קונסט
פּאָרטרעט פֿון זיך אַליין, פֿאָטאָגראַפֿיע, 1930
פּאָרטרעט פֿון זיך אַליין, פֿאָטאָגראַפֿיע, 1930

מאַן ריי איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער קינסטלער וואָס האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער מאָדערנער קונסט־באַוועגונג אין פּאַריז צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. ס'איז ווייניק באַקאַנט וועגן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. געבוירן אין פֿילאַדעלפֿיע מיטן נאָמען עמנואל ראַדניצקי אין 1890, איז זײַן טאַטע געווען אַ שנײַדער פֿון אייראָפּע און צו די ערשטע שאַפֿונגען פֿון מאַן ריי געהערט דאָס ווערק, געמאַכט פֿון צוזאַמענגעשטיקעוועטע לאַטעס.

די נײַע אויסשטעלונג בײַם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק אַנטפּלעקט די ייִדישע וואָרצלען פֿון דעם קינסטלער, אָבער קיין סך ייִדישקייט וועט דער באַזוכער נישט געפֿינען אין רייס ווערק. שוין אין עלטער פֿון 20 יאָר האָט ער געביטן זײַן נאָמען אויף מאַן ריי און אויסגעמיטן ייִדישע מאָטיוון, סימבאָלן און טעמאַטיק אין זײַן קונסט. אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון ריי בײַ זײַן בר־מיצווה אויף דער אויסשטעלונג באַשטעטיקט, אַז ער שטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, אָבער אויסער דעם — גאָרנישט.

אין מיטלשול האָט דער קינסטלער באַקומען אַ שטרענגע בילדונג אין "מעכאַנישער"־צייכענונג, און דאָס האָט אים גוט צוגעגרייט פֿאַר אַ סך פֿון זײַנע שאַפֿערישע פּראָיעקטן. ריי האָט געוווינט אין אַ קינסטלער־קאָלאָניע אין רידזשוווּד, ניו־דזשערזי, אין די יאָרן אַרום דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָרטן האָט ער אַנטוויקלט זײַן אינטערעס צו "דאַדאַ" און דער קונסט פֿון מאַרסעל דושאָמפּ. אין דער רידזשוווּדער קאָלאָניע האָט ער אַליין אַרויסגעגעבן אַ זשורנאַל מיט זײַנע צייכענונגען און אַבסורדישע טעקסטן אינעם סטיל פֿון "דאַדאַ". ער האָט אויך צו יענער צײַט חתונה געהאַט מיט אַ דיכטערין אַדאָן לאַקראַו, און אילוסטרירט איר ביכל פּאָעזיע. צוזאַמען מיט אַנדערע קינסטלער פֿון דער "דאַדאַ"־באַוועגונג (און דער צעשיידונג מיט זײַן פֿרוי), האָט ער זיך באַזעצט אין מאַנהעטן, און די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון ריי, געמאַכט פֿונעם באַקאַנטן פֿאָטאָגראַף אַלפֿרעד סטײַגליץ אין 1915, איז אַ סימן, אַז ער איז שוין דעמאָלט באַקאַנט געווען אין די קונסט־קרײַזן.

אימאַזש פֿון צוויי פּנימער, איילבילד, 1959
אימאַזש פֿון צוויי פּנימער, איילבילד, 1959

מסתּמא וועט מאַן רייס נאָמען בלײַבן אין דער געשיכטע פֿון קונסט, דער עיקר, ווי אַ פֿאָטאָגראַף צוליב זײַנע נאָוואַטאָרישע ווערק אין דעם תּחום. נישט געקוקט אויף דעם, האָט ער געמאָלן און געשאַפֿן סקולפּטורן און קאָלאַזשן זײַן גאַנץ לעבן. זײַן שאַפֿונג "אָבסטרוקציע", געמאַכט פֿון קליידער־הענגערס, איז געווען די ערשטע "מאָביל"־סקולפּטור פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט; צען יאָר איידער אַלעקסאַנדער קאָלדער האָט אָנגעהויבן צו שאַפֿן אין דעם זשאַנער.

