאָלטער כאַבאַר פֿאַר הויכגעשטעלטע לײַט. סײַדן — האָט מען, פֿון דעסטוועגן, אָנגעהאָדעוועט די רוסיש-שרײַבנדיקע זשורנאַליסטן. פֿון אַ חזיר אַ האָר איז אויך גוט.