אַ דאַנק רייס פֿאַרבינדונגען מיט מאַרסעל דושאָמפּ און די אַנדערע "דאַדאַיִסטן" אין ניו־יאָרק, האָט ער אָנגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט די דאַדאַ"־קינסטלער אין פּאַריז. ווען ער איז אָנגעקומען אין דער שטאָט אין די אָנהייב 1920ער יאָרן, האָט ער זיך גיך פֿאַרחבֿרט מיט די מאָנטפּאַרנאַס־קינסטלער און זיי אָפֿט פֿאָטאָגראַפֿירט. ער האָט אַנטוויקלט אַ "רייאָגראַפֿן"־פּראָצעס, אין וועלכן מע שאַפֿט אימאַזשן אויף פֿאָטאָגראַפֿישן פּאַפּיר אין אַ טונקלקאַמער, דורך אַרויפֿשטעלן אָביעקטן אויפֿן נאָך־נישט אַנטוויקלטן פּאַפּיר. אויף דער אויסשטעלונג זעט מען אינטערעסאַנטע אַבסטראַקציעס און קאָלאַזשן געשאַפֿן אויף אַזאַ אופֿן.

געוויסע אימאַזשן פֿון רייס קונסט זענען געוואָרן גוט באַקאַנט. אין זײַן סורעאַליסטישן "לע וויאָלאָן ד׳אַנגרעס" (דער פֿידל פֿונעם קינסטלער אַנגרע) האָט ער פֿאָטאָגראַפֿירט די נאַקעטע פּלייצע פֿון דער מאָדעלקע "קיקי פֿון מאָנטפּאַרנאַס" און אויף דעם בילד, אַרויפֿגעלייגט אַן אימאַזש פֿון די צוויי "עף"־שפּעלטלעך פֿונעם פֿידל, און זיי צוגעפּאַסט צו די אויסבייגן פֿון אירע היפֿטן.

די שטריק־טענצערין, באַגלייט מיט אירע שאָטנס, איילבילד, 1915
די שטריק־טענצערין, באַגלייט מיט אירע שאָטנס, איילבילד, 1915

ווען ריי האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון פּאַריז צוליב די דײַטשן אין 1940, איז ער געקומען קיין האָליוווּד אויף צען יאָר, אָבער זיך געפֿילט דאָרט ווי אַ פֿיש אַרויס פֿון וואַסער. ריי, דער אַמעריקאַנער ייִד, האָט זיך בעסער געפֿילט צווישן די קינסטלער אין פּאַריז, און איז אַהין צוריקגעפֿאָרן אין די 1950ער יאָרן. דאָרטן איז ער שוין געשטאָרבן אין 1976. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, געדרוקט אין די 1960ער יאָרן, האָט ער נישט דערמאָנט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם.

די אויסשטעלונג איז די ערשטע אַמעריקאַנער אויסשטעלונג וועגן מאַן ריי אין 25 יאָר, און נעמט אַרײַן 200 ווערק. ס׳איז טאַקע כּדאַי צו זען, אָבער די טעמע, וואָס דער מוזיי־קוראַטאָר באַטאָנט — מאַן רייס בײַטנדיקע אידענטיטעט — האָט אַ קליינע שײַכות צום פֿאַרשטיין זײַן קונסט. ס׳איז טאַקע אַ שאָד וואָס מאַן ריי האָט באַהאַלטן זײַן ייִדישקייט, אָבער דער פֿאַקט אַליין, איז אינטערעסאַנט נאָר ביאָגראַפֿיש, און נישט קינסטלעריש. ער האָט געשאַפֿן עפּעס נײַעס, וויזועל אַנדערש און קלוג, און צוליב דעם קען מען רעקאָמענדירן צו זען זײַנע ווערק, וואָס ווערן אויסגעשטעלט אינעם "ייִדישן מוזיי" ביז מאַרץ 2010.

דער "ייִדישער מוזיי" געפֿינט זיך אויפֿן ראָג פֿון 92סטער גאַס און פֿינפֿטער עוועניו אין מאַנהעטן